Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 3 (19.1.1934)
- Date
- 1934-01-19
- Page
- Seite 40 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804866--09132-4804098- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטער5רישע בלעטער נומ. 3 (506) זײט 40 צו□ שוץ פון אקאדעמיעועד פד״ה״ט ($ שם^פס סרס פראפ. פי׳ש? שג,^רס#]) די ײדן קײן פירנדיקע שטעלעם סײ אקאדעמישע, סײ קלי־ נישע. מען מוז געדענקען, אז די טעכניק פון דער װיםנשאםט• לעכער פארשונג איז איצט אזוי קאמפליצירט, פארלאנגט איצט אזעלכע שװערע טעכנישע לאבאראטארישע אײנריכסונגען, אז בלויז א מלוכה אדער ןג רײכע קארפאראציע קאן עס אײנארדע־ נען און אויםהאלטן. דער גרעםטער פארשער קאן נישט איצט ארבעטן אויף אײגענער האנט. ער איז אינגאנצן אננעװיזן אויף די מלוכהשע אדער גרוים׳קאפיטאליסטישע אינסטיטוציעם. ם׳קומט א־ים, אז נישט נאר עקאנאמיעש, נאר אומיטלבאר דורך דער פארשונגס־ארבעט איז דער װיסנשאפטלער משועבד צו דער מלוכה. אבער קײן פונקציע איז אזוי נישט עמפינדלעך קעגן אלערלײ נאציאנאלע פאליטישע אדער פשוט סאציאלע־מענדענצן װי די אקאדעמישע פונקציע. נישט נאר יעדע רעװאלוציע, נאר או־ך יעדער געזעלשאפטלעכער איבערבוי שסויסט ארויס א נײעם קאדר פארשער פון די ארבעטס־רײען, װעלכע גײען דערנאך פארלוירן פאר זיך, װי אויך פאר דער װיסנשאפט. ס׳איז א פראגע דעריבער נישט בלויז פון די טויזנטער ארויסגעשטויסענע פארשער, נאר פון דער אלץ־מער באדראטער װיסנשאפטס-פארשונג. אויף דעם דערמאנטן פסיכאלאגישן קאנגרעט איז מיר געלונגען צו פאראינטערעםירן פארשידענע װיסנשאפטלער מיט דער אידעע צו גרינדן א אינטערנאציאנאלע קערפערשאפט צו שיצן די אלע װיסנשאפטלעכע מינדערהײטן, װי איך האב זײ אנגערופן. אין קאפענהאגען האט זיך געגרינדעט א איניציאטיװ׳גרופע, װעלכע האט זיך דערנאך אין בערלין פארברײטערט און אויס• געארבעט א גענויעם סטאטוס ביי דער םיטװירקונג פון די נישט־לאנג פארשטארבענע פראפ. דוד קויגען און פראם. אטטא ליפמאן. צוליב די היטלעריסטישע געשעענישן האבן מיר בא־ שלאםן אריבערצוטראגן די קאסיםיע קײן פארח. דארט האבן זיך פאראינטערעםירט מיט דער אידעע דער בארימכער פראם. װיקטאר באש, װעלכער שטײט אין דער שפיץ פון דער ליגע צו קעמפי פאר מענטשן־רעכט, װי אויך דער בארימטער םיזיקער פראפ. לאנזשװען, — אן אננעזעענע פערזענלעכקייס אין פראנק־ רײך — א. א. די הונדערטער ארויסגעשטויםענע פראםעםארן פון דײטשלאנד האבן געשאפן אן אטמאספער, וװ מ־האט קלאר אײננעזען די נויטװענדיקייט צו שאפן אן אינטערנאציאנאלע שוץ פאר װיםנשאפט און װיסנשאפטלער. די קאמיםיע איז קאנסטרוירט נעװארן א. ד. נ. ״אינטער■ נאציאנאלער קאמיטעט צו שיצן די אקאדעםישע פרייהייט און די רעכט פון געלערנטע״. צװישן אנדערן שטרעבט דער קאםי־ טעט: ו> צו שאפן א צענסר פאר איגפארמאציע אין םארשידענע לענדער. 