Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 7 (16.2.1934)
- Date
- 1934-02-16
- Page
- Seite 102 (sequence 6)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804871--09198-4804160- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 7 (510) זײט 102 דער המון איז געװען אזא געדיכטער, אז מיין קאטש װאס איז גע׳ װען אײנגעשפאנט מיט זעקם פערד, האט טראץ די װילדע געי שרײען פון פאטשטאליאן זיך דורכגעשלאגן דורך אים מיט גרויס שװעריקײט. און װען די רעדער פלעגן עמעבן א טויבלעכן צודריקן, פלעגט דער םורמאן װייניק װעגן דעם זארגן. ענדלעך בין איך אנגעקומען אויפן פאםט׳הויף, אבער דארט האט מען מיר אפגעזאגט צו געבן פערד מיטן תירוץ, אז ם׳דארף דורכפארן דער װארשעװער פירשט. דער פאליצײםײם׳ טער האט געמאכט א באםערקונג, אז םײן פאםט׳ערלויבעניש ענדיקט זיך אין בערדיטשעװ, און דעריבער האט די פאסט םאר• לאנגט זעקס רובל פארן צופירן קײן װערכאמניע. ביזן פאלאץ איז זעכציק װיארםט, מען דארף פארן מיט ארומיקע װעגן, מיט אײן װארט א גאנצע מאםע רוסישע ארגומענסן. דאס אלץ האט מיר דערקלערמ א שנײדער א פראנצויז, װעלכער האט זיך בא• זעצט אין בערדיטשעװ און װעלכער איז געװען בנוגע צו פיר זײער העפלעך און געהארכזאם. א כמארע ײדן (איך האב זײ אנגעצײלט ביז צװײ הונדערט פינף) האט מיך ארומגערינגלט. אלע שװארץ װי סעמינאריסטן, מיט בערד, װעלכע האבן אונ׳ טערגעטאנצט אײפן זון מיט אויגן, װעלכע האבן געגלאנצט װי הארבונקולס און מיט גיריקע הענט, װעלכע איך האב אפגעטריבן מיטן שטעקן. אלע האבן זײ געװאלט אנטאפן מײן קײט סון זײגער, פדי זיך צו איבערצײגן אק איר װאג און א־ן דער עכטקײט פון איר גאלד. דער דאזיקער שבת-טאנץ פון גיריקײט האט מיך דורכגענומען מיט א ציטער. דער שנײדער האט מיך ארײנגעשלעפש אין א טוך׳קראם און האט דארט אװעקגעשםעלט אויף דער װאך די משרתים, זײ זאלן נישט דערלאין דעם עולם ארײנדרינגען אין קראם אזוי, אז איך זאל דארטן קענען אויס־ טרינקען א נלעזל קאװע. אין דער זעלבער צײט האט מען זיך געדונגען פאר מיר מיט די ײדן, ײעלכע האבן זיך אונטערגענימען מיך אװעקצופירן קײן װערכאװניע אויף א העלפט ביליקעד װי די פאםט און דערצו נאך שנעלער. אדאנק דער פרײנדלעכקײט פון ה׳ ראװעל, דעם אויטאקראט פון די קאמױעלקעס און דיק• טאטאר פון עלעגאנץ אויף אוקראינע. בין איך צװײ א זײגער בײטאג אפגעפארן מיט א ײדישער בודע. זיאן ערשט האב איך דערזען די אמתע סטעפעס, װייל אוקראינע הײבס זיך ערשט אן פין בערדיטשעװ. ״דן זענען אינטעליגענט אין זײן ברױו צו זײן שװעסטער לאורא םעװיל אין פאריז שרײבט באלזאק םון װערכאװניע דעם 8 אקטאבער 1847 : ,....פון קראקאװ ביז בראד איז א גוטער װענ, אכציק פראנצויזישע מײל די לענג. װינטער איז עם א שליטװעג. ס׳פונקציאנירן פאסטן און חוץ דעם פערד, װאס װערן געהאלטן פון ײדן, װעלכע זענען אינטעליגענט, דרײםט אץ נעשעםט אין דעי־מיט אלײן שאפן זײ אלע מעלות פון קאנקורענץ. סו. יידן טתן ״ותעו־ נישם אין א צװײטן בריװ פון װערכאװניע שרײבט באלזאק צו זײן שװעסטער אין יאנואר 1849 : ,פון אלץ קאן סען דא ארײנפאלן אין א יאוש. שטעל זיך פאר, אז פון דעם דאזיקן לאנד קאן מען נישט ארויםשיקן קײן געלט. נישט רעכענענדיג דעם פארבאט פון צאר, נעמען די ײק פופצן ביז צװאנציק פראצענט פראװיזיע. און אויף אזא אופן, אויב אפילו