Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-11-24 · 47 (24.11.1933) · p. Seite 742

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
47 (24.11.1933)
Date
1933-11-24
Page
Seite 742 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804855--08959-4803935
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעםער נומ. 47 (498) זײט 742 אדער אנדערע אמעריקאנער שרײבער, מיט ױעמען די קאמוניסטן גרויסן זיך. די יידישע לינקע האבן געהאס די פעסםע אין אי• דעאליסטישע ײדישע יוגנט, אבער מיט זײערע נישט־פארעכטיקטע אטאקעם אויף ײדישע שרייבערס האבן זיי דערװייטערט אס די אידעאליםטישע ױגנט פון דער ײדישער ליטעראטור און קולטור. עס איז דערגאנגען אזוי וױיט״ אז װען משה בץ האט אין דער קאלאניע ״נישט געדייגעט״ געװאלט אפגעבן א גרוס אין יידיש װעגן דעם םאװעטן׳פארבאנד, דערציילט מען, אז אט די זעלבע ױגנט האט געפאדערט, ער זאל רעדן אין ענגליש. — האט איר נעלײענט איציק פעפערם ארטיקל אין דער ״רויטער װעלט״ נומער 3—1? — יא! כיהאב געלײענט דעם אגפאל. אין גאגצן ארטיקל איז קיין אײן װארט אמת נישטא. — איציק פעפער באשולדיקט אײך, אז איר אנםלויפט פון רעאלן לעבן צו דער פארגאנכענהייט. — די באשולדיקונג איז א פאלשע, — ענטפערט י. אסא• טאשו — מיך אינטערעםירט שטענדיק דער טענטש אין זיין קאמף, זײן געראנגל אין דעם קאמף פון די מאםן. מיט יארן צוריק בין איך אװעק פון די ״ײנגע״ דערפאר, װאס זײ הוןבן זיך אינטערעסירט מיט שלאנגען און נישט מיט מענטשן. אץ מ־ינע ראםאנען און דעיצײלונגען, װאס גיבן זיך אפ םיט דער פארגאנגענהײט, שטעל איך זיך אויך אפ אויפן קאמף. אין ״א טאג אין רעגענסבורג״. װאס איציק פעפער רופט אן ״רע• גענסבורג מיט פיר הונדערט יאר צוריק״ — װײל ער האט דאס בוך קײן מאל נישט געזען און נישט געלײענט — פיר איך ארויס אלע קלאסן פון ײדישן פאלק. דארטן האט איר דעם םיחר, דעם פרנס און דעם בעל מלאכה. אט גרײט איך צוס דרוק א נײ בוך אונכערן נאמען ״מי אין פורעם׳, װו איך גיב זיך אפ מיט די פראבלעמען פון ארבעט און קונסט. — גלויבט איר אין פראלעטארישער קונסט? — געװיס גלויב איך — ענטפעךט אפאטאשו — אין דער ײדישער ליטעראטור איז דער קאלעקטיװ שטענדיק געװען דער הויפט און נישט דער יחיד. יהודה הלוי האט שױן םיט זיבן הונדערט יאר צוריק געיאגט, אז דער יחיד איז א פועל- יוצא פון פאלק. ײדן האבן דעריבער קײן מאל נישט געהײסן עם משה נאר עם ה׳. — אויף דעם ײדישן ביכער׳מארק הערשס א קריזיס, קײן םך נײע ביכער גײען נישט ארױס. מען רעדט װעגן א ירידה אין אונזער ליםעראטור. מערקט זיך םאקע א ירידה אין אונזער ליפעראטור? — די רײד װעגן ירידה זענען נישט אמת. מען מעםט נישט די ליטעראטור מיט דער צאל ביכער, װאם דערשײנען. אין ענגליש גײפן ארויס יעדן יאר טויזנטער נײע ראמאנען, אבער װיפל פון זײ בלײבן לעבן? װען מען רעדט װעגן דער אמעריקאנער ליטעראטור, דערמאנט מען שטענדיק די זעלבע שרײבער װי דרײזער, אנדערסאן, סינקלער לואיס, דזשאן דאם פאסאם און ערנסט העמינגװײ און נאך א פאר. די איבעריקע קומען און פארשװונדן. מען האלט בײ אונז אין אײן רעדן װעגן דער גאלדענער עפאכע אין שפאניען, אבער אין דער אםתן האט יהודה הלוי איבערגעשריבן זײנע לידער אין ארום צען עקזעמפליארן. אויב צװײ, דרײ שרײבער נעםען די פאלקם טראדיציע פאר זײער אידעאל, װערן זײ שוין במילא באפאנ- צערט און באשיצט פון ירידה. — װאס זאגט איר צו די ירידה׳גערוםן