Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1934-03-23 · 12 (23.3.1934) · p. Seite 179

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
10 (1934)
Issue
12 (23.3.1934)
Date
1934-03-23
Page
Seite 179 (sequence 3)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/4795427-8804861-8804878--09280-4804237
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײם 179 •1יטערארישע בלעטער נומ. 12 (515) ^?יד׳ן / נ'1-'))רק די ליטעדאדישע ידושה פוז א. ליטװאה םזן זײן אינטערעם׳ (זײט 18). ד׳ר זשיטלאױסקי מאכט דא א טעװז, װען ער שרײבט, אז די מארקסיסטן שילדערן נאר די םביבה און איגנארירן דעם מענטשן. דאם טזען די זװלגארעימאיק־ סיסטן. דער אפתער מארקםיסטישער קריטיקער זוײזט אן, אז סײ די שריםטשטעלער, סײ די כאראקטערן פון בוך זענען'פראדוקטן פון געײיםע קלאסן, און אז די קלאםן־אנגעהעריקײט סיי פון שרייבער סײ פון זײנע העלדן ױערן באװירקט פין זײער קלאסן• 'אנגעהעריקייט. א. ליטװאק װייזט ארויס אין עטלעכע ערטער גרייס םאר• שטענדעניש פאר ליטעראטיר. ער גיט טרעפלעכע אפשאצוננען און פײגע שילדערונגען. - ער דרינגט אריין אין א װערק. ער ױײזט אונז אויך אן די סביבה, סון װאנען די שרייבער זענען געקומען. אבער א. ליטױאק איז מערער א סאציאלאגישער קרי־ טיקער, ױי א מארקסיסםישער. ער באהערשטינישטיםולשםענדיק דעם מארקסיסטישן מעטאד פון קריטיק. אים זענען פרעמד געארג פלעכאנאװס טעארעטישע הנחות איבער ליטעראטור-קריטיק. אין אײניקע עיטער פאלעמיזירט ער מיט טעאריעס װעגן ליטע• ראטור און קולטור, װאס ער אלײן האט אוייסגעארבעט - כדי דערנאכדעם זײ צו צעשמעטערן. דאם בוך, ליטװאקס, הויבט זיך אן מיט א גרעםערן ארטיקל איבער דעם כםעט פארגעסענעם ײדישן שרייבער יצחק יואל לי־ נעצקי. ליטװאק גיט אונז אן אויסשעפגדיקע אפהאנדלונג איבער לינעצקין און זיין צײט. דאם װערטפולסטע פון זיין ארטיקל - איז דאם בילד פון דער השבלה-באוזעגונג. דער מחבר אנאליזירט די אנטװיקלונג סון דער השכלה, די אידעאלן און שטרעבונגען פון די משכילים. דעם מאטעריאל האט ער גענומען בײ העסענען און אנדערע היסטאריקער פון רוםישן ײדנטום, - אבער די באלײכ־ טינג איז א סאציאלאגישע. איבער דער השכלה *און דער השכלה• ליטעראטור אי״ן ײדיש האבן, נישט לאננ צוריק, געשריבן א. מארגאליס, און דער סאװעיטיש-ײדישער ליטעראטור־היסטאריקער מ. װינער. א פארגלײך צװישן זײערע און ליטװאקס איויםםײ־ טשונג םון דער השכלה װײזט, אז זײ אלע האבן די זעלבע מײ־ נונג װעגן דעם ענין. דאס װיכטיקסטע פון ליטװאקם ארטיקל װעגן לינעצקין איז ליטױאקס םארטײדיקוגג פין חסידיזם. דער מחבר טרעט דא אזיף װי א מליץ-ױשר פארן חםידיזם. ער אטאקירט שארף לינעצי• קין דערפאר, זואם ״לינעצקי שאצט נישט אפ דעם פאקט, זזאם חסידות האם געמאכט רייכער די פאנטאזיע ביי יידן, ער שאצט נישט אפ די פאנטאסטישע און סימבאלישע מעשהלעך פון די חסידים, זייערע נגונים און זײער בארײכערן די יידישע שפראך״. ליטװאק םארדאמט דעם מחבר פון ״פוילישן ײנגל׳ ״פאר מאכן קרימינעלע פארברעכנם פארן לעבנם-שטייגער םון רבנישע הויםן׳. זײן באגײסטערונג םאר די בעםערע און שענערע עלעמענטן אין חםידות װײזם ליטװאק ארויס אין זײן