Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1934-01-05 · 1 (5.1.1934) · p. Seite 9

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
10 (1934)
Issue
1 (5.1.1934)
Date
1934-01-05
Page
Seite 9 (sequence 9)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8804861-8804863--09095-4804063
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײט 9 ליטערארישע בלעטער נומ. 1 (4ל׳5) נאכאלגיץ אץ װילנע צאצקעט זיך דערמיט, איז צופרידן סיט יעדער קלײניקײט. אױף די װענט - בילדער אין פארשידענע פאזעס פון אים און אויך םון זײן ױנגער פרוי. עס הענגט אויך א באריעליעף פון יעקב די• נעזאן מיט אן אויפשריפט, װאס איז אזוי צום הארצן אורקע נא- כאלניקן: ״װאס דו ווײסט נישט - רעד נישט, װאס.דו פילםט נישט - שרייב נישט!׳*. אורקע נאכאלניק װײזט מיר די ביכער• שאנק. ער נעמט ארויס א פעקל שליםלען, הויבט אן אויפזוכן דעם פאםיקן שליסל. אין זײנע הענט, װײזט זיך מיר'אוים, זעען אוים שליםעלעך גאר אנדערש. עפעס װי לעבעדיקע. זיי םאלגן אים, םארשטײען זײן יעדן װונק... ער עפנט פונאנדער די שאנק און װײזט מיר מיט שטאיץ: - איר זעט, װאס פאר אן ארדע- נונג! דא ליגן די צייטונגען, װו עס דרוקן זיך' מײנע װערק. אט איז דער ״פארװערטם״, און אט דער ,היינט״, די .היינטיקע ניי• עס״, און אט דער .בײטאג",יאון אט זענען די פוילישע צײטונ• גען. דא אין דעם פעקל ליגן די 'פארשידענע ארטיקלען װעגן סיר, - שוין גאר א םך: מען שרײבט אומעטום װעגן מיר, - זאגט ער צופרידן-סארשעמט. מיר רעדן זיך פונאנדער. איך זאג אים, אז מיר װילט זיך מיט אים מאכן א שמועס, הערן פון אים עפעם װעגן זײן לעבן און דערצײלן װעגן דעם דעם לעזער, װאס אינטערעםירט זיך ץזוי מיט אים און מיט זײנע װערק. - װאס קאנט איר שרײבן װעגן מיר? - זאגט אורקע נןן• כאלניק - אז איך בין געװען א גנב, אז איךי האב געלעבט צװישן גנבים, - דאס װײםן דאך שוין מײנע לעזער.' - יא, - זאגיט װײטער יאורקע נאכאלניק - פאראן איצט מענטשן, װאם מאכן אויף מיר א .בלבול״, זיי װילן אויםטראכטן אויף םיר, אז איך בין גאר א פײנער, לײטישער מענטש, און גאר קײנמאל אין מײן לעבן קײן חפיסה נישט אנגעקוקט. איך גלויב אבער, אז איך האב גענוג גוטע םרײנט, ויואם װעלן מיך אין דעיר עפנטלעכקײט *רעהאביליטירן״ און דערװײזן װעגן דעם דעם גאנצן אמת. איך בין איצט אין אזא לאגע, אז איך דארף גײן אײנרעדן די װעלט, אז .אני שלמה״, אז איך בין טאקי גע• װען א פארברעכער, און מיט דאקומענטן אויםװייזן מיין שולד. אורקע נאכאלניק נײט צו צו א שופלאד, עפנט אים אויף און ציט ארוים א פעקל דאקומענטן און רופט צו מיר: - נאט, זעט. איך װיײז עם קײנעם נישט, אבער אײך וױיז איך עס! יא, עם איז אלץ אמת. דער ,בלבול״ איז טאקי א פאל• שער בלבול, װאס נאר פײנמ און נישט׳פארגינער קאנען זיך אויף דעם דערלױבן... אורקע נאכאלניק, זײן אמתער נאמען איז יצחק םארבא• ראװימש - איז געזעסן און געזעסן. עיר מאכט מיר א חשבון, אז פאר די פינף און צװאנציק יאר איז ער אפגעזעסן אין תפיםות 17 יאר. בלוז אין אײן תםיסה, 'אין ראװיטש, איז ער געזעסן גאנצע אכט יאר. אין אט דער תסיסה האט ער זיך אנטװיקלט און אנגעהויבן צו שרייבן. אבער ביזן יאר 1927 האט מען נישט געטארט שרייבן, איבערהויפט - די קרימינעלע פארברעכער. ערשיט פון 1927, װען מען האט אין די תםיסות דערלויבט צו שרייבן, זינט דאן הויבט זיך אן זײן אמתע שרײבער-קאריערע. די תפיםה-װעכטער אבער האבן נישט געלײגט קײן אכט אויף דעם ארעםטאנט און אויףי זיינע *שאפונגען. נישט איינמאל האט מען אין דער צײט םון א רעוױזיע קאנפיםקירט זײנע זאכן, וואם ער האט אנגעשריבן, און מען האט זײ אים צוריק נישט אומגעקערט. 