ם׳װאלט זיך נעװאלט און גע־וען מעגלעך;־ װאלט דאס געװען א רוין י מען קאן גארנישס האבן קײן פארשטעלונג װעגן דער גיריקייט םון די דאזיקע יידן. שײלאק איך האב געװארט אויף דעם יידישן באנקיר פון בערדי׳ טשעװ, דעם אלטן הײלפערן, װעלכער איז געװען אין שול בײם דאדיענען, און צי װעלכן ס׳איז געװען אדרעסירט מײן רעקא■ מענדאצ ע־בריװ. דער דאזיקער קעניג פון בערדיסשעװ האט געמאלדן, אז ער װעט נישט םארלאזן די שול פאר אװנם. איך האב דאן געמוזט אװעקגײן אין קאנסאד פון דער רײכער פיר׳ מע הויזנער, װו איך האב געביטן געלט. װאם נאך האט מיר נישט אנדערציילט דער פאקטאר פון רוסישן האטעל, װעלכער האם םיר געפירט איבער בראד; 7. ײד אח פאליאק איך האב ארומגעקוקט דעם עקיפאזש, דאס איז געװען אן אויםגעצײכנטע בריטשקע, באשטימט ביז קיעװ. אבער דערװיסנ׳ דיק זיך, אז איך נעם נאך צו איר פאטשטאװע פערד, האט ער מיד אפגעזאגט זי צו געבן.' דער דאזיקער אפזאג האט מיך פאראינטריגירט. איך בין אװעק צום האטעל׳ײדל, װעלכער האט םיר אויפגעקלערט דעם סוד פון מײן אומפארזיכטיקײט: די רוסישע פאטשטאליאנען - דאס זענען װילדע מענטשן, פליען אזוי גיך. אז דער עקיפאזש װאלט זיך צעפאלן אויף שטיקלעך, אײדער איך װאלט דערפארן ביז דובנע. דער בעל׳אכסניא האט מיר געזאגט, אז א רײזנדער, װאם ▼ 1 ־־ ־ ▼ איז געקומען פון זשיטאמיר, האט צו פארקויפן א פורל: א בודע. איך בין אװעק ארומקוקן דעם דאזיקן װאגן, װאס איז געמאכט פון האלץ און טראשטשינע. דאס איז א לענגלעכער קאשיק, צוגעבונדן צו א שטןןנג מיט פיר רעדער. איך האב פארגעלעגט פינף רובל, אזוי פיל װיפיל ס׳האט געגעבן דער בעל׳אכםניא. דער פאליאק האט געפאדערט פינף און צװאנציק רובל (הונדערט פראנק), דערנאך פופצן רובל, דערנאך איז ער אװעק, פדי איך זאל צו אים קומען. אט אזא איז דער פאליאק. ער האט גאדנישט באקומען און מסתםא פאדלוירן זײן װעגל. װען ער װאלט געפאדערט זעקס רובל, װאלס ער זײ באקומען און ײאלט געװים געװען צופרידן מיט דרײ אויך. דער בעל־ אכסניא האט מיר אויפםערקזאם געמאכט, אז דער דאזיקער װאגן האט זיך געפונען אין א שלעכטן צושטאנד, אז אויב ער װאלט זיך צעבראכן װאלט ער ארײנגעפאלן אין די הענט פון די ײדן. װאם װאלטן מיר געהײםן באצאלן פארן פאריכטן טײערער װי פארן װאגן, און אז אויף יעדער םטאנציע װאלט איך געקאנט קריגן פאר זיך אזא מץ װאגן, נאך א שטארקערן. אט דאס הײםט אן אנשטענדיקער בעל־אכסניא. $. בעודיטשעזו מיטאגצײט האב איך דערזען א העכערן פלאץ, אויף װעדכן ס׳געפינט זיך די בארימטע שטאט בערדיטשעװ, װעלכע געהערט, װי די שװעםטער׳שטאט בראד, צו די ראדזיװילס. דארט האב א־ך װידעד דערזען דעם װונדעד, װי הייזעד טאנצן א פאלקע, דאם הײםט אלע אויסגעבויגן, אײניקע אויף דער רעכטער זײט, אײניקע אויף דער לינקער זײט, אײניקע אזוי װי זײ װאלטן געשאקלט מיטן נאז. דעד גרעסטער טײל צע פאלענע, אײניקע קלענעד פון אונזערע מארק׳געבײדעם, רײנע חזיר׳שטאלן. דאס איז אזא מין אומדערױארט בילד פאר אן אײראפעער, פאר א פאריזער, אז מען דארף עס ארומקוקן כסדר אין עטלעכע שטעס, אײדער מען װערט צו דעם צוגעװוינט. די דאזיקע ײדישע פאזיציע איז נעװען פול מ־ט ײדן, אלע זענען ארויס אויף דער גאס. זעענדיק בערדיטשעװ, שטעלט זיך די פראגע, צי די דאזיקע הײזער, װאס דרײ פאריזער טרעגער װאלטן זײ אװעקגעטראגן מיט אײן קלאפ, זענען טאקע באװוינט.