Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-11-17 · 46 (17.11.1933) · p. Seite 726

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
46 (17.11.1933)
Date
1933-11-17
Page
Seite 726 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804854--08942-4803919
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערזןרישע בלעטער נומ. 46 (697 זײט 726 3 אין דער הינזיכט איז זייער כאראקטעריסטיש און סימב• טאםאטיש די שסים פון דער ױגנט״, װאס האט זיץ געלאזט הערן אין נום. 42 פון די ,ליטערזןרישע בלעטער*. ס׳איז דורכוים נאטירלעך, אז די ױגנט, װןןם האט זיך אויסגעהא־ דעװעט אין שרעקלעכן קלעס פון מלחםה׳ און נאך-סלחמה-יארן, זאל האבן א גאנץ אנדער באצױנג צום גלות, אײדער מיר, אז איר זאל פעלן יענע היםטארישע פערםפעקטיװ, װאס מיר, דער עלטערער דור, פארמאגן. און ס׳איז דעריבער מענטשלעך-פאר־ שטענדלעך, װען דער ױנגער מיכאל אםטור זאגט םים ביטער־ קיים: ,װי זאל אבער נישט זײן קיין פאניק, אז די קאטאסטראפפ, װעגן װעלכער מ׳האם אמאל נאר טעארעטיש געטראכט, איז שוץ אנגעקומען! מיר לעבן שוין אין דער תקופה פון דער קאטא■ סטראפע, אבער דער עלטערער דור פון דער ײדישער אינטעלי־ גענץ באגרײפט עם נישט װי נעהעריק*. און װירקלעך, קאן מען דען פאדערן היסטארישע איבערלעבונג פון די ױגנטלע־ כע, װאס ,אין די הונדערטער טויזנטער שלעפן זיך ארום אי־ בער די שםעטלעך, אן ארבעט, אן האפנונג, אן שטרעבונג״? די ױגנט פארמאגט אבער לגבי אונז אײן גרויםע און ביז גאר װיכטיקע מצלה, װאס מיר אין אונזער פרילינג האבן ױ אויך געװען פארםאגט, אבער אונטער דער לאסט םון זארנן און שװערע איבערלעבונגען, האבן מיר זי לײדער, פארלױרן. — דאס איז מוט און געװאגטקײטו מיר זענען צו קלוג, צו ניכטער און אויסגערעכנט געװארן, אדער ריכטיקער, מיר סיי־ נ ע ן, אז מיר זענען קלוג, ניכטער און אויםגערעכנט... אין דער אמתן געמט זיך בײ אדנז די דאזיקע אילוזיע טאקע פון דעם, װאס אונז פעלט מוט און געװאמרקײט — אט די הויפט׳יסודות פון מענטשלעכן און גפזעלשאפטלעכן שאפן! ון פארויסגיין. װי ביטער דאס זאל פאר אונז נישט קלינגען, איז דאך דורכוים גערעכט דער זעלבער מיכאל אסטור, װען ער שרײבט: ,די געשעענישן פון די אכציקער יאוץ זענען דאך געװען קליין אץ פארגלײך מיט דער קאטאסטראפע, אין װעלכער מיר לעבן. — און דאך האבן זײ באװיון ארויסצורופן א מפכטיקן װילנס־ אימפולס אין די ײדישע מאםן, א שטרעבונג ראדיקאל צו ענ־ דערן דאס ײדישע לעבן. אץ איצט שטײען די גרינדער םץ טעריטאריאליזם נישט דעצידירט אויפן שייד׳װעג און קומען אפ מיט דער רעזאנפריי״. י ▼ האבן דען די אידעאלאגן פון טעריטאריאליזם■ איבפר־ הױפט די, װאס האבן זיך אנגעשלאסן אן אװעלכער נישט איז אנדער פאליטישפר ריכטונג, אפנעזאגט זיך פץ זײפר אי־ דעאלאגיע, װײל זײ האבן געפונען אן אנדער ראדיקאלע לע־ זונג פון דער ײדן׳פראבלעם? אין ^ת ו ך ארײן, זענען זײ געבליבן בײ דער זעלבער טעריטאריאליסטישפר אויפפאסונגפון ײדישן לעבן, וױ פריער, אץ זײער אפזאגן זיך פון טעריטאריאליזם איז נישט א םימן פון אביעק־ ט י װ ע ר ר ײ פ ק ײ ט פונם געזעלשאפטלעכן נעדאנק, נאר א רע־ זולטאט פון סוביעקטױוער שװאכקייט, פון םאנגל אין מום און גלױבן. אבער דװקא די דפרפארונגזץ פון די לעצספ 30 יאר האבן אין יעדן, װאס פילט דעם דוםק פון געשיכטלפכער אנס- װיקלונג, געדארפט שטארקן די איבערצײגונג, אז דער טעריטא־ ריאלױם איז נישט נאר די אײנציק׳ראדיקאלע, נאר, די