'אורקע נאכאלניק דערצײלט מיט באדויערן װעגן אן אוטא• פיע-ראמאן אין פויליש, װאס ער האט אין דער תםיםה אנגעשריבן. דער ראמאן האט געהײסן *״מאראליישקײט באהערשט די װעלםי.״ אן אוטיאפיע, געשטיצט אויף *םאקטן סון װירקלעכן לעבן. ער האט דארט געמאלט א בילד פון דער װעלט, װען זי װאלט באהערשט געװארן סון מאראלישקײט. די גאנצע װעלט ויאלט דאן געהאט גאר אן אנדער אויםזען. פיל אנשטאלטן, װאם פרעדיקן און שטיצן כלומרשם די מאראל, װעלן בטל װערן. *עם װעלן אויך םארשװונדן פארשידענע פראפעםיעס, װאס זענען בארוםן ספעציל אונטערצו• נחםן םײזיל / װ$רשט עו גאסט בײ אודקע אורקע נאכאל־ ניק איז איצט זײער א פאפולערער נא״ מען. שטארק פאפו־ לער אין די פױלי־ שע קרײזן• זיין ״דאס לעבן פוי אורקע נאכאלניק״ אין פױלישן איז דערשינען מיט א פאררעדע פון א בא־ װוסטן פוילישן גע־ יערנטן, און ארוים־ גערוסן אין דער פוילישער קריטיק פיל באגײסטערטע ארטיקלען. ם׳איז גרויס דער אינטע־ רעם צו אט דעם געװעזענעם פאר־ ברעכער, װעלכער שילדערט אויף אן אריגינעלן אופן דעם לעבנם־שטײגער פין גנבים ־ סארברעכער אויף דער פריי און אין תפיסה. עס זענען ווענן אט דעם װערק און זיין מחבר געשריבן געװארן גאנצע װיסנשאפטלעכע אפהאנדלונגען. אורקע נאכאלניק װערט פאררעכנט צװישן די שטארק־געלײענטע פוילי־ שע שרײבער. זײנע װערק דרוקן זיך אין םארזעצונגען אין דער פוילישער פרעסע, און דער פוילישער באקאניטער פארלאג ״ראי״ ניט ארוים זײנע װערק. אורקע נאכאלניק איז איצט אויך שטארק פאפולער בײם ײדישן לײענער. זײנע ראמאנען האבן זיך געדרוקט און דרוקן זיך איצט אין ״הײנט*, ״פארװערטס״' ״הײנטיקע נײ־ עס״, רינער ״בײטאג״. אין װארשעװער טעאטער ״סקאלא״ װערט נעשפילמ א דראמאטיזירונג פון זײן ראמאן ״גנבישע ליבע״. זיינע װערק װערן איצט איבערזעצט דורך פראם. א. א. רא באק אויף עננליש, און דער ערשטער באנד דערשײנטי גאר בקרובי אורקע נאכאלניק װוינט אין װילנע. און געקומען אהין, האב איך באשלאסן צו באזוכן אים. סיר זענען שוין באקאנט פון פריער, אורקע *נאכאלניק איז איצט א שטענדיקער לעזער פון די ״ליטערארישע בלעטער״. איך האב אים געװאלט זען, דעם אריגינעלן שריפטשטעלער, אין זיין *הײם. ער װוינם הינטער דער שטאט, און עם איז א גאנצע ארבעט צו דערקלויבן זיך צו אים, און בפרט אז ער איז וזי אפגעזונדערט םון מענטשן. שוין א יאר צײט, וױ ער האט זיך באזעצט אין װילנע, און מען טרעפט אים זעלטן צװישן שרייבער. בלויז אין יידישן טעאטער קומט ער פון צײט צו צײט. איך קלויב מיך ארוים צו אים. אין עק שטאט, בײם װאלד, אין א מין זומער־װוינוננ, האט ער זיך אײנגעארדנט. אורקע נא־ כאלניק דערפרייט זיך מיט מײן קומען. עריהאט איצט וױיניק פרײנט. םון אײן קרײז קאלעגן איז ער אװעק *אויף שטענדיק, און צו דעם צװײטן קרײז איז ער נאך נישט געקומען... זאגם מיי טאקע אורקע נאכאלניק : - עס איז מיר אםט שװער צװישן מענטשן. מען קוקט אויף מיר וױ אויף א בײז װונדער: איך פיל נײגיריקע בליקן אויף זיך. װאס איז עם פאר א מענטש; - טראכטן אלע - און פארשן מיך. - און דאס איז מיר עפעם אומאנגענעם! םיר קומען ארײן צו אים אין קאבינעט. א סײן ליכטיק צימער, שיין איינגעארדנט. ליכטיק און ציכטיק. ניי מעבל. א גרויסע שיינע ביכער־שאנק, א נייער שרייב-טיש מיט סיינעם שרייב-געצייג. אלץ עלעגאנט, ניי. קענטיק, אז דער בעל-הבית

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.