Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 6 (9.2.1934)
- Date
- 1934-02-09
- Page
- Seite 84 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804870--09179-4804142- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלזמוער נוס. 6 (509) זײם 84 װעלכער ריכטונג ס׳װעט אװעקגײן די וױיטערדיקע אנםװיקלוננ, קאן איעט קיין שום מענטש באשםימם נישט װיסן. ערשם דןןן װי ם׳װעט זיך ענדגילטיק אײנשםעלן דער סדר סון די נײע סאציאלע און נאציאנאלע פארהעלטנישן אין ראטן-פארבאנד, און ם׳װעט זיך אויסבילדן דער נײער נוםח פון געזעלשאםםלעכן און קולטורעלן לעבן,. דאן װעלן אין ענגן צוזאמענהאנג דערמים זין אײסקריסטאליזירן די פארמען פונם ײדישן נאציאנאלן לעבן: דערבײ װעלן שפילן א באדײטנדע ראלע םײ די וױרטשאםםלעכע לאגע, װאס די ײדן װעלן דא ן פארנעמען אין ראטן-פארבאנד ידי ענדגילטיקע רעזולטאטן פון דער ײדישער קאלאניזאציע אין קרים, דרום־רוסלאנד און בירא-בידזשאן װעלן םארשטײט זיך, ארײנגעצויגן װערן אין חשבון\, און סײ דאם נאציאנאל־קולםו־ רעלע שאפן אין שטרעבן פון די יידישע מאםן. ס׳איז דעריבער לכל הדעות איצס פריצייטיק צו לײגן אונז שסײנער אויפן הארצן, אז מיר טראגן װאםער אין א זיפ, אז ביז מיר װעלן דערטראגן צו די מאסן אונזער מאדערנע קולםור, װעס די לעצטע אויפן וועג אויםרינען, ס׳װעלן נישט בלײבן מער קײן בעלנים אויף איר, אונזערע מאסן װעלן שוין האבן אנגעשפארס ערגעץ װײט אין אנדערע קולטורן. פאר די לעצטע עםלעכע צענדליק יאר איז די צאל געברויכער פון די ײדישע קולטור- װערטן געװאלדיק און פראגרעסױו געשסיגן. אין די לעצטע עט־ לעכע יאר האם זיך דער װוקס אפגעשטעלט, טאר מען זיך נישט באציען״ צום דאזיקן פאקט לײכשזיניק, אבער ם׳טאר אויך אים נישט באהאנדלען שװערמוסיק. ס׳װאלט געװען לעכערלעך בײם ערשטן סימפטאס פון א קרענק לויפן״ נאך א דאקטאר און גלײכ- צײטיק נאכן"קברות-מאן. אזא ,װײטזיכטיקע׳ האנדלונג קאן אמאל װירקלעך טרייבן דעם קראנקן אין קבר אריין. - ײדישע באפעלקערונג פון ראטן־פארבאנד איז געבליבן אן ארבעט און אן ברויט, האבן א סך פון אונז פארבראכן די הענט, אויפ־ װײזנדיק, אז די ״גאנצע ײדישע באפעלקערו״נג אױ פאראורטיילט צו פארװאנדלען זיך אין א בעטלער-פאלק. אבער די װאס זענען פארמשפט געװארן צו װערן בעטלער, *ו,האבן וױ אויף צו להכעיס די ,װיסנשאפטלעכע פראגנאזן׳־, זיך פארוואנדלט גאר אין פויערן און פאבריק־ארבעטער," אין קוילן־גרעבער אין אײזן־גיסער וכדומה. דאם אלץ װײםט ח. לעשצינסקי באגלײך סיט מיר, איז װאס זשע אײלט ער זיך מיט זײנע םך-הכלן און אויספירן? אין ראטן-פארבאנד װערט דורכגעפירם א סאציאלער עקם- פערימענט, װאס די װעלט האט נאך אזעלכעס נישט געזען. עם װערן גרינטלע״ך איבערגעבויט״ די ״יסודות פון װירטשאפטלעכן און פאליטישן לעבן, ס׳װערן ראד׳קאל איבערגעשאצט אלע קולטורעלע װערטן. מ׳האלם נאך דארטן אין רעכטן מיטן, מ׳שטײט דארטן מיט פארקאשערטע ״ארבל בײ דער ארבעט, װאס ברענט אונטער די הענט, אבער װעט קאנען געבראכט װערן צו אן ענדע ערשט אין א געװיםער צײט ארו״ם. איז דען איצט דער ריכטיקער מא- מענט אונטערצופירן די לעצטע שורד.!? אויך דאס יידישע נאציאנאלע לעבן װיגט זיך דארטן אהין און אהער אונ״טער דער װירקו״נג פון קעגנזײטיקע פאקטארן. פון אײן זײט אבפאלוטע גלײכבארעכטיקונג און ברײטע מעגלעכקייםן צו אנטוױקלען״די נאציאנאלע קולטור, פון דער אנדערער זײט- אסיםילאציע-שטרעבונג ״בײ אייניקע שיכטן סון דער יידישער באפעלקערונג, אין פון דער דריטער זײט-אן אײנגעװארצלטער אנטיסעמיטיזם, מיט װעלכן דער ראטן-רעגירונג קומט אויס ענערגיש צו קעמפן נישט נאר אין דער פאבריק און ראטן־אנ־ שסאלט, נאר אויך אין פארטײ און אפילו אין ,קאמסאמאל״. אין נחםן מײזי? / (0)רשע בעל־בוחשפות (צזנן יץ.