Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-12-15 · 50 (15.12.1933) · p. Seite 809

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
50 (15.12.1933)
Date
1933-12-15
Page
Seite 809 (sequence 5)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804859--09029-4804002
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײט 809 ליטערארישע בלעטער נום. 50 (ו50) איז בכלל דער געװיכט םון דער צױניםטישער באװעגונג אויף דער עפנטלעכער פןןליטישער ארענע און אין דער געזעלשאפט־ לעכער מיינונג םין דער אויסערער ױעלט זײער שטארק אויםגע- װןזקסן• און נישם בלויז אין דער בירגערלעכער געזעלשאפט, נאר אםילו אין די ראדיקאלע סאביאליסטישע קרייין האט זיך די בא־ צױנג צום ציוניזם אין צו דער טעריטאריאליסטישער אידעע בכלל ראדיקאל געענדערט. װעגן צװײטן אינטערנאציאנאל שוין אםגערעדט, נאר אםילו אין דער ארכירעװאליציאנערער סאװע• טישער נעזעלשאםט האט די טעריטאריאליסטישע אידעע געםונען די פולע אנערקענונג. * ס׳איז גענוגיצו דערמאנען די בארימטע דורך און דורך טעריטאריאליסטישע רעדע פ'ון סאװעטישן פרע־ זידענט קאלינין אויפן 'צוזאמענפאר סון ,געזערד׳' מיט אײניקע יאר צוריק. און װידער אמאל - װי נישמיק זאל נישט זײן דער פראקטישער װערט פון בירא־בידזשאן (דערצויזענען דא ספעצי־ םישע םאװעטישע םיבותז, איז זײן פרינציפיעלער און סיימפטאמא־ טישער באדײט קאלאס״ל. דאס זענען אלץ אביעקטױוע פאקטן, איבער װעלכע םאר־ שידענע סקעפטיקער און אפשפאטער װאלט נישט געשאדט צו פארטראכטן זיך. - אם כן - װעט מען מיך געװים גלײך םרעגן - בײ אזעלכע נצחונות פון דער מעריטאריאליםטישער אידעע, מיט װאם זשע פארט דערקלערט זיך דאס אונטערגיין פין דער ספעציעלער טעריטאריאליסטישער ארגאניזאציע און דער ריין־טעריטאריאלים־ טישער באװעגונג בכדל? דאס דערקלערט זיך דער עיקר דערמיט. װאס דעם קאמף קעגן מעריטאריאליםטישן ציוניזם ראט דער ריינער טעיײטאריאליזם נישט געקאנט אויסהאלטן אוןי ער האט געמוזש פלאצן. װי לאנג די לאגע אין פאלעכטינע איז געװען אומקלאר, מטושטש, װי לאנג אין נעפי פון צױניכטיסע האפענונגען ״און טרוימען האט נאך געװעלטיקט די אילוזיע װעגן ״גאולה שרמה, וועגן פולער א־יםלייזונג סץ נלות - האט אויף די טעריטאריא־ ליםטישע װאגשאלן דער קאלאסאלער געװיכט פון די אלטע יטרא־ דיציעס און פון נאציאנאלער״ראמאנטיק געזיכערט די פולע אוי־ בערהאנט פון פאלעסטינע לגבי װעלכער נישט איז אנדער טערי־ טאריע. דער פלאץ פאר ריינעם טעריטאריאליזם װערט ביי אונז אפגער״ניקט נאר אין דער מאס, אין װעלכער דער טעריטאו יאליסטישער זין, ד״ער פרינציפ םון קבוץ־גלי״ות װערט אין ציוניזם אויסגעלעבט און אויסגעשעפט. ובבן - נישט מיט 30 און נישט מיט 10 יאר צוריק, נאר ערשט איצט װערט ביי אונז אינעװײניק פרײ דבר באדן פאר דער טעריטאריאליסטישער