Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-11-24 · 47 (24.11.1933) · p. Seite 744

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
47 (24.11.1933)
Date
1933-11-24
Page
Seite 744 (sequence 4)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804855--08961-4803937
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליסערארישע בלעסער נימ. 47 (498> זײט 744 דאם פארברעכן פונם ,ײדישיזם׳ אלם באװעגונג, װאס ער האט געװאלט באזירן אויף דער אידעע י אלײן און מאכן פון דער ״ײדישער אידעע״ א ציל פאר זיך. דאס פארברעכן אױ געװען, װאס די אידעע איז געשאפן געװארן אן די מאסן, און די שטראף פון דער ײדישיםטישער באװעגונג איז געװען דאם, װאס זי איז אין די מאסן נישט אריין. דעריבער זעט עס אוים םוביעקטיװ, אז דאס ײדישע װארט גײט אונטער, די ײדישע קולטור פאלט וכדומה. דאם פארשטײט שוין איצט י. לעש׳ טשינסקי, אין מיר ארט לגמרי נישט, צי דאס איז די אלכע געליבטע זײנע אדער א נײע, אבער א געליבטע איז עס, ▼ ־ ▼ - י און דאס איז דער עיקר. לעשסשינםקי פארשטײט שוין איגט, אז אן א באזע, אן א הײס, קאן דער ײדישיזם נישט עקזיססירן. ער באגרײפש נאך נישט, אז דער ײדישיזם, אלם צװעק, און נישט אלס מיטל פאר די ײדישע מאםן, פאר זײער אנטוױקלונג קאן נישט עקזיםטירן. פאר פעסימיזם און אפטימיזם איז נישטא קײן גרונט, װײל די בײדע זענען נאר שטיסונגען, און זיי ארן אונז נישט. עס איז דא א יםוד צו פארשטײן, אז די ײדישע פארארעםטע מאסן, די װאס האבן געשאפן און געפלעגט דאס ײדישע װארט און קולטור, װײל קײן אנדערע האבן זײ נישס, און דאס איז זײער כלי-זין אין זײער קאמף, אז די מאסן אסימילירן זיך נישט עקאנאמיש, און דעריבער, װיפיל מען זאל נישט קלאגן, קאנען זײ זיך נישט אסימילירן אויך קולטורעל, און אויב אזוי, װעלן זײ זוכן דעם װעג זייער כלי־זין צו שמידן און שארפן. דעריבער איז דער אנהויב פון דער געשיכטע נישט דער ײדישיזם, נאר די נארמאליזירונג פון די באדינגונגען פון ײדישן עקאנאמישן לעבן; דא, אויף דעם געביט, סוז געלײגט װערן דער טראפ, און די אנטװיקלונג פון ײדישן װארט און קולםור איז א פועל-ױצא פון דער דאזיקער נארמאליזירוננ. די יחידיש׳אינטעליגענטישע שיסה קאן פון איין זײט קלאגן אויף דער ״קאטאסטראפע״, פון דער אנדער זײס אויף דעם ״באזונדערן שבט״ אין ארץ-ישראל, װײל זי מײנט, אז קול. טורעלע שאפונג איז אן אפגעריסענע זאך פון דער עקאנאמישער, און פארשטײט נישט, אז אין די אלטע הײמען קאן דאס ײדישע װארט נישט אונטערגײן, װייל די מאסע װעט זיך נישט און קאן זיך נישט אםימילירן. מער נישט אדאנק דער אומנארמאלער עקאנאמישער םטרוקטור װעט אויך דאס קולטורעלע שאפונג זײן אומנארמאל און אפטמאל זײער קרענקלעך, און אז אין דער נײער הײם, דארט, װו עם שאפט זיך דאס נארמאלע ײדישע עקאנאמישע לעבן, דארס װו דער יידישער ארבעטער שטעלט שוין הײנטצוטאג מיט זיך פאר א גרויסן װירטשאפט- לעכן כח, פראפארציאנעל צום לאנד, הגס ער נוצט אים נ שט אוים צוליב כמה טעמים, אויף װעלכע איך האב נישט די םעג■ לעכקייט זיך דא אפצושטעלן, שאפט זיך די באזע פאר דער נארמאלער קולסורעלער אנטװיקלונג. מעגן דאם יידישע ביר־ גע־טים און די יידישע ארבעטערשאפט פון דער בירגערלעכער אפשטאמונג שאפן א נייע קילטור, אן העברעישע, ווייל זײ האבן קיין אייגענע אין די אלטע הײמען נישט דערװארבן. נישט פעסטצושטעלן• אז דא אין ארץ־ישראל שאפט זיך א נײער שבט דארף מען, נאר מען דארף פארשטײן, אז דאס יידישע בירגערטום איז בלוטיק פאראינטערעסירט ארויסצורײסן דעם כלי־זין פון די הענט פון דער ארבעטערשאםט, און םון דער אנדערער זײט אונטעררוקן אים א נײע שסראך, בכדי אפצײוענדן זײן