2) גרינדן א בידרא פאר מאראלישער און ױרי- הילף, פאר אינטערװענציעס פון די גערודםטע גע־ לערטע אין זײער אײגענעם לאנד. 3) געבן פינאנםיעלע הילף פאר גערודפטע פארשער״ אז זײ זאלן קאנען סארזעצן זײערע װיםנשאפטלעכע ארבעטן. 4> צו גרינדן אין פאריז א אינטער־ נאציאנאלן אונױועיזיטעט, וױ גערודםטע און ארויםגעשטױםענע געלערסע םון פאדשידענע לענדער זאלן קאנען פארזעצן זײערע װיםנשאפטלעכע ארבעטן. — דער קאמיסעט האט נעװונען די סימפאטיע םון םארשי־ נאך א׳, צװײ חדשים פארברענגען אין װארשע. איז פראפ. ם־־של שני־ אורסאן די טעג אפ־ געפארן קײן פאריז ספעציעל דורכצופירן די אלגעמיינע גרינ־ דונג־פארזאמלונג פון דעפ א י נ ט ע ר• נאציאנאלן קא- מיטעט צו שיצן די אקאדעמישע פרײ־ הײט און רעכט פון געלערטע, װאס קומט פאר אין גיכן אין פאריז בײ דער בא־ טײליקונג פון אנגע- זעענסטע אקאדעםי־ קער און װיסנ־ שאפטם-לייט פון גרויםן װעלט־נא• מען. — םיר האבן זיך געװענדט מיט א בקשה צו פראפ. פ. שניאורסאן, ער זאל אזוי פרײנדלעך זײן און איבערגעבן פאר אונזערע לעזער גענויע ידיעות װעגן אט דער נייער אינטערנאציאנאלער געזעלשאפט, װאס גרינדעט זיך. פראפ. פ. שניאורסאן האט אונז דערצײלט: שוין אויף דעם אינטערנאציאנאלן פסיכאלאגישן קאנגרעס, װאס איז פארגעקומען 1933 אין קאפענהאגען, איז ביי מיר רייף געװארן דער געדאנק װעגן א אינטערנאציאנאלער קערפערשאפט, װאם זאל שיצן די װיסנשאפט אין װיםנשאפט־טוער פון די גרויסע סכנות, װאס לויערן פון אלע זײטן. די איבערפראדוקציע פון פראפעסיאנעלע געבילדעמע, די אלץ־װאקסנדיקע ארבעטם־ לאזיקײט צװישן אקאדעמיקער און בעיקר — די נאציאנאליסטיש. רעאקציאנערע טענדענצן אין די מערםטע לענדער — שטויסן ארויס אלץ־מער װיסנשאפטלער פון ערנסטער פארשונגס־ארבעט. די צאל ארויסגעשטויסענע װיסנשאפטלער איז פיל גרעסער װי מ׳קאן זיך גאר פארשטעלן. און גראד די שעפערישע פערזענ־ לעכקײטן, װאס זענען לויט זײערע נאטורן װייניקער פיפיק, גײען פארלוירן פאר דער װיסנשאפט. אין אזא נרײ לאנד װי די פארײניקטע שטאטן געהערן די אוניװערזיטעטן צו פריװאטע קארפאראציעס, װעלכע נעמען אן פארשער פון זײערע .אײגע נע״ קרי־זן, נישט רעכנענדיק זיך נישט מיט די קװאליפיהאציעם פון די פארשער. ס־איז אינסערעםאנט דערבײ צו דערמאנען די טרויעריקע ועזולטאטן פון דער אנקעטע, װאס ד״ר ראנדזשי אין נױ־יארק האט אדורכגעפירט בײ די דעקאנען פץ די מעדיצינ־• שע פאקולכעסן אין די פארײניקטע שטאטן און אין קאנאדע. ס׳פארשטײט זיך, אז פון אזא מין לאגע לײדן בעיקר די ײדן־ פארשער, װײל אין גאנץ אמעריקע איז נישטא קײן אײן ײדי־ שע הויך־שיל. מיס װײניקע אויסנאמען פארנעמען נישט דארט