Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 47 (24.11.1933)
- Date
- 1933-11-24
- Page
- Seite 748 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804855--08965-4803941- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 47 (1496 זײט 748 ער באארבעש װײטער זײן שטח ערד און װיל דאס קײנעם נישט פארקײפן. ער חידושט זיך בלױז: צו װאם איז דאם דער גאנצער הו״הא און געטומל, צוװאס קוםען דאם אהער אראפ פרעמדע, צװואס דארף מען די באנק, די סאבריק, די פאסט י אויגוסט איז אויסער זיך: ם׳טײטש, פראגרעם! ציװילי• זאצ-ע... װײסטו, דו אלטער תיח. געזען, װאס עם טוט זיך אין אויסלאנד, װי אזוי מענטשן לעבן דאם דארס אין די גרויסע שטזגט! עזרא פארטראכט זיך: — יא, אבער קײן שום םענטש אין דער װעלט קאן זיך דאך נישט באשפײזן מיט בענק און פאבריקן, אוינוסט. קײן שים מענטש אויף דער װעלם! — פון זואס־זשע דען לעבן זײ? _ זײ לעבן פון דרײ זאכן: פון ברויט אויף די פעלדער, פון פיש פון ים, און פון חױת און פײגל אין די װעלדער. אט דאס זענען די דרײ גרונט־זאכן. — עס זענען דאך אבער פאראן מענטשן, װאם לעבן פון געלט; — נײן, ־־ ענטפעיט עזרא, — פון געלט לעבט קײ• נער נישט. אויגוסט פארלאזט סוף-כל־סוף פאלען. ער איז פין דעם זעלבן םוג מענטשן, װי לאװיזא מאגרעטא. ער קאן נישט אײנויצן אויף אײן ארט. עדװארד בלײבט אין פאלען. די באנק פארמאכט זיך. די פאבריק שטײט אן ארבעטער און אן מאשינען. פאלען בלײבט דאסזעלבע דערפל װי אמאל. נעכט, װינטער, ים, הערינג, אומעט... דער ראמאן װערט דא איבערגעריםן... אפנים, האמסון װיל אים װײטער שרײבן - און מען דארף אים װינטשן, ער זאל עס נאך באװײזן צו טין. פוחות פארמאנט ער נאך איבער גענוג. דער ראמאן איז, אמת, א סך בלאםער פון ,די װאנ• לער״. דאס דערקלערט זיך דערמיט׳ װאס עם סעלט אין אים דער ספעציפישער האמסונישער ליריזם. דער עפיזאד מיט לאוויזע מאגרעטא באשײנט אים מיט עפעס צויבערדיקע שטראלן און דערמאנט אין דעם אמאליקן האמסון פון,פאן״ און ״װיקטאריא׳, ער פלעגט דערצײלן מיט נײע, מיט אנדערע, מיט שטילערע און פארזיכטיקע־ע װערטער. אין דעם ראמאן ״אויגוסט״ איז פון דעם אלעמען קײן זכר נישטא. מיר האבן דא פאר זיך בלויז שטײגער און דאם טאגטעגלעכע גרויע לעבן. קיין שום שײן זעט זיך איבער דעם נישט. אין דעס ראמאן איז געװײנלעך פאראן אן ,אידעע׳. זי דרינגט און שפארס ארוים פון א סך ערטער. און װי אויך אלע זײנע װערק נעמט די אויבערהאנט אלץ די זעלביקע ליבע צו דער ערד און נאר צו דער ערד. ער פאראורטײלט דאס װאגלעריי אלס פאראט צו דער ערד. זיינע װאגלער זענען דערפאר טאקע אומגליקלעך, װײל זײ האבן פארלאזן די אלטגעזעםענע ערד. ,מען דארף אמאל א פרײו טון אפשר איז ערגעץ אנדערש בעסער״, זאגט עדװארד, און זיין ברודע־ ענטפערט אים: ,צי דען פילן מיר זיך אינדערהײם דארט, װי מיר האבן מער צו עסן, װי מיר גײען בעסער אנגעטון, וײ מיר האבן מער געלט״?.. די צױויליזאציע האלט האמסון אלם א מין בבל-טורעם: אן אומזיניקער און אומנויטיקער אויפטו. האםםון איז א ^פאעט און קאן גארנישט פרײדיקנדיק און איבערצײגנדיק, אלץי בארירן און באלײכטן. פון רוסײו געגנסט אים ערגעצװו. דאס איז עפעס א מין געמיש פון דאדעם םארטארען און גאגאלס כלעסטאקאװ. ער האקט א טשײניק אױף װאם די װעלט שמײט, און ער קען נישט נישט זאנן ליגן, װײל אנדערשט װאלט ער געװען גארנישט מיט נישם. ער פאר• מאגט א קרענקלעכע אײגנליבע, עם װילט זיך אים שטענדיק זײן אױסן ערשטן ארט און אלעמען פארװונדערן. נאך אין זײן פריסטער ױגנט האש ער זיך באװיזן אין פאלען מיט זײנע גאלדענע ציין. מיט װעלכע ער האט ממש פארװונדערט די ארטיקע אײנװוינער. עס זענען אפילו ארומגעגאנגען קלאנגען, אז אויגוםט האט צו טאן מיטן ט־יװל, >.