Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-10-27 · 43 (27.10.1933) · p. Seite 680

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
43 (27.10.1933)
Date
1933-10-27
Page
Seite 680 (sequence 4)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804851--08893-4803873
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעטער נומ. 43 (494) זײט 680 אונזערע אמוזע קלאסיקער. אונזערע דריי קלאםיקער האבן נישט געלייגט דעם גרונטשטיין פאר אונזער ליטעראטור, נאר זײ האבן געדינט אלס מוסטערן פאר די שרײבער, װעלבע זענען געקוסען שפעטער. האבן עדלשטאט, װינטשעװסקי און באװשאװער געדינם אלס מוםטערן פאר די שפעטערדיקע שרייבער? אדער פאר די רעװאלוציאנערע יידישע דיכטער? דער סאװעטישער ײדישער קריטיקצר ב. ארשאנסקי האט אין זײן בוך ״די יידישע ליטע״ ראטיר אין װײםרוםלאנד נאך דער רעװאלוציע׳ <מיםק 1931> גע- פרװוט באװײזן, װי יונגעי ײדישע דיכטער אין יוײסרוסלאנד, װעלכע האבן אנגעהײבן שרײבן אין די שטורם־יארן פון דער רעװאלוצייע, האבן געשריבן אונטערן אײנפלוס פוןי באװשאװערן, עדלשטאטן און װינטשעװסקין. עם איז אםת, אז יודאװין,' ראכ״ מאנטשיק, הינדעלעװ, אבארבאנעל און אנדערע זענען נעװען באאיינפלוסט פון עדלשטאטן און באװשאװערן. אבער זענען זײ געװען פאעטן? גלײך װי די רעװאלוציע האט זיך איינגעשטילט, און דער ענטוזיאזם האט זיך אפגעקילט, זענען זײ פארשװונדן פון דער ליטעראטור און עם איז פון זיי גארנישט געװארן, װײל זיי זענען נישט געװען קיין דיכטער. זיי יזענען געװען בלויז פשוטע נאכמאכער. פון דער גאנצער גרופע, װאם ארשאנסקי דערמאנט, האט זיך, אסת, אפגעשטעלט איין דיכט״ער, *דאס איז ברוך קאצענעלםאן. אבער קאצענעלסאן שרייבט איצט אין העב- רעיש שטילע לידער 'װעגן װעגן רו און גאט-װכעניש. א־ך בין זיכער, אז די ײדישע פראלעטארישע דיכטער װעדן נישט נעמען עדלשטאטן אדער װינטשעװםקין אלס מוםטערן - כפעציעל איצט, װען מיר האבן אזוינע דיכטער װי לייװיק, האפשטיין, קושני- ראװ, מארקיש און אנדערע. אגב ױיל א ך דא צוגעבן, אז אויב די יידישיסטן האבן װענן עדלשטאטן און באװשאװערן נישט געשריבן, האט אבער איינער יא געשריבן. דאס איז מ. אלגין, דער רעדאקטאר פון דער קאמיוניסטײער ״מארגן פרײהיייט*. און ער האט געיהאלסן, אז באװשאװער איז נישט קיין דיכטער - ער איז' בלויז א גו• טער פראקלאמאציע־שױײבער. װעװיארקע פרובירט אויך שרייבן אן אפהאנדלונג װעגן אט די דריי דייכטער. אבער ער זאנט גאר־ נישט נישט. װען א טאלאנטפולער קריטיקער' װעט אמאל שרייבן װעגן די דריי דיכטער, װעט ער ארויםברענגען די שיינקײםן און די אידעען. װעלכע געסינען זיך אין זײער פאעזיע. אבער זײ מוזן טאקע נישט האבן קײן מזל, צו זיי האטי זיך געניומען אזא טאלאנטלאזיקיים װי' װעװיארקע - און זײ' זענען װײםער גע־ בליבן פארזיגלט. ״אין שטורעם״ באשטײט פון ארטיקלען, װעלכע זענען