אפהאנדלונג װעגן פרצס ,גאלדענע קײט׳. ליטװאק ברענגט אויךיארוים די סאציא־ ליםטישע אידעען פון אט דער דראמע פרצם, װאס ער באטיראכט אלם ״דאס פערל םוןיפיצם שאפן, זײן שעדעװיער. קײן אנדער װערק זיינם האט אזוי־הארמאניש און פול נישט אויםנעדריקט פרצס גאנצן מהות׳. ליםװאק יװײזט אונז, װי די אידעען, װאס געםינען זיך אין דער ,גאלדענער קײט׳ זענען אונױועיסאלע איון אלמענטשלעכע. ליטװאקם אפשאצונג פון מארים װינטשעװםקין איז א שוזאכע און האט א קנאפ״ן תערט. זי איז נעשריבן נעװארן פון ליטװאקן דעם בונדיםט און קעננער פון קאמוניזם. ער גלויבט, אז װינ־ טשעװםקי האט געשאפן זײנע װערטפולסםע זאכן, װען ער איז געװען א דעםאקראטישער םאציאליםט און נישט קײן קאמוניסט. װינטשעװסקי איז אבער געװארן א קאםוניסט, וזען ער איז שוין געװען זײער אלם - און ער האט שוין אין די יארן נישט גע־ האט געשריבן. ליטװאק איז בכלל נישט באגייםטערם פאר װינ־ טשעװסקים ליטערארישער ירושה. ער גיט אבער צו, אז ,םאר עלנם און אײנזאם האט״ א. לימײאק"פארבראכט די לעצטע 6 יאר םון זײן לעבן בײ אונז אין אמצריקע. אײנער אלײן םלעגט ער 'ארומשפאצירן איבער די גאםן םון ניו־יארק. ער איז געװען א פרעםדער צוױשן די היגע הונדערטער טויזנטער יידישע אר• בעטער. ער האט איבערגעריסן מיט זײנע חברים פון דעם רוס• לענדישן ״בונד׳, װעלכע זענען כמעט אלע ארײנגעמראטן אין דער קאמוניסטישער פארטײ. ער האט זיך אויך נישט געקענט צו־ פאסן ציי זיינע חברים פון פוילישן ,בונד׳. אבער ספעציעל איז פאר אים געװען שװער צו הויזן מים זײנע אמעריקאנער חבײס. זײער גלײכגילטיקע און אםילו פײנטלעכע שםעלונג צו יידיש, ײדישער קולםור און ליטעראטור האט ער נישט געקאנט פארטראגן. אים איז געװען פרעמד דער ,אמעריקאניזם׳ און דער ,ראזער׳ סאציאליזם פון זיינע אמעריקאנישע יידישע חברים. אלס א רעכ- טער סאציאליסט איז ער אויך געשמאנען װייט פון די ,לינקכ׳• און אזוי איז ער געששארבן, כמעט װי א פארגעסענער. א. ליטװאק האט געשריבן זײער םיל. חוץ ארטיקלען אי• בער צײט-םראגן און"ליטעראםור, האט ער אויך געשריבן לענגעוע אפהאנדלוננען. פאר דער געשיכטע פון דער ײדישער ארבעטער־ באװעגונג זענען ליטװאקם ארטיקלען און טעארעטישע אפהאנד- לוננען א װיכטיקער מאטעריאל - >.ון עם װאלם געװען נישט כער וױ רעכם, אז זײנע חברים זאלן ארויםגעבן אלע זײנע װערק. אין דעם באנד, װאס ליגט פאר אונז, זענען ארײנגעקומען ־יטײאקם ארםיקלען װעגן ליטעראטור. מיר האבן דא אויך אײן ארטיקל װעגן ,דעמאקראטיע׳. א. ליטװאק האט געשריבן זײער א סך װעגן ליטעראטור און װעגן ליטעראטור־םראגן. - דא איז ארײנגענומען געװארן נאר א טײל םון זײנע ליטערארישע אפ־ האנדלונגען. אבער״םון דער דאזיקער זאמלונג קאן מען זיך שאפן א בילד סון א. ליטװאק דעם ליטעראטור־קרימיקער. אין זײן קורצן ארײנםיר צום בוך שרײבט ד׳ר חײם זשיט• *אװסקי, אז א. ליטװאק איז א מארקסיסטישער קריטיקער. אבער ליטװאק האם געמאלן נישט נאר די סאציאלע סביבה פון שריסט־ שטעלער, נאר .גראד דער אינדױוידועלער מענטש, דער עיקר, דער לײדנדיקער, דער קעםפנדיקער, דער מענטש, װאם שטרעבט צו הויכע הויכן-אױ בײ א. ליטװאקן געשטאנען אין דעם צענטר

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.