Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 46 (17.11.1933)
- Date
- 1933-11-17
- Page
- Seite 728 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804854--08944-4803921- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ• 46 (497) זײט 728 יארן, די דאזיקע הנחה גיפא, דרינגם דאך ארויס פון אן אנ- דערער פרימיטױוער פארשסעלונג, אז אחוץ דער נאטור איז פאראן נאך עפעם, א מין ,דעסױרג/ װעלכער האט די נאםור געמאכט. ד״ר מ. זילבערפארב האט מן הסתם פאראיארן מיט דער גאנצער .ציװיליזירטער װעלט״ אינאיינעם געפײערט דעם אנדענק פון אײנעם פון די גרעסטע פילאזאפן, ברוך שפינאזא. אפנים די דאזיקע םייערלעכע גלאריפיקאציע פון שפינאזא שטערט אים נישט אויפצוװארעמען םכאלאסטישע פראגן, װעלכע דער דאזיקער געניאלער פילאזאף — און דאם איז זיין אײגנט־ לעכער פארדינסט - האט אזוי גלענצנד דערלעדיקט אץ זיין אומשטערבלעכן װערק. נישט ריכטיק איז דאס פאררופן זיך פון ד״ר זילבער- פארב אויף גרויםע געלערנטע, װי למשל דארװין, װעמען זײער קאלאסאלער װיםן האט נישט געשטערט צו גלויבן אין גאטז מיר קענען אנױפן נאך א גאנצע רײ נרויםע געלערנטע און פילאזאפן, װעלכע האבן בײ אלע זײערע װיםנשאפטלעכע אויפ- טוען געגלויבט אין גאט און אנערקענט די רעליגיע. מיר קענען אויך אנרופן א גאנצע פלעיאדע פון גרויסע פארדינםטפולע נאטורװיסנשאפטלער, װי לודװיג פײגרבאך, ערנםט העקעל, װיל- העלם אםטװאלד, װעלכע האבן זײער גאנצע װיסנשאפטלעכע לעבנסארבעט פארבונדן מיטן קאמף קעגן רעליגיע און אידעע װעגן גאט. װאס באװײזט אבער די דאזיקע פארשידנקײט אין דער שטעלוננ פון נאטורװיסנשאפטלער צו דער פראגע פון רע- ליגיע? נישט עפעס אנדערש, סײדן די אלגעמײנע װעלטיבא- נעמונג איז אן ענין, װעלכער איז אפהענניק נישט בלויז פץ דעם דערגרײכטן גראד פון נאטורװיםנשאפסלעכע קענטנישן. װײזט אויס, עס איז פארהאן נאך א פאקטאר אחוץ דער אנטװיקלונג פון דער נאטורװיסנשאפט, װעלכער באשטיםט דאם באװוםטזײן פון גרויסע געלערנטע אין זייער װעלטבאנעמוננ. דער דאזיקער פאקטאר איז נישט קײן אנדערער, װי דער סא- ציאלער פאקטאר: אויב אין די אײנצל-פראבלעמען פון דער נאטורװיםנשאפט שפילט די םאציאלע אידעאלאגיע כסעט קײן שום ראל נישט, איז די השפעה א דעצידירנדע, דארט װו עס ▼ ▼ האנדלט זיך װעגן אלגעמײנע פראגן, װעלכע האבן א שײכות צו דער באנעמונג פון דער װעלט אלס גאנצקײם. און דא קומען מיר צו צו דער צװײטער סעריע ארגו• מענטן, װעלכע ד׳ר מ. זילבערפארב קלויבם צוזאמען פאר באװײזן ז־ין רעליגיעזע טעזע, די ארגומענםן *סזסס) ז(),. א גאנצן קאלײדאסקאפ פון סאציאלע טיפן און פראפעסיעס פירט אדורך ד״ד זילבערפארב פאר אונזעדע אויגן, בדי צו ברענגען א ראיה, אז דאס רעליגיעזע גצפיל האט זײן זכות־הקױם. נאך דעם פילאזאף דארװין קומט א ,דורכשניטלעך געבילדעםער מענטש״, װעלכער איז נישט זיכער פאר אן אויטא-טראמװיי — אדער באנק-קאטאסטראפע. עס באװײזט זיך דערנאך א גאלעריע פון פרײע פראפעסיעס, װי אקטיארן, זינגער, לעקסארן, רעדנער, װעלכע זענען נישט זיכער מיט זײער דערפאלג. די דןוזיקע זעונג פארשװינדם, און עס װערן פאר אונז פארגעשטעלט א מאטראז, א פילאט און א קוילגרעבעד. צום םוף דערשײנם א פויער, װעלכער בעט גאט אויף רעגן אין א ײדישער מנחם מענדל, װעמענס לופט-פרנסה איז אפהענניק םון הצלחה פק דער קאניוקטור. לײענענדיק די דאזיקע עפאפײע פון מענטשן, װעלכע לויבן גאט, דערמאנט זיך נישט װילנדיק דער באקאנטער מזמור תהלים פון קבלת־שבת, דער מזמור ק״ז, װו עם װערן אויםגערעכנט די לױבגעזאנגען פון מענטשן, װעלכע בענטשן גומל נאכדעם װי זײ זענען אדויסנעראטעװעט געװאק פון א סכנד- .