פון פוילןז — איך דענק, אז די גערוסן װעגן אונםערגאגג זעגען איבערגעטריבן. אין א םביבה פון אונטערגאנג װאלטן נישט דער װעלכע זענען געמאלן פון מארק שאגאלן, גליצענשטײן, מארק שװארץ און אנדערע. אויפן װאנט הענגט אויך א בילד פון א. מערזערן — דעם זעלבן קינסטלער, װאס האט אזױ מײםטעריש אויסגעקלאפט אליהו בחורן. מיר גייען ארײן צו אפאטאשון אין שרײב׳צימער. דער טיש איז פארװארפן מים ביכער, מאנוסקריפטן יאון בריװ. דא האט א ױנגער מחבר פון פוילן צוגעשילט זײנעם א נײעם בוך. דא זענען בריװ פון ײדישע דיכטער פון גאנצן ״ײדיש״׳לאנד, און דא אױ א נײ ײדיש בוך פון א םאװעטיש׳ײדישן שרײבער, און אט א בוך אין שפאניש װעגן דער יידישער ליטעראטור. י. אפאטאשו שטײט אין פארבינדונג מיט אלע װיכטיקע שעפער פון דער ־ידישער ליטעראטור. יוננע שרייבער שיקן אים צו זײערע װערק און בעטן זײן מײנונג. זײ װײםן, אז א הםכמה פון אפאטאשון עפנט די טויערן פון דער יידישער ליטעראטור. מיר זעצן ז־ך אװעק און הײבן אן צו שמועסן. די ער• שטע פאר מינוט איז י. אפאטאשו געזעסן געמיטלעך. אבער א א פאר מינוט שפעטער, װען אונזער שמועס גייט איבער צו אנגעװײטיקטע ײדישע קולסור• און ליטעראטור׳פראבלעמען, קאן שוין י. אפאטאשו נישט אײנזיצן. ער שטעלט זיך אויף און מיט גרויס אימפעט הויבט ער אן שפאצירן איבערן צימער. — האט איר, ח׳ אפאטאשו, דערהאלטן אן איינלאדונג צו דעם מיטינג, װאס דער ״פראלעטפען״ האט גערופן, כדי צו שאפן א פארײניקטן פראנט פון אלע ײדישע שרײבער, צו בא■ קעמפן דעם פאשיזם? — יא. אבער װי האב איך געקענט גיין צום מיטינג, אז אין דערזעלבער צייט האט איינער פון די מיטגלידער פון ״פרא■ לעטפען׳ פארעפנטלעכט אן ארט־קל אין דער ״מארגן־פרײהייט״, װו ער האט געשריבן, אז איך טראג א מעסער פאר די ארבע• טערז װי אזוי קאן איך ארבעטן צוזאמען מיטן ״פראלעטפען״, אז זיי רופן מיך אן ״װייסער שאװיניסט״? איך האב אין מיין דערצײלונג ״לינטשעריי״ צום ערשטן םאל אין דער יידישער ליטעראטור פארדאמט די פארפאלגונגען אויף נענערס, און אין זײערע אויגן בין איך א װייםער שאװיניסטז — װאלט איר אונטערגעשריבן אן אויפרוף קעגן מלחמה, װי דאס האט געטון טעאדאד דרייזער? — אװדאי, װאלס אין אזא אויפרוף אונטערגעשריבן, און נישט נאר איך, נאר אויך לייװיק און לעיעלעס װאלטן אזא אויפרוף אונמעי־געשריבן. דרייזער איז א בורזשואזנער שרײבער. זיינע װעיק װי ״דזשעני געהארט״, ״שװעסטער קער״ זענען טיפישע קליינביר• גערלעכע װערק, װעלכע זענען דורכגעדרונגען מיט פעסימיזם און יאוש. אין זײן ראמאן ״דער גאון״ גיט זיך דרײזער אפ מיט די ליבעם,װייפן .פון א קינסטלער. צום םוף געפ־נט דער קינסטלער אן אױםװעג אין רעליגיע. דרײזער איז אויך אײנער פון די רעדאקטארן פון אמעריקאנער חודש זשורנאל ״דער אמע■ ריקאנער ספעקטאטאר״, אין אט דעם זשורנאל װערט קריטיקירט דער קאסוניזם און דערהויפט ־דער מארקסיםטישער צוגאנג צו ליטעראטור. און דאך גרױסן זיך די קאמוניםטן מיט דרײזפרן. איך בעט דעריבער אפאטאשון, ער זאל סיר פרובירן דערקלערן, פארװאס די ײדישע קאמוניסטן האבן צװײ מאםן. אײן מאס פאר די ײדישע שרײבער, און א צװײסע — פאר די נישט׳ײדישע שרײבער. — די ײדישע ״לינקע״ אין אמעריקע האבן נאך דעם אלטן יראת׳הכביד פארן נישט׳ײדן. דאס איז דער אלטער מה< יפית. — ענטפערט מיר אפאטאשו — יידישע שרײבער האבן גפבראכט מערפר קרבנות פאר קאמוניזם װי טעאדאר דרייזער,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.