Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 42 (20.10.1933)
- Date
- 1933-10-20
- Page
- Seite 670 (sequence 10)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804850--08882-4803863- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעםער נומ• 42 (493> זייס 670 און מיט פארלאפענע אויגן. צעבענקט זיך א געבעט : יעזום הארציקער, קער מיך אום אהײם! שפעטער צו — אלע זענען אויף, שטײען בײ די פענסטער, קוקן צו די בערג ארויף. װייםע פרײר אויף די שפיצן אויםגעשפרײס. קװעלט דער זײדע און הײכט אין בײדע הענט: א מחיה — ערשטער שנײ! און אײנער — גײס אין װאלד צװישן שטײנער, און פארשרייבט אין זיץ טאג-ביכל אזוי: 1927, 5ו־טן נאװמבער. שנײ און ליכט אומעטום. געבענטשט איז הײנט דער טא4 דער װעג און דער שטײנערדיקער ארום. לייענט ער נאכאמאל דעם נעכטיקן ברױו, קומט די פרייד פון װײט אזוי טיף: דער ברודער אויף דע בוליאן גאם איז איבערגעגעבן אץ ליב, גוט איז איצט אינדערשטיל צוהערן זײן לויטערן רוף. קומט אן דער קלײנער מײק מיט צװײ קאנען, און עס רעדט די בענקשאפט װארים און פראםט: אץ דערהײם, אין מיין דערפל, טיפערט זיך אין שנײ דאם שטיבל. װי דא — איז װײס און גליװערדיק דער הימל. און די קינדער לויפן אלעמאל פרוװן צו הײבן שײן אן די טײבעלעך פרירן. צעקלינגט זיך דאס גלעקל אין םאנאטאריע. בלײבט ער שטײן מיט אויסגעשטרעקטע הענט. ד ח ל ה. / / פעזנסיע? מצבות־שטאט באריסלאוו, די ױבגע רעפארםאזש די שטאט בארייכערט געװארן מיט עטלעכע טראטוארן, ביז איצט זענען עס געװעזן שמאלע, הילצערנע קלאטקעס, אונטער װעלכער עס איז געפלאסן פעטע, ברוינע, מיט בלאטע געמישטע ראפע. װײל װער האט זיך געזאלט פארנעמען מיט דעםן די הויפט־אקציאנערן, די אײגנטלעכע באלעבאטים האבן געװוינט אין די הויפט־שטעט אײראפעס און טײל פון זיי האבן די שטאט געקענט בלויז אלם קליינעם פונקט אויף דער מאפע. א צװײטער שיכט, קלענערע אונטערנעמערס, מעקלערס, אינזשי־ נערן, בעסערע מעכאניקערס האבן זיך באזעצט אין נאענטן דראביטש. פון דארט פלעגט מען טאקע ציפארן קודם מיט פיאקערס און דאן מיט אויטאס. און טאקע אין קײן שום גא• ליצישער שטאט זעט מען נישט אזויפיל אויטאס וײ אין דרא׳ ביטש. א גאנצן טאג ביז האלבער נאכט באדעקן זײ, װי גרוי- סע, רירעװדיקע מוראשקעס דעם גראעם ײעג װאס פירט קײן באריסלעװ. אין באריסלעװ זענען געבליבן בלויז די קאדרעם פון ארבעטער, טרעגער, באלמעלאכעם, באלעגאלעס, די אלע, װאס זענען נאכגעגאנגען נאך די שפורן פון די גליקבריגאנטן. א באריסלאװער ײד, אז ער װיל יענעם ארויסװײזן זײן פאראכטונג, קלאר מאכן יענעם זײן מינדערװערטיקײט, גיט ער א זאג בלויז עטלעכע װערסער: ,דו האסט דא נישט געשטײ־ - ז• ״ ױ י נערט און נישט געבײנערט״. װײל דא גילט אן אנדערער יחוס, װי צװישן אײנגעזעסענע, קליינשטעלדיקע משפחות פון אנדערע געגנטן. דער אײנציקער יחוס־ברױו זענען דא די אײגענע צען נעגל, אויף װעייכע מען איז דא אנגעװיזן. דא האט מען גע• קארטשעװעט פעלדער נישט פון בײםער, נאר פון שטײנער אץ אנשטאט גילדענע תבואות זענען זיך צעװאקסן טונקעלע בײער טורעמם. עם איז געװעזן ברכה און קללה צוגלײך. די אלע, װאס זענען אהערגעקומען זענען געװען זשעדנע אויף נאפט, איז טאקע אלץ פאר זײ פארװאנדלט געװארן אץ שטינקענדיקער ראפע. די לופט ארום איז פול מיט נאפט־ריח, דאם ברויט ו אט באקומען דעם טעם פון נאפט און אפילו דעם דורשט האט מען געקאנט לעשן מיט נאפט. װו נאר מען האט אנגעהויבען.צו גראבן א ברונעם האט אנשטאט װאםער ארױסגעשפריצט ראפד דאס ער- שטע, װאס װארפט זיך דעם פרעמדן באלד אין די אויגן בײם אנקומען קײן באריסלעװ איז דאם, װאס בײ אלע עלטערע הײזער פירן די טרעפ אנ• שטאט ארויף, אראפ. נאר נישט צוליב מורא פאר גאזן, נישט צוליב ״בעסערער״ לופט האט םען גע׳ שטעלט די הײזער אזוי, אז די בײדעמער ז>.לן אײםקומען צו■ גלײך מיס די םראטוארן. די דערקלערונג דערפאר איז א גאר פשוטע: אויף די אלע פלעצער זענען מיט א צייט צוריק געװען װאקס־גראבנס און דא האבן זיך טאקע די װאקס-ארבעטער אויפגעשטעלט באראקן. שפעטער, װען דער װאקס האט זיך אויםגעלאזט האט מען אנגעהויבן אײסצובײען די באראקן. אלץ איז דא װי אויף דערװײל, די גאנצע שטאט מאכט דעם אײנ■ דרוק פון א ציגיינערישן טאבאר, װעלכן מען קען יעדע מינוט צענעםען, ארויפלײגן אויף װעגענער און פארן זוכן בעםערע באדינגונגען. עס פעלט איינגעװארצלטקײט. דא אהער איז מען נישט געקומען װוינען, דער ציל איז געװען קויפן, זוכן, ניש־ טערן אין דער ערד. אפילו דער מארק, דאס כאראקטעריסטישע פאר יעדער קלענסטער שטאט, איז אין באריסלעװ לחלוטין נישסא. די גאסן גײען אין ױעלכער ריכטונג זיי ױילן, פלאנלאז, בלויז מיטן צופאל פארבונדן. די װילדע, הויכע ברעגעם ארום דעם טײכל אין מיטן שטאט מאכן דעם אײנדרוק פון הפקרות און פארװארלאזטקײט. ערשט מיט א קורצער צייט צזריק איז