הודו קאפיטאליסטישע לענדער אין דער צײט פון ענדגייטיקן קריזיס פון קאפיטאליזם, װאס פארא געװאלטיקע מעגלעכקייטן עם עפכנען זיך פאר דער טעכניק, און װאס פארא גיגאנטישע נײע האריזאנטן עס װאלטן זיך פאר איר געעפנט, װען די פא־עלםערטע, פוילנדיקע םאציאלע אררענונג װאלט נישט געשטא• ׳ ז ▼ - ־י ־ד ־ נען אין װעג. און די ראפידע אנטװיקלונג פון דער טעכניק אין לאנד, װו עם בויט זיך דער סאציאליזם, די אינדוםטריא• ליז־רונג פון גאיצע לענדער, װעלכע זענען זינט טויזנטער יארן געװעזן דער בײשפיל פון עקאנאמישער אפגעשטאנענקײט, דאס אויפנעמען פון טעכנישע פלענער, װעלכע די מענטשהייט האט קײנכאל אפילי נישט געװאנט אויסצוסאלן זיך אין דער פאנטאזיע, צי זענען דאס װינציקע באװײזן פאר דער אומבאגרענעצטער מענלעכקײט פון דער װיםנשאפט? װער װאלט נאך מיט צװאנ■ ציק יאר צוריק געטראכט װעגן ענדערן דעם לויף פון טײכן, װעגן משפיע זײן דעם קלימאט, װעגן אויסנוצן די ענערגיע פון דער זון װי א מאםאר-קראפט?! די אלע גיגאנטישע אויפטוען אויף דעם געביט פון דער טעכניק זענען דאך נישט בלויז קײן ענין פון פראקטישן דער• פאלג. דאס באהערשן די נאטור אין װאס אסאל א גרעסערער מאס איז דאך נישט מעגלעך אן א פריערדיקער פארטיפונג פון דער װיםנשאפטלעכער דערקענטניש פון דער נאטור. דער היינ■ טיקער טעכנישער פארםשריט קומט דאך צושטאנד אדאנק דעם. װאס די נײעסטע טעאריעס אין דער פיזיק און כעמיע דערנענ• טערן אונז מער צו דעם אמת װעגן דער נאטור, װאס זיי גיבן אונז א קלארערן שפ־גל פון דער נאטור, אײדער די שוין ה־ינט פארעלטערסע טעאריעס. אט די הײנטיקע מעאריע װעגן אטא■ מען, װעלכע דערקלערט יעדן אטאם װי א גאנצן פלאנעטאר• סיסטעם פון עלעקטראנען, איז נענטער צוב אמת װעגן דער נאטור, אײדער די אמאליקע אטאם־טעאריע, באװײזט די װיםנ■ שאפטלעכע דערפארונג, די אנװענדונג פון דער דאזיקער טע• אריע אין דער פראקטיק, װעלכע גיט גלענצנדע רעזולטאםן, אז די הײנטיקע ביאלאגישע טעאריע װעגן דער ראל פון הארמא• נען אין לעבן פון ארגאניזם איז ריכטיקער, אײדער די אלטע ביאלאגישע טעאריעס װעגן די םיבות פון עלטערן זיך, באװײזן די געלונגענע פרוװן פון פאריונגערן מענטשן דורך פארפלאנצן ױנגע דריזן. ״די פראבע פון פודדינג באשטײט אין עסן״, דערקלערט מייםטערהאפט מארקס חעגן דער אביעקטױויטעט פון מענטשלעכן װיסן. די דערפארונג איז דער בעסטער פראביר• שטיין פאר דער ריכטיקייט פון דער װיסנשאפט. דורך דער װיםנשאפטלעכער אויםפארשונג פון דעד נאטור, װעלכע װערט באגלײט פון טעכנישן קאמף מיט דער נאטור, זענען מיר אומ• שטאנד אלע מער ,סודות״ ארויסצורײםן בײ דער נאטור. אומ• באגרענעצט זענען דערפאר די פארשונגס• און אנטדעקונגס-מע• טאדן פון דער װיסנשאפס, פונקט װי אוםבאגרענעצט עם איז דער פארסשריט פון מענטשלעכן קאמף מיט דער נאטור, דער פארטשריט פון דער טעכניק. װו בלייבט דא נ ך אן ארט פ;.ר רעליגיעזע גאטזוכענישן? צי די װיסנשאפט נעמט זיך אונטער צו געבן אן ענט- פער אויף די פראגן װעגן דעם אנהויב פון אלע אנהויבן, װעגן דעם סוף פון אלע םופן, װעגן דעם תכלית פון אלע תכליתים? אװדאי נעמם זי זיך נישם אונטער, װייל דער אופן פון אװעק• שטעלן די פראגן איז גראבער אנטראפאמאו־ליזם, איז פארזשא- װערטע סכאלאםטיק, װעלכעם באדײט דעם היפוך פון א נא• טורװיםנשאפטלעכער װעלטבאנעמונג. די הנחה װעגן אן אנהויב אין א סוף פון דער װעלט, װענן איר תכלית, באזירט אויף א נאיװער, פארשטעלונג פון דער מענטשהייט אין אירע קינדער-