פריער געװען געדרוקט אין דער פרעםע. דאס זענען לייכטע ארטיקלען, װעלכע האבן געמעגט פארבלייבן אין די טעגלעכע צייטונגען. די ארטיקלען בארייכערן נישט די ליםעראטור־קרי- טיק. דא װעדן װייםער ארומגערעדט בקיצור די װערק פון עדל־ שטאטן,' באװשאװערן און װינטשעװםקין. דא װערן איבערגעחזרם פלעכאנאװס רייד װעגן ס־מבאליזם און עטלעכע םון לונאטשאר־ סקים מיינונגען. ער גיט דא *עצות, װאס פאר א פיעסעס די יידי־ שע טעאטערם אין ראטנפארבאנד זאלן' יא שפילן און װאס זײ זאלן נישט שפילן. דערהויפט איז ער אין' פעס, פארװאס די' יידי־ שיע סאװיעטישע טעאטערם שפילן פרצן און לײװיקן.* 'דער מאסקװער יידישער טעאטער האט אויפגעפירט װע- װיארקעם א פיעסע. עס איז געװען ' א גרויםער דורכ־ פאל. נו, שרייבט װעװיארקע, אז זיין פיעסע איז געװען גוט, נאר די אײפפירונג האט נישט געטויגט... װעװיארקע האטיאויך איבערגעציילט װיפל אותיות די יידישע שרייבער קריגן אין דער סאװעטישער ״ליטעראריעער ענציקלא־ פעדיע״. ער איז שטארק אין כעם, װאס לייװיק קײגם מער אותיות פין דעם ״דיכטער״ גילדין. ער דערצײלט אויך א מעשה נורא װעגן א געהײמער זיצוננ, װאס איז פארגעקומען אין נױ- יארק אין דער רעדאקציע פון ״מארגן זשורנאל״. בעת דער זי־ צונג איז באשלאסן געװארן, לויט װעװיארקעס מיטײלוננ, אז אין דער נייער אויפלאגע פון רייזענס ״לעקסיקאן״ זאל מען דעם ארטיקל װעגן משה נאדירן שניידן... צום םיף פון בוך טרעט װעװיארקע ארוים קעגן ליטע־ רארישע רכילות, ער װייסט נישט אדער ער מאכט זיך .נישם װיםנדיק, אז זײן גאנץ בוך באשטײט דיורכויס פון קלײנלעכע לכילותן. ^קלאסיקער׳ פון דער יידישער ליטעראטור. ער האט געזוכט ארײסהעלפער, און אז מען ווכט געפינט מען. ער האט געפונען דעם פארשטארבענעם ״פראפעסאר׳ און ״אריענטאליסס׳ געצל ועליקאװיטש ע״ה, דעם הויפט-מיטארבעטער פון ארטאדאקסישן ״יידישעם טאגעבלאט׳ און פראפעסאר פון דער ״בלוטיקער נקיבה״ א. א. װ. װעװיארקע דרוקט אפ דעם ״פראפעסארם׳ א הסכמה צו שם׳רס ראמאנען. עם איז' בלויז א שאד, וואס ער מאכט נישט זעליקאװיטשן פאר א פראלעטארישן ליטעראטור־ קריטיקער... װעװיארקע דרוקט איבער אויסצוגן פון שמ׳רס ראמאנען אלס מוסטערן פון פאר-דעװאלוציאנערער ליטעראטור, און אט די אײסצוגן לאככ שמ״ר אוים אלטע אפנעלעבטע ײדישע נינהגיס, אין דעם אלטן יידישן עטײגער. אבער אט דאס ביסל סאטירע װערט דערטרינקען אין א ים שונד. װעװיארקע דענקט, אז פון שמ׳רן ציען זיך די רע,סן צו דער פראלעטארישער ײדישער ליטעראטור. מיר װאיטן װעלן װיסן, װי אזוי עס פילן זיך די ײדישע שרײבער אין ראטנפארבאנד אלס ״ױרשים״ כ-ון שמ׳רן. א. װעװיארקע וױיזט ארויס טיפע ״ערודיציע״, װען ער שרײבט, אז די ײדישע מאסן האבן נישט געלײענט עטינגערן אדער אקסנפעלדן דערפאר, װאסייענע זענען זײ געװען פרעמד. דאקעגן האבן זײ זיך צוגעכאפט צו שמ׳רן, װייל שמ״ר האט אויםגעדריקט •זײערע ״אידעאלן׳. ער װײסט נישט