אײנציק רעאלפ לײזונג פון דעם ײדן׳פראבלעם. ס׳איז אבער בײ מיר קיין ספק נישט, אז די צייט איו מער װי רײף דערפאר. , י פארנײנונג׳אידעאלאגיע. דאם הײסם אבעי כלל וכלל נישם, אז ־ 17 * ■ו — מ׳קאן זיך אזוי לײכם אװעקמאכן פון דעם עצם ײדן׳פראבלעם װי דאס טוט ח׳ זילבערפארב, װען ער שרײבט: ,מ׳קאן זיך משער זײן, אז די ײדן, װעלכע האבן אין זײצר היסטארישער פארגאננענהײט באװיזן זיך אײנצולעבן אין פארשידענע װירטשאפטלעכע סיםטעמען און זײ איבערצולעבן, װעלן געװים אױסנוצן אלע זײערע מפגלעכקײטן און פפיקייטן, כדי צופאסן זיך צו דער נײער וײרטשאפטלעכער ארדנונג, װעלכע װעט דאך יעדנפאלם זײן, װי מיר אלע גלויבן, עקאנאמיש ראציאנעלער און סאציאל׳גערעכטער, װי דער קאפיטאליזם, װעל׳ כער איז געװארן די קללה און די פלאג פון אונזער צײט״. אבער מיט אזוינע אלגעמײנע באהויפטונגען און מער■ װײניק צעשװומענע פארמולירונגען קאן מען זיך שוין מער נישט באגנוגענען. דװקא פאר די לעצטע יארן סרעט די ײדן-פרא- בלעם ארויס אין אזא שארפער פארם און אין אזא אויסטערלי- שער באלײכטונג, אז זי פאדערט אן אנטשפרעכנדן שארפן און קילארן קאנקרעטן ענטפער. סץ אײן זײט האט די ײדן׳קאטאםסראפע אין דײטשלאנד געעפנט פאר אונז אזא טיפן תהום, װאס אפילו די סאמע עקס■ טרעמע שװארצזעער און גלות-פארנײנער האט זיך גארנישט גע׳ קאנט חלומען. דער עצס פאקט, װאס עס איז מעגלעך, אז אין מיטן 20׳טן יארהינדערט זאל אין א לאנד, װאס שטײט אין דער שפיץ פון דער װעלט׳קולטור און צױויליזאציע, פלוצלינג אויפשטיין תחית׳המתים די שוידערלעכסטע תקופה פון פינםטערן מיםלאלטער, בלויז מיט דעם אונטערשיד, װאם די דערגרײכונ׳ גען פון מאדערגער טעכניק און ,פסיכאטעכניק״ האבן געשאפן פאד די סאדיסטישע הענקער די מעגלעבקײט פאר אזוינע מא׳ ראלישע אינקײיזיציע׳ענויים, צו װעלכע זייערע אלטע רביים זענען גאר נישט דערװאקסן, — אט דער עצם פאקט אלײן מיז אויפטרײסלען די ײדישע פאלקס׳פםיכיק ביז די טיפסטע טיפענישן. און קײנע חקירות און אױפקלערונגען װעגן כאראק■ טער פונם אונטערגײענדיקן קאפיטאליזם, װאס שטעלט זיך פאר ק־ין זאך נישט אפ, איז גרײט צו פארבינדן זיך מיטן טײװל, כדי צו פארלענגערן זיין קױם, — קאנען אט די אויפגעטרייסל׳ טע פסיכיק נישם בארו־קן: דאס איז פון אײן זײט. פון דער אנדערער זײט, האט דער קאמוניסטישער עקם׳ פערימענט אין רוםלאנד, װאם הגם באמת איז ער נישט מער װי א קרומער שפיגל פון סאציאליזם, דאך אין א געװיםן זין צעשטרײט יענעם פאנטאסטישן נעפל, אין װעלכן ס׳איז געװען אײנגעהילט די סאציאליסטישע צוקונפט־געזעלשאפט, און די קאנקרעטע לעבנס׳קאנטורן פון אט דער צוקונפט געזעלשאפט, באפרײט פון ראמאנטישן שלײער, האבן דערשיטערט דעם בלינדן גלײבן אין סאציאליסטישן ״תשבי״, װאס װעט שוין פארענטפערן אלע קשיות, אזוי אז עס װעט שוין מער קײן פל*ץ נישט בלײבן אפילו פאר אזוינע אײביקע פראגן װי די ײדן פראבלעם. איך האב, ליידער, קיין מענלעכקייט נישט דא אפצו׳ שטעלן זיך דערויף אױספירלעכער. דאם װאלט מיך צו װײס פארפירט. איך גלײב אבער. אז פאר דעם, װאס האט זיך אין דער זאך אביסל טיפער ארײנגעטראכט, איז דאס גענוג קלאר. אט דאס אלץ מוז פירן צו דעם, אז דאס ײדן׳פראבלעם, אין איר עיקרדיקן, קערנדיקן זין, זאל װידער געשטעלט װערן אין צענטר און זאל װידער פארװאנדלט װערן אין יענער פאר־ ״פארפלוכטער פראגע, װאס פאדערט א גראדן ענטפער״, לויטן באקאנטן רוסישן אויםדרוק.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.