באװעגונג. דאם איז פון אײן זײט. פון דער אנדערער זייט איז די נויטווענדיקייט אין דער טעריטאריאליסטישער לעזונג פון דער יידן־סראגע נאך קיינמאל נישט ארויםגעטראטן אזוי שטארק אין אזוי קלאר און בולט ווי אצינד. מימ 30 יאר צוריק, װען די טעריטאריאליסטישע באװע־ גוננ איז אויפגעקומען, זענען פאר דער יידישער מאםן-עמיגראציע נאך ברייט געעפנט געװען די טויערן פון די אײנװאנדערוננם־ לענדער, איבערהויפט פון די פארייניקטע שטאטן, װו יידן האבן נעמאכט א לעבן און א גוט לעבן. דאס האט איז א געװיסער מאס די שארפקײט פון דער טעריטאריא״ליסטישער פיאבלעם אפגע־ טעמכט. און אפילו נאך דער מ״לחמה, װען די גרויסע ײ״דישע קבוצים אין מזרח־אייראפע האבן זיך געםונען אין אן אויםערסט־ שװערער לאגע, איז, חוץ די משיח-אילוזיעס, װאס די באלםור־ דעקלאראציע האט מיט זיך מיטגעבראכט, די אלג״עמײנע וװלקא־ ניש-אויפגעברויזמע אטמאסםער, װאס איז נאך געװען אנגעלאדן מים גרויסע רעװאלוציאגערע ערװארטונגען,"נישט צוגעפ״אםט גע־ װען םאר דער אויםל״׳ בונג פון א טעריסאריאליםטישער באװעגונג. איצט אבער, נאך דעם אלעם, װ״אם מיר האבן איבערגע• לעבט, נאך דער אומגעהויער רײכער דערפארונג, ו״ואס מיר האבן אנגעזאמלט אין אט די ,געדיכטע׳ יארן פון אויםשליסלעכן ה״יס• טארישן געװיכט, און איבערהויפט נאך דער ײדן-קאטאסטראפע אין דייטשלאנד, װאם עסנט מיט זיך אויף גאר א באזונדער העכסט-באלערנדיק בלאט, װאם האט נישט זײן״גלײכן אין אונ- ריטאריאליזם איז לאנג טויט, באגראבן און באשאטןז אדער אםשר געהערם די דאזיקע אקסיאםע צו דער קאטעגאריע אקסי• אמעם סון יענעם בעל־דרשן: ,דאם איז ידוע, אז ראובן איז געװען א בלינדער אויף אײן אויג׳?.. איך האב די העזה צו באהויפטן, אז װי שארף און קאטענאריש די דאזיקע אקסיאמע זאל נישט קלינג״ן, איז זי אין נרונד פאלש. די קברנים םונם טע• ו״יטאריאליזם שװעבן אויםן אויבערפלאך פון די געזעלשאםטלעכע פראצעסן און געשעענישן, זײ זעעןאבערנישט דאס, װאם ם׳קומט פאר אינעװײניק, זײ דרינגען נישטיארײן אין תוך סון די זאכן און דעריבער באקומען זײ א בילד, װאס איז להיפוך צו דער אםתער װירקלעכקײט. אמת איז, אז די ספעציעלע טעריטאריאליסטישע ארגא• נ י ז א צ י ע איז פארשװונדן, אבער אין דער זעלבער צײט האט די טעריטאריאליכטישע איד״עע געלאזן טיםע װארצלען און באהערשט״אײן פאזיציע נאך דער אנדערער, סיי כלפי פנים, אין לעבן פון ײדישן ״סאלק נוםא, סיי כלפי חוץ, אין דער געזעל• שאפטלעכער מײנונני פון דע״ר אויסערער װעלט און אפילו אין דער כפערע פון אינפערנאציאנאלע פאליםישע פאקטארן. צוערשט כלפי פנים. די קברנים פון טעריטאריאליזם לאזן ארוים סון אויג אדער װילן נישט פארשטײן, אז אין י ם ו ד פ ו ן צ י ו נ י ז ם, װאס איז םאר די לעצטע עטלעכע צענדליק יאר אויםגעװאקםן אין דער נרעסטער און מעכטיקסטער באװענינג פון ײדיש־ פאלק, איז גע• לעגן