ון אז דער טייװל האט אים פארביטן די צ־ין אויף גאלדענע... אױנוסט איז אבער פארשװונדן, ארומגעבראדיאנעװעט א לאנגע צייט און מען האט אין אים אינגאנצן פארגעסן. פלוצים האט ער זיך ײידער בא- װיזן אין פאלען א דיקער, א באבערדיקטער, א גרויער. װי איז ער דאם פארפאלן געװארן? אך. װעגן דעם איז פיל צו דערציילן. װו איז ער נישט אויסגעװען? אין װעםט׳אינדיע, װו ער האט שוין אט׳אט געהאלטן בײ חתונה האבן מיט דער קיניגן און װו עד האט איבערגעלאזט א שלל קאסטנס מיט די טײערסטע איידל־שטיינער. אין בראזיל, וײ ער איז געװען א גאנצער פאניבראט מיט דעם גענע־אל־פרעזידענט. אך, יא, צי איז דא פאר אים נישט אנגעקומען א רעקאמענדירטער ברױו? ער װארט אויף א ברױו פון דעם פרעזידענט. געלטז א, ער האט פולע טאשן םיט געלט. צים באדויערן איז דאס בלויז או־סלענדישע װאלוטע, גאנצע טויזנטערס. אין פאלען קאן מען זײ נישט צעטוישז. מען דארן- זיך אראפכאפן קײן טרענכעם, ער האם אבער אלץ קײן צײט נישט. און ס׳ארא װונדערבארן ששעקן ער פארםאגש דאס, װאס, איר װייסט נישט, װעמעס שטעקן דאס איז? ער האט אמאל געהערט צו אײנעם אן אימ• פעראטאר, נאפאלעאן האט ער געהײסן, איר האט געהערט װעגן אים.? אויגוסט האט אים גאנץ־צופעליק אפנעקויפט ביי אײנעם אן אמעריקאנער םיליאנער און באצאלט פאר אים א שלל מיט גאלד. די פאלענער הערן אים מ ט אפענע מיילער. אויגוםט רוש קיין אײן מינוט נישט. ער האלט אין איין קהלן זיך. אט קלייבט ער חתימות, פארט. טעלעגראפירט, און אין רעזולטאט עפנט מען אין פאלען א פאסט׳אפטײלונג. גענוג, שרייט ער, געשלאפן און געגעסן קארטאפל מיט פיש! מען דארף נאכגײן דעם פראגרעס און דער צױויליזאציע. א באנק ז מען קאן נישט לעבן אן א באנק: די ארטיקע גבירים האלטן אפ באראםונגען, לײגן זיך צונויף, לאון ארויס אקציעס. — און אט האט שוין פאלען א באנק אויך. נאכדעם טומלט ער שוין װעגן א פאבריק... פאלען װאקסט, בויט זיך, עם באװײזן זיך שױן אפילו נומערן אױף די הײזער... אלע זענען דאנקבאר אויגוסםן. אבער דאס אלץ האס נישט קײן לאננע האפט. אלע זעען זיך ארום, אז דאס איז גארנישט מיט נישט. א־בערן לאנד הענגט װידער דער אלטער בײזער גורל: א־ז דא הערינג - איז גוט, איז נישטא קיין הערינג — דאן א־ז פאלען פארםשפט אײף הונגער און דחקות. און איצט, אז מען האט פארבויט פאלען, װען מען האט פארקויפט דאס לעצטע שטיקל ערד, און אויםגעבויט גרויסארטיקע װיליעס מיט פארביקע שױבן, פונקט װי אין אינדיע, װען מען האט פארקויפט די לעצטע ציג און געהאלפן בױען די באנק, די פאבריק, װען עם איז שוין נישטא װו צו פארזעצן קארטאפל, איצס איז דער הונגער א שרעקלעכער. א גרױליקער. אויגוםט גײט צו דעם אײנציקן בעל־גוף אין פאלען, צו עזראן, צו דעם פארשוין, װאס האט זיך נישט געלאזט כאפן אויף דער װענדקע און נישס געװאלט מיטמאכן דעם פראגרעס.