Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 15 (13.4.1934)
- Date
- 1934-04-13
- Page
- Seite 228 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804881--09364-4804318- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליםפרארישע בלעםער נומ. 15 (518) זײט 228 ד״ר ח"ס זש'םלאװסק'; נ'1*יארק ד ע ר ח ד ם-ק א מ ■ ט ע ט (א/ א0־2א1112 75/ 1117 ארבסםסר =קא1101<~ 111? 0'1 '117 110''7" 1X0) סטע מענטשן, װעלכע זענען ערשט איצטער זורויף אויף דעם װענ פון אן אײגענער ײדישער ארבעטער-פןןליטיק, האבן נישט געקאנט אין די פאר שעה פון דער דיסקוסיע ארומנעמען אלע זײסן פון דעם פראבלעם אין זןנטשײדן, סיט װעלכן צד גו גײן. אזוי ארום האט א מינןןריטארע רעזאלוביע באשאפן די מאכט פאד א מאיאריטעט אין דעם ארבעטער-קאמיטעט, ער זאל קאנען פאראליזירן די טעטיקײט פון די סארשידענע מינארי- טעטן. די אפאזיציע האט נישט געקאנט און נישט געטארם לאזן זיך פארשלײערן פון א מאיאריטעט, אפילו נישט װיסנדיק װער און צוליב װאס מען װעט זי פארשלײערן. די אפאזיציע האט געמוזט דעמאנסטראטױו ארױסגײן פון זאל און אזוי איז נעשאפן געװארן א שפאלטונג אויף א קאנפערענץ, װאס איז צונויפגע• רופן געװארן צוליב באשאפן אײניקײט אין דער ארבעטער׳פאי ליטיק בנוגע ײדישע ענינים און װאס האט באמת אװעקגעלײגט א פונדאמענט פאר ארויסברענגען אזא אײניקײט — א פונדא• מענט, װאס איז פון אלעמען אנגענומען געװארן, פמעט װי אײנשטימיק אין אלע פדינציפיעלע און ארגאניזאציאנעלע פרטים, א חוץ דעם חרם-פונקט, װאס האט, װי א דינאמיט־באמבע פא• נאנדערגעריםן די אײניקייט. פארן אװעקגײן האט דער פארשטײער פון דעם צױניםטיש■ סאציאליסטישן פליגל אין דער אפאזיציע פארגעלײענט א דער• קלערונג, פ<.דװאם די ציוניסטיש׳סאציאליםטישע דעלעגאטן פאר• לאזן די קאנפערענץ. דאס האט געמאכט דעם אײנדרוק. אז דער קאנפליקט איז פארגעקומען אויף דער ליניע פץ .דא — צױגיזם, דארטן — אגטי־צױניזם״. דער אײנדרוק איז אבער אן אבםאלוש׳פאלשער. אין דער אפאזיציע האבן זיך געפונען אויך די דעלעגאטן פון דעם גערשוני־ברענםש ארבעטער׳רינג און פון דער ,ארבעטעי׳ליגע פאר דעם אלװעלטלעכן ײדישן קאנגרעס״. בײדע קערפערשאפטן האבן זיך קיינמאל נישט געבונדן מיס א װעלכן־עס׳איז ציוניםטיש ■ סאציאליםטישן פראגראם. מיט דער אפאזיציע זענען ארוים די דעלעגאטן פונם ארבעטער׳ריננ ברענטש און איין דצלעגאט פון דער .ליגג׳. םון דער אנדעו זײט זענען אין דער קאנפערענץ פארבליבן דעלעגאםן מיט א קלארער ציוניםטיש-סאציאליםטישער אריענמאציע. איך װיל דא נאר דערמאנען די נעמען פון ױסף שלאםבערג און װ. עדלין• עם מוז פעסט ארײנגענומען װערן אץ די מוחוח, אז די שפאלטונג אױ פארגעקומען נאר אױף דער ליניע פון דעם ,חרם״• פוגקט נאכדעם װי מען האט זיך אױף אלע אנדערע פונקטן געאײניקט. עם איז דערבײ זײער װיכטיק אויפצוקלערן נאך א פונקט אין דעם כאראקטער און באדײט פון דער פארגעקומעי נער שפאלטונג. אין דעם באריכט אין ,פארװערטס״ װעגן דעם װײפערדיקן פארלויף פון דער קאנפערענץ װערם איבערגעגעבן ב. װלאדעקם א רעדע, אין װעלכער ער זאל האבן זיך אויסגע־ דריקט װעגן אונזער אװעקגײן אזויז .