אײפמערקזאמקײט פון דעם םאציאלן פראבלעם. אץ פון דער אנדער זײט — בכדי אויף דער נאציאנאליםטישער װענדקע שאפן זיך א געהארכזאסען פראלעטאריאט. סען םוז צי נישט אביעקטיװ, אן אונזער סוביעקטױוער באצױנג צו א־ר. אונזער ס־ביעקטיװע באצױנג צו דער דאזיקער געזעלשאפטלע־ כער דערשײנונג דארף זײן א פועל־ױצא נישט פון אונזער שטי־ מונג, פון אונזער אײגענעם װילן, נאר פון די טענדענצן פון דער אנטװיקלונג און נישט פארקערט. צי קאן מען ײײטער טעהנען, אז די אםימילאציע האט אונז אויפגעפרעםןז װעמען, אונז? דאס ײדישע פאלקז עס הויבט זיך גארנישט אן. די אינטעליגענטישקײט, אדער ריכטיקער די יחישקײט, מעסט דאס לעבן לויט אירע שטימונגעו און איר סוביעקטױון באנעמען. דער אמת איז אבער, אז קײנסאל האט זיך די ײדישע מאסע, אלס מאסע, נישט אסימילירט היסטאריש. איך גײ דא נישט ארײן איצט א־ן די םיבות. ערשטנס, איז שוין װעגן דעם געשריבן געװארן נישס װייניק, והשנית זענען די ראמען צו קלײן. די אםיםילאציע האט אלעמאל אנגערירט היסטאריש נאר ז 1 ־־ ▼ ־ ▼ י ז ▼ די שפיצן פון פאלק, און דװקא אין דער ערשטער רײ, די אינסעליגענץ, װעלכע, לוים איר געזעלשאפטלעכער לאגע, און לויטן פאך, האט געהאט דעם צוטריט צו רער אנדערש־נאציא־ נאלער קולטור, דאן די בירגערלעכע שיכטן, און צו די נידע־ ריקסטע שיכטן פון פאלק איז די אסימילאציע קײנמאל נישט דערגאנגען. דעריבער האט עס די אסימילאציע נ־שט דאם פאלק געפרעסן, נאר די דאזיקע אויבערשיכטן פון פאלק. נאטירלעך, אויך באזונדערע קלײנע םײלן פון דער מאסע, אפנעשפליטערט אין די װײטע אימיגראציע׳לענדער, אדער אפילו אין נאענטע, װו די יגרופעס זענען געװען נישטיק אין צאל, האבן זיך געפדװוט אסימילײ־ן. צי האט עס אבער א באדײטונג פאדן נאציאנאלן פראבלעפ? פון יחידיש־אינסעליגענטישן שטאנדפונקט, קומט מען אויך צום אויספיר װעגן דער קאטאסטראפאלער לאגע פון ײדישן פאלק. און מערקװירדיק אויף דעם דאזיקן קאטאסטראפע־שטאנד־ פונקט קומען זיך צונויף אינטעליגענטן פון פארשידענע אידעא- לאגיעס.' פון -אײן זײט י. לעשטשינסקי, און פין דער צװייטער זײט - די אידעאלאגן פון די װאלונטאריסטישע קװאזי־סאציא- ליסטישע צױניםטן מיט טאבענקינען און אנדערע בראש. מער נישט, לעשטשינםקי שטײט אן דער זײט פון לעבן, יענע שטײען אין לעבן. דער ערשטער אכסערװירט פון א זײט און ז ע ט די קאטאםטראפע, די צװײטע זײענדיק אין דער מיט פ י ל ן די קאטאסםראפע. און בײדע קאנען זיך נישט אבםטראגירן פון דע;, װאס דאס א ו י ג ז ע ט, און דאס ה א ר ץ פ י ל ט, װײל זײ זענען דורך און דורך אויפגעפרעסן פון אינסעליגענטישקײט און יחידישער רעאגירונג, און קאנען נישט באנעמען די אלגע־ מײנע געזעצן פון דער אנטװיקלונג; בײדע באנעמען נישט די ״כללישקײט״ און קאנען נישט פארשטיין, אז די קאטאםטראפע פון דײטשן ײדנטום איז א קאטאסטראפע פאר א געװיסן ט י י ל ײדן, אבער נישט פ א ר ן פ א ל ק, פאר די מאסן, װעלכע געפינען זיך אין א שלעכטער לאנע, און װעלכע זוכן אן אויםװעג פון איר, אבער װעלכע גײען נישם אונטער. די נערװעזיטעט פון יחיד האט נישט די מאםע, די מאםע קאן אין געװיסע היםטארישע מאמענטן אויפברויזן, אויפרײסן און די װעלט פארפלײצן. אבער זי איז קײנמאל נישט געזעלשאפטלעך נערװעז. די מאםע איז דעריבער קײנמאל נישט פעסימיעטיש אדער אפטימיסטיש געשטימט, נאר אלעמאל געזעלשאפטלעך, און דעריבער אפט םאל קעמפעריש. די יחידישקײט קלאנט אויפן אונטערגאנג פון ײדישן בוך, פון ײדישער קולטור, װײל די װעגן, מיט װעלכע מען איז געגאנגען אויפלעבן דאס ײדישע װארט, זענען געװען אינדיװי־ דועל־יחידישע און נישט קײן געזעלשאפטלעכע. דאס איז געװען

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.