ד נאך זײן םױם) קראפט פון דעם װערק. צוליב דעם װערק איננאנצן פארזעט ער אפטמאל דעם שרײבער גופא, דעס שאפער, װאס אױ ביי אים דער טפל צום װערק. ויײל דער שאפער, װי דאס װערק איז בײ אים דער פועל׳ױצא פון דער ארומיקער סביבה. ער האט אמאל נעשריבן צו ש. ניגערן אין א בריװ: ,די עסטעטי׳ שע קריטיק קאן האבן פיל שאטירונגען. זי קאן טראגן דעם שטעמפל פון אײער ארט, װו איר גראבט זיך מער אץ דער פערזענלעכקײט; זי קאן זײן אויף מײן ארט, װו איך גראב זיך מער אין דער פאלקם־פסיכאלאגיע און מאםן-לעבן (מיליע)... לײענט מײנע ארטיקלען און איר װעט זיך איבערצײגן׳ אז דא רעדט דער ראםן- און מיליע-קריטיקער, דער נאציאנאלער קרי- טיקער...״ אבער אס דער אביעקטױוער שאצער אץ אפשאצער, װאם האט שטענדיק אפערירט מיט םאציאל-עקאנאסישע און סאציאל- עטישע מאםן און ױאגן, האט דאך קײנמאל נישט געקאנט אפ- טײלן זיך, זײן אײגן ױעזן פון זײן ליסעראריש׳קדיטישע פאר- שונגען. ער איז געװען צופיל׳פערזענלעכקײט, צופיל געלעבם מיט אײגענע פארלאנגען, אנשויונגען און געפילן, — ער זאל לאזן פארלירן זיך גופא אין דעם שאפן פון אנדערע, װאס ער האט באהאנדלט. אםילו פון זײנע םאמע-אביעקטיװע אפשאצוג- גען קוקט ארוים בעל-מחשבות גדפא, זײן אינעװײניקםםע װעלט, זײן װעלט-באנעם. ליטעראסור און שאפן - איז בײ אים נישט נעװען בלויז י שסאף, אויסנװײניקםםער שטאף פאר באהאנדלוגג. םיס זײן גאנצן מהות איז ער געװען צונױפגעגונדן מיט דעם שטײגנ׳ ער איז געקומען צו דער ארעמער ײדישער ליטעראטור פון דער רײכער דײטשער ליטעראטור, געקומען לכתחילה װי א גר׳צדק, און אזוי טאקע זיך אונטערגעשריבן אונטער זײ■ נע ארטיקלען אין דער ערשטער צײט. און װי ער איז נישט געװען זאט און אנגעזעטיקם מיט דער אײראפעישער קולטור, איז ער צוגעפאלן צו די קװאלן פונם ײדישן שאפן און מיט דורשט נעטרונקען און זיך אלײן אפגעפרישס. ער, דער צװײפ׳ לער און שוין אין די דעסלטדיקע יארן — דער םרה-שחורה- ניק, — איו אויפגעמונטערס געװארן בײ דער ענגער בארירונג מיט דער ײדישער שאפנדיקער װעלט. פון א פרעמדן, א גר- צדק װערט ער אינגיכן אן אײגענער, א בעל׳מחשבות. ער דריגגט ארײן אין די טיפענישן פון דעם נייעס יידישן שאפן און נעמס אויף אלדאס װיכטיקע און אײגנארטיקע, װאס נעפינט זיך דארט, װי אײגנס. דער פראצעס פון אײנלעבן זיך מיטן ײדישן שאפן, מים די װערטן פון דעם יידישן גייםט, איז בײ אים געווען א שנע- לער. שוין אין די ערשטע יארן פון זײן שרײבן קומט ער מיט ערנסםע און װאגיקע אפהאנדלונגען װעגן ײדישן פאלקם-ליד, װעגן מענדעלע מוכר-םפרים, וועגן שלום׳עליכם א. א״ — אפ׳ האנדלונגען, װאס זענען געלײגס געװארן אלם יסוד פאר די װײטערדיקע פארשונגען פון אונזערע קלאסיקער. אין זיינע הויפט-ארבעמן ווערט ער נישט געפירט פון ערשטע, אױבנאויפיקע אײנדרוקן. ער בינדם זיך נישס צו פרטים. צו קלײניקײטן. ער באסיט זיך אויפצושטעלן אן אומ• םאסנדיק בילד פון דער תקופה און נאכזוכן די םאציאלע טרײב-