אונזער ״נע־ לערנטער׳ רעװיזאר און שטו־מיסט, אז עטינגער און אקסענפעלד האבן גישט געהאט קיין מעגלעכקײט צו דרוקן זײערע ביכער דערפאר, װאס זי־ האבן אויםנעלאכט דעם חםידות און דצם פאנאטיזם אין דער ײדישער םביבה. דאקעגן שמ׳ר דער ״רעװא■ ליציאנער׳ האט געהאט אסך פארלעגער. דיזעלבע פארלעגער, װאם האבן געדרוקט רעליגיעזע ליטעראטור, האבן מיט פארגעניגן געדרוקט שמ׳רם ראמאנען. װועגן עטיננערס און אקסנפעלדס פרײון צו דרוקן זייערע װערק װאלט איך רעקאמענדירן װעװיאר־ קען, ער זאל לייענען די ארבעטן פון די םאױעטיש-ײדישע לי־ טעראטור־היסטאריקער און פארשער מ. װינער און ש. באראװאי אין דעם ביבליאלאגיש זאמלבוך, באנד אײנס און אין װינערם אײינפיר צו אקסנפעלדפ װערק באנד 1. איך האב מורא אים צו רעקאמענדירן צו לײענען ד״ר י. צינעערגס און ש. גינזבורגס ארבעטן װענן אקסענפעלדס פיוװן צו דרוקן זיינע ביכער אין ־י ״פילאלאגישע שריפטן פון ייװא׳, װײל זיי זענען ״בורזשואזע״ שרייבער און ער װעט זיי מסתמא נישט גלויבןז. אין דעם צװײטן טײל פון ״רעװיזיע׳ דערצײלט װעװיארקע װעגן דער פארשװערונג, װאס די יידישיםטישע ליטעראטור־ קריטיקער האבן געמאכט קעגן די דיכטער װינטשעװסקי, עדלשטאט און באװשאװער. זיי, די יידישיסטן, האבן פארשחיגן די דיכטער, און זיי נישט ארײנגענומען אין ״פאנטעאן פון דער ײדישער ליטעראטור׳ צוליב זייער רעװאלוציאנערן' אינהאלט. די זעלבע קריטיקער, װעלכע האבן געמאכט מעגדעלען, פרצן און שלום עליכמן פאר קלאםיקער פון דער ײדישער ליטעראטור דערפאר, װאס זיי האבן פארהערלעכט די ײדישע בורזשואזיע, - האבן מיט פאראכטונג אפגעװארפן די פראלעטארישע און רעװאלוציא־ נערע דיכטער עלדשטאט, וױנטשעװסקי און באװשאװער. אין ױעװיארקעס גאנצן טעזיס איז נישטא קײן אײן װארט אכת. םיר האבן דערװײל נאך נישט קיין געשיכטע פון דער מאדערנער ײידישער ליטעראטויר. איך בין זיכער, אז װען אט די געשיכטע װעט געשריבן װערן, װעלן דארטן די דיכטער װינ■ טשעװסקי, עדלשטאט און באװשאװער געהעיריק אפגעשאזיט װערן. אט א די דיכטער, װעלכע האבן אויסגעדריקט, אויף א פרימי- טיװן אופן, די געפילן, שטימונגען און אידייען פון די ערשטע יידישע אימיגראנטן אין אמעריקע אין די סא־קער און 90־קער יארן פון לעצטן יארהונדערט, װעלן פארנעמען דאס ארט, װאס זיי פארדינען. די רייד װעגן א יידישער פארשװערונג זענען לעכערלעך. די יידישיםטיעע ליטעראטור־קריטיק איז אויפגעקוכען ערשט שפעטער אין צװאנציקכטן יארהונדערט, װען עדעלשטאט איז געװען טויט, און באװשאװער און װינטשעװסקי האבן שוין מער קײן פאעזיע נישט געשי־יבן. די ײדישיכטישע קריטיק האט אבער באהאנדלט לעבעדיקע שדייבער אדער שרייבער, װעלכע זענען געװען אקטיװ - אין דער צײט, װאם אט די דרײ דיכטער האבן זיך שוין אין דער ליטעראטור נישט באטײליקט. בכלל קאן מען נישט פארילײכן די דריי דיכטער צו

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.