די טעריטאריאליסטישע אידעע, די שמרעבונג צו אן אײנענעם לא״נד און א זעלבסטשטענד־קן נאציאנאלן ל״־בן. נאמירלעך, קאן קײנער נישט לײקענען, אז אין ציינױם איז דאס ענג פארפלאכ״טן מיט אונזערע אלטע. פעםט-אײנגעװארצלטע טרא• דיציעס און ם־פע ראמאנטישע איבערלעבונגען. אז דאס אײגענע לאנד האט דארט באדײט נישט סתם טעריטאריע, נאר דאס הײ־ ליקע לאנד פון אונזערע אבות. נאך מער - דװקא פאר דער לעצטער צײט, אין פעריאד פון נאך באלפור־דעקלאראציע, װען ס׳װייזט ז־ך באשײנפערלעך ארוים, אז כ׳איז אויסגעשלאסן, פא• לעסטינע זאל קענען װערן דאס לאנד פון קבוץ-גליות, פארלירט דער ציוניזם װאם-װײטער אלץ־מער זײן טעריכאריאליכטישן זין. אביעקטיװ 'גענומען, איז דער טעריטאריאליזם, אלם די רא• דיקאלע לעזונג פון דער ײדן פראגע. אצינד פון ציוניזם אינ• גאנצן פארשװונדן, און זײן ארט פארנעסען און פולן מיט זיך אן די אלטע טראדיציעס. די ראמאנטישע איבערלעבונגען און די שטרעבונג צו לעזן בלומרשט די ײ ד י ש ק ייט־פראבלעם. אבער יעדער, װאס איז נאענט באקאנט מיט דער אנטװיקלונגם• געשיכטע פון דער ציוניסטישער באװעגונג, װײם, או א־ן דער אידעאלאגיע םון דער באװעגונג האט דער טעריטאריאלים■ טישער מאמענט אין זײן פולן קעגנזאץ צום גלות, דאם זעלב• שטענדיקע נאציאנאלע לעבן פון יידישן פאלק, תמיד געשפ־לט די הויפט ראל. און ם׳איז ביז נאר כאראקטעריסטיש, אז אסילו היינט צו טאג װאגט דער ציוניזם נישט אפיציעל אפזאגן זיך פון זײנע טעריטאריאליסטישע אילוזיעס. סארקערט, מ׳באמיט זיך מיט אלע בוחות 'אט דעם קראנקן פונקט אין דער באװעגונג - דעם נעצװוננענעם אפזאג פון קבוץ-גלױת-פרינציפ - װי װײט נאר מענלעך אויסצובאהאלטן און פארמאסקירן. מ׳קאן, בכן, מיט פולע רעכט זאגן, אז די טעריטאריאלים• םישע אידעע האט פאר די לעצטע עטלעכע צענדליק יאר אפ• געהאלטן גװאלדיק״ע נצחונות צװישן דעם ײדישן פאלק און זיך דארם שיעור נישט אין דער הערשנדיקער אידעע "םארװאנדלט. נישט קיין קלענערע נצחונות האט די טעריטאריאליסטישע אידעע צי םארצײכענען אויך כלפי חוץ. ם׳איז גענוג צו דערמא־ נען זיך, אז מיט א יאר 40-30 צוריק איז די עצם אנערקענו״ננ פון ײדן אלס א באזונ״דערע נאציע, צו אלע אנדערע נאציעם גלייך, געװען אין דער אויםערער װעלט ביז גאר אפגעפרעגט. *ון נאםירלעך, אז צו יידישע פרעטענזיעם אויף״א זע״לבםטשמענ־ דיק נאציאנאל לעבן, אויף א באזונדערע טעריטאריע האט מען זיך באצוי״נן װי צו עפעס א םשונהדיקער עקזאקטישער פאנטאזיע. אצינד האבן פיר הינטער זיך די באלםור-דעקלאראציע, באשטע• סיקט דורך רער םעלקער־ליגע, די עםנטלעך־רעכטלעכע אגערקע־ נוננ םון א נאציאנאלער הײם םאר ײדן. װי נישטיק זאיל נישט זײן דער פ ר א ק״ט י ש ע ר װערט םון דער דאזיקער דעקלאראציע, איז דאך איר פרינציפיעלער באדײם ז״ײער װיכטיק. װייטער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.