די פראגע איז פאר זײ (פאר די דעלעגאטן, װאם זענען אװעק) געשטאנען — די ײדישע ארבעטער׳באװעגונג אדער כל׳ישראל פאליטיק. האבן זײ אויס• געקליבן די כל׳ישראל פאליסיק״. עס גלויבט זיך פשוט נישט, ב. װלאדעק זאל האבן װי• דער אויפגעװארעסט דעם אלםן, סוכלען, םארשימעלסן 6ורשטד• דעם קעגנזאץ צװישן כל־ישראל׳פאליטיק און ארבעטער׳באװע• גונג. אויב ער האט אבער באמת װידער ארױפגעשטעלט אויפן יסוףז עס אױ דעריבער קײן חידוש נישט, װאם די אפאזיציע האט הארטנעקיק און לײדנשאפטלעך געקעמפט אנטקעגן איס. די דיסקוםיע. אין װעלכער אויך איך דיאב מיך באטײליקט אויף דער זײט פון דער אפאזיציע, האט קלאר אנ׳ געװיזן אויפן פאקט, אז די גרויסע ארבעטער׳ארגאנױאציעס, װאם װעלן ארײן אין קאמיטעט און װאס װעלן זיכער זײן דער רוב מנין און דער רוב בנין זײנער, האבן ביז אהער נאך ער־ געץ׳נישט דערקלעדט זײער פרינציפיעלע שטעלונג צו די װיכטיקסטע פראגן, װאס שטײען אויף דעם סדר־היוס פון דער ײדישער עפנטלעכקײט. מיר קאנען האבן דעם גרעסטן רעספעקט צו אזא ארבעטער׳פירעד, װי זאגן מיר, דובינסקי, און מיר קאנען זײן גרײט צו בויגן זיך אונטער זײן אױטארי׳ טעט אין רײנע ארבעטער׳ענינים. אבער װאס װײסן מיר, צ־ װײסט ער אויך עפעס אין ײדישע ענינים און װאס װײםט ער װעגן זײז װי קאנען מיר איבערלאזן אין זײנע הענט דעם גורל פון דער ארבעטער׳פאליגיק אין ײדישע ענינים, איידער מיר װײםן, צ י ער פארשטײם זי און װ י ער פארשטײט זי? ל. סיגעל, דער גענעראל׳םעקרעטאר פון דעם ײדיש-נאציאנאלן ארבעטער׳פארבאנד, האט אין א פאזיטי״ן זין געבראכט דעם בײשפיל פון דעם ארבעטער־רינג. װו די אײניגק־יט און די אר- גאניזאסארישע דיםציפלין װערט דורכגעפירט אין פולער פרײהײט פאר אלע זײנע צװײגן, װאס געהערן צו די םארשידנםטע ריכ• טינגען, אן א װעלכן-עם איז דיקטאטארישן צװאנג אויף זײנע ,פערזאנען און ארגאניזאציעס״. און נאך אנדערע װיכטיקע ארגומענטן זענען ארויסגעבראכט געװארן אין די רעדעס פון דער אפאזיציע. זײ אלע זענען לסוף פארדעקס געװארן מיט א װואל פון ב. װלאדעקס װיצן. אין דער אפשטימונג אױ די רעזאלוציע פון דער מאיאריטעט אנגענומען געװארן. מיר מוזן דא אבער קאנסטאטירן, אז די רעזאלוציע איז אננענומען געװארן נישט מיט דער אוימאיארי• טעט פון דער קאנפערענץ. נאר מיט דערמאיאריטעט פון די דעלעגאטן. װאם האבן זיך באטײליקט אין דער אפשטימונג. לױט דעם באריכס פון דעם קדעדענשעל־קאמיטעט, האבן זיך אין דער קאנפערענץ באטײליקט שסז דעלעגאטן (די לעצטע ציפער אין ,פארװערטם׳ ז.יז 1039). געשטימט פאר דעם ,חרם׳- פונקט האבן 8(4 (פירהונדערס און אכצן) דעלעגאסן ד. ה. נאר צװײ פינפטל פון דער קאנפערענץ, װאס דאס איז א גאנץ קלארע מױאריטעט. די אפאזיציע האט באקומען נאר 200 (צװיי הונדערט) שטימען, דאס הײסט נאר איין פינפטל. הײםט עס, אז גאנצע פיר הונדערט און אײן׳און׳צװאנציק (421) דעלעגאטן האבן זיך לפי דעם. אפגעהאלטן פון שטימען. קײן װונדער איז דאם נישט. פאר זײ האט דער חרם־פונקט ארײנגעפלאצט װי אן אומדערװארטע באמבע. און פון רער דיםקוםיע האבן זײ זיכער געשפירט, אז דא גײט עס אין גאר אן ערנסטן און זײער װייניק אױפגעקלערטן ענין. בײדע צדדים האבן פארטײ־ דיקט זײערע שטאנדפונקטן םיט דער נויט צו באשאפן אן אײנ- הײנהײטלעכע ארבעטער׳פאליטיק אין ײדישע ענינים. בײדע צדדים האבן אויפגעװארפן אײנער דעם אנדערן אין דעם שטרעבן דעם צװײטן צו סארגװאלסיקן. װער פון זײ איז גערעכט? ערנ־