Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-11-03 · 44 (3.11.1933) · p. Seite 696

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
44 (3.11.1933)
Date
1933-11-03
Page
Seite 696 (sequence 4)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804852--08910-4803889
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע. בלעםער נומ. 44 (495) זײט 696 ער האט געשטאמט אין זיין זשורנאליסםישעד ארבעט םין פרצן, פרישמאנען, נאסבערגן, — געצויגן זײן שלשלת-היחוסין פון יענער שרײבער׳משפחה. געארבעט כסדר אין דער װאכעדי• קער ארבעט פון דער טאג-טעגלעכער צײטונג, איז ער אבער קײנמאל נישט פארװאכעדיקט געװארן. די צײטונג איז געװען פאר אים שטענדיק די בימה, פון װעלכער ער האט אראפגע• רעדט, און דאס האט ער אויך פארלאנגט פון זײנע מיטארבע- טער, מיטגײער. און װי ער איז נישס געװען טרײ זיינע אידײען, זײנע װעלטאנשוױנג, האס ער דאך פארמאגט אין א גרויםער מאס טאלעראנץ אויך פאר אנדערע אנשוױנגען און סימפאטיעם. און ער האט זיך שטענדיק דערמיט געגרויםט, װאס אין זײן ,הײנם״ האבן די מעגלעכקײט צו שרײבן אױך נישט־ציוניםטן. דאם איז געװען זײן אמביציע — װאס־ברײטער מאכן דעם קרײז מיטארבעטער פון זײן צײטונג. און וײפל איז אים אויסגעקומען צן קעמפ; סיט די ארויסגעבער פאר א שלום אש, פאר א דוד פינסקי. דער פרעםטיזש פון דער צײטוננ איז געױען ביי אים געװאלדיק גרויס, און פאר אט דעם פרעסטיזש האט ער כסדר עקשנותריק אןן לײדנשאסטלעך געקעמפט. און אויב מען האט געמוזט אין דער צײטוגג גײן אויף פשרות, האט עס אים נעקאסט געזונט, עם האט אים נעקרענקט. ער איז געװען ערלעך און אויפריכטיק, און אן אפנויג פון דעם דרך׳הישר איז געװען א קריץ אין זיין נשמה. ער, דער מענטש מיט דעם הארסן כאראקטער, דער כלומרשט׳בייזער, אנגעצײגענער, שטרענגער, - איז געװען א הארצ־קער, צוגעלאזענער מענטש, מיט רירנדער באצױנג צו מענטשן, מיט ליבע און פיעטעט פאר אידעען און אידעאלן. און װי גיך ער איז פארשניטן געװארן. אט ערשט האס ער געקאכש, געברענט, — א־ן שוין — אין א שװארצן רעסל, און שוין אונטער א בערגל ערד: 2. עײד? זאך איז םאר אים נישט שװער געװען אין דער ארבעט, ער האט זיך איגטערעסירט מיט יעדער קלייניקײט, װי יענער גו• טער דיריגענט, װעלכער דיריגירט מיטן גרויםן ארקעסטער און פארפעלט נישט צו הערן דעם מינדםטן אינסטרומענט אינם אר׳ קעסטער. — אין דער מהיכי-תיתידיקער, לאז-מיך־געמאך׳אטסאספער פון די ײדישע זשורנאליסטן איז ער געװען אן אויסנאם, אין דער פרינציפלאזיקײס און צעקראכנקײט פון דעם װארשעװער יידישן שרײבער איז ער געװען א ױצא מן הכלל. עי־ איז געװען א פאנאטיקער און אומדערשראקן האט ער געפירט זײן ליניע. נישט אײן מאל איז ער געװען שטארק אומגערעכט אין זיינע אנגריפן און אנפאלן. ער האס אפטמאל איבערגעכאפט די מאס. אזא םאל איז געװען נאך די טרויעריקע געשעענישן אין ארץ• ישראל, װען ער האט געװאלט זיך אפרעכענען מיט דעם ,בונד״ פאר זײנע אוםטאקטישע ארויםטרעטונגען קעגן דעם ארץ־ישראל• פאגראם און דערפאר אנגעגייפן די ײדיש-װעלטלעככ שול. ״שלאגסטו מיר מײן ארץ־ישראל, װעל איך שלאגן דײנע שולן׳! — אבער װער עס האט געזען דאן גאלדבערגן, דער האט דאן געפילט דעם װײטיק, דעם פײן, װאס אט דער ברידער׳געראנגל האט אים פארשאפט. ער האט באמת ליב געהאט יידיש, ײדישע ליטעראטור, ײדיש שאפן, און מיטן גאנצן הארצן. איז ער דאך אלײן געװען אײנער פון די פארברענטסטע טוער און אנהענגער פון דער יידישער פאלקס-שוי■ אין דער ײדישער שפראך לויטן מוסטער פון ,שול׳קולט״. דאס האט דאך שטארק נישס גע• שמעקט זיינע פרײנד פון דער צײניסטישער ארגאגיזאציע בראש מיט יצחק גרינבוים, װעלכע האבן געזען אין דעם א געפאר פאר זײער ,תרבות׳־קולטור און ״תרבות׳-שולן. — װער עם האט ױצא געװען מיט םתם׳מיטגעפיל, מיט כתכ א פאר גוטע װער• טער בכתב און בעליפה, און ער, גאלדבערג, האט אװעקגעגעבן דעם ״שול׳קולט״ צײט און געלט, ארבעט, אימפעט און לײדנ• שאפט, װאס איז געװען אזוי כאראקטעריסטיש פאר אים. רתל ה. קארן / ײ׳בעעיש? טער פדיליבג מיט װעלכן כ׳בין שקלאפיש געבונדן צו דיר מיט אײן אײנציקן צוק? און אפשר װעלן מיר זאגן ראזע היעראגליפן, װער ס׳האט דיך נערופן צו מײן בלוט, צו מײן טרױםז און אפשר ביםטו בלויז צוסאל װי אין מיטן פעלד דער בוים, װאס װינט האט פארזײעט זײן זאםען? איך װײם עס נאך אלץ נישט, נאר װען כ׳פארמאך די האנט, הער איך, װי אלע ליניעס פון מיין דלאניע לויפן זיך אין װילדער שרעק צוזאמען און שטאמלען, שעלטן, רופן דײן, דײן נאמען. פ א ר ו ו י א ב ע 1 געדענקםט, כ׳האב דיר געזאגט אמאל אין א פרעמדער שטאט, אויף א טונקעלער גאם, מיט ליפן איינגעקלעמט כון אנונגםפולן האס. — ביםט מיין אומגליק. האסט געלאכט און אין קרײז פון דײן לאכן מײן אוםרו פארשלאסן. נאר ז־נט יענעם פארנאכט קוק איך אלץ אויף מײן האנט און טראכט און זוך די גודל־װעגן, װאס האבן דיך געשטעלט מיר אנטקעגן אין א גאט־פארלאזענער שעה. און פרעג כײ דער שארפער איינציקער ליניע, װאם לויפט קװער אדורך דורך דער גאנצער דלאניע, װי א גילאסינע, צי װעט זי קענען דורכשניידן דעם שטריק,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.