Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 42 (20.10.1933)
- Date
- 1933-10-20
- Page
- Seite 662 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804850--08874-4803855- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלעסעד נום. 42 (493) ײט 662 אנצוהערעניש אױף דעי קאטאםטראפע, װאם װעט אויםברעכן אין די לענדער, װו ײדן בילדן א מיליאניקע באפעלקערוגג. אײדער די שטורעמס װעלן זיך אײנשטילן, װעט דאס יידישע פאלק װערן צעשמעטערט אין צוזאמענגעבראכן. אבער פיל פײנלעכער איז די פראגע פאר דער ױגנט• אין די הונדערטער טויזנטער שלעפן זיך ארום איבער די שטעט אין שטעטלעך, אן ארבעט, אן האפנונג, $ן שםרעבונג, װייל זי װײם, אז װי פינסטער עס זאל נישט זײן די קעגנ• װארט, װעט די צוקונפט זיין נאך פינסטערער. נישט ׳ױמזיםט שטארקט זיך איצט דער חלוציזם. אבער ער איז ארײנגעפאלן אין שלעכטע הענט, װאס נוצן אים אוים קעגן דעם ארגאניזירטן ארבעטער, און אױף אזא אופן איז דער חלוציזם נישט קײן פראלעטארישער װוי ער װאלט געדארפט זײן על פי שכל1, נאר אן אנטי׳פראלעטארישע באװעגונג, נאר מען װאלט דעם חלוציזם געקענט א סך מוחל זיין, װען נישס דאס, װאס די גאנצע אנשטרענגונג איז אומזיסט. בלויז געצײל• טע חלוצים װעלן קריגן סערטיפיקאטן, און אויך זײ װעלן פריער אדער שפעטער זיין געצװונגען צו פא־לאזן פאלעםםינע אדער אלנפאלם אנטזאנן זיך פון דער קאלאניזאציע אין נאציא• נאלן מאסשטאב, נישט ציונחם, נישט גלות׳נאציאנאליזם? טא װאס׳זשע דען? מיר װילן א דריטן װעג — דעם טעריטאריאליזם. נישט מיר האבן געשאפן די אידעע פון טעריטאייאליזם. דאס האבן געטון מענטשן פין לעטטשינםקים דור. אבער צו שטורמיש איז געװען די צייט, צו פיל אויפטרײסלוננען האבן געטראפן לעשטשינסקין און זײנע חברים, אז זײ זאלן איצט קענען צוריק זיך אומקערן צו זײער שאפונג. אונז זענען בא• קאנט די טעארעטישע זיגזאגן פון יעקב לעשטשינסקי: פון דער שװארצער נישט׳פראלעטאריזאציע צו דער ליכטיקער פראלעטא• ריזאציע און איצט, דאכט זיך, צוריק צום פעסימיזם. בײ אונ• זער גאנצער אכטוננ צום הײנטיקן עקאנאמיםט לעשטשינםקי, איז אונז ױגנטלעכע, פארט נענכער דער אידעאלאג און גרינדער פון פראלעטארישן טעריטאריאליזם. די טעארעטישע ספקות, װאס באהערשן לעשטשינסקין און זײנע בני׳דור, עקזיסטירן נישט פאר אונז ױנגע. וױ קע• קען מיר צװייפלען אין דער ריכטיקייט פון דער נישט׳פראלע• טאריזאציע׳טעאריע, אז קײנער פון אונז קען נישט קריגן קיין ארבעט? װי קענען מיר גלויבן אין דער שעפערישקײט םון גלות, אז אלץ, װאס ם׳איז אין אים אויפגעטון געװארן, צע• פאלט זיך, און פאר אונז, נייע מענטשן, איז שױן נישטא, װאם צו טון? די געשעענישן פין די אכציקער יארן זענען דאך געװען קלײן אין פארגלײך מיט דער קאטאסטראפע, אץ װעלכער מיר לעבן, — און דאך האבן זײ באװיזן ארױסצורופן א מעכטיקן װילנם׳אימפולס אין די ײדישע מאסן, א שטרעבונג ראדיקאל צו ענדערן דאס ײדישע לעבן. און איצט שטײען די גריגדער פון טעריטאריאליזם נישט דעצירירט אויפן שיידװעג און קומען אפ מיט רעזאנערײ. אבער פאר אונז איז טעריטאריאליזם גע• װארן צװיק קאנקרעט, און מיר זענען גרײט אויפצוהויבן די פאן פון טעריטאריאליזם, װאס זײנע שעפער האבן ארױסגעלאזן פון די הענט. מיר װילן ארבעטן, האפן, בויען און — לעבן. דא װע• געטירן מיר בלויז. אפילו די גלות׳ארבעט װעלן מיר אויםםירן מיט באגײסטערונג און שװונג, אויב