Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1924-03-02 · 9 (2.3.1924) · p. Seite 136

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
10 (1934)
Issue
9 (2.3.1924)
Date
1924-03-02
Page
Seite 136 (sequence 8)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8804861-8804874--09234-4804194
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעסער. נזמ. 9 <512) זײט 136 ערגעץ מוז דאך זײן א פענסטער — וװ מען קען אויסשטרעקן די הענט צום גרויען ליכס. אױף עפעס א שסאק האב איך באגעגנט א פרוי — א לאמע, זי האט זיך געשארט אראפ — אראפ. א װײלע האב איך זיך אײנגעהערט צו אירע טריס — אין פוסטן קארידאר — דערנאך בין איך א פארמשפטע איר נאכגעגאנגען. פוילינג רויטע ליפן, דער זון אנטקעגן, האט א בעטלער היינט געטראגן אין זײן פארחושכסן פנים. פרילינג? די גראזן האבן זיך צעלאכט אונטערן שנײ אין מײן בלוט. — כ׳בין נאכגעלאפן דעם בעטלער אים אנגערירט בײ אן אויער — בײ א האנט, — געװאלט פון אים א שטיקל ברויט — א גלעס. א טרויעריקער האט ער מיך אננעקוקט, און איז אװעק. די פים פון א געהאנגענעם — אין פינםטערניש גײען אויף פאר מיר די םאמעס הענט װי א נס און שטיל און װארעם כליפעס אין מיר — ביז דער װינט װעט זיך לייגן — ביז דער װינס װעט זיך לײגן. מאמע,?ני אויל אנידעו מאמע: — װי בלוי די װעלט איז, די פײגל — װו זענען די פײגלז - אין בלויען פענסטער שװארצט זיך א הילצערנער קדײץ — זע, ם׳קניען די װענט — די םישן און די בענק — דער זײגער איז צוגעפאלן מיטן פנים צו דער אויסגעטרעטענער שװעל — דער שפיגל האט די אויגן פארמאכט! מאמע. קני אויך אנידער — זע, ם׳בלויען זיך די אדערן אין מײנע הענט — באלד װעלן שטערן אויפגײן. מאמע, קני אויך אנידער אויף טועפ כ׳בין גענאנגען אויף טרעפ — כ׳בין געגאנגען ארויף, ארויף -?. סדײססעד / םאראנםא א ן ק ד ע ם (א קאפיםל פזן ראםאז ״תחית^הםתים״) נישט װייט פון דער שול, און האמ דארטן זפגעעפנט א טירעלע. װען ער איז ארײנגעקוסען אק זיינע גרויסע שטובן, װו די װענט זענען באהאנגען מיט פיל געפעם און אויסנענײטע פארהענגלעך, איז א פארװײנטע פרוי — א הױכע, אן אוים• געפולטע — פלוצים א שפרינג-ארוים נעטון פון א צװײם צי• פער און געבליבן שטײן, װי פארחלשט. — דאס איז געװען זײן פרוי, שכנא־בערס. זי האט געמײנט: א גנב האם זיך ארײנגעכאפט אין שײנעם העלן סאג. שכנא-בער — אין טולופ און אין צאםקעלע - האס זיך אבער באלד נישט געלאזט האקן א קאפ פון איר: .װאם דער מער, געקומען צופארן אן א שליח׳. ער האס איר גאכגעקרומם ,סער—שמער״ און איז באלד צו צום עיקר: — װאס הערט זיך? כ׳װיל װיםן דעם עיקר װעגן איר, דער דינםט... נו, האט ער זיך דערװוםט אן .עיקר״ — אז ס־איז אים, נעבעך, שיער׳נישט פינםטער געװארן אין די אייגן. - פון נעכטן אן ,גײט״ זי, די דינסט, גײט און גייט און מ׳זעט נאך אלץ נישט קיין אויסגײן... י , און אלס צולאג צו דעם — איז נאך אויך איצט ארײנ• (המשך.ו 4 הינטער דער שטאט אבער איז שכנא-בער אראפגעקראכן פון דער בריםשקע און האט נישט געװאלט פארן מים דעם פריץ דורך די גאסן. ער האט געטראנט אזוי: — אויב די הויז׳דינםם האט שוין נעהאט ס׳״געשעפט״, און די שסאס װיים דערפון, איז וויל ער נישט פארבײפארן פאר מענטשנס אױגן און םאכן מים זיך א פאראד. ער דארף, מענטשן זאלן קוקן אויף אים און זאגן: דער זיידע םארט שוץ צום ברית... דעם פריץ האט ער געזאגט, אז ער װעט אים אריבער• ברענגען ס׳געלט אץ האטעל ארײן, וװ ער װעט ,שטײן״, דער פריץ, און אלײן האט ער זיך באלד גענוםען גיין ארום דער שםאט _ מיט די הינטערגאסן. איז ער אזוי געגאנגע;, געגאנגען און געגאנגען — פארבײ דער מקװה, פארבײ דעם בית׳קברות, פארבײ די קלעזמארים, ביז ער איז צו צו א הינטער-װאנט פון וײן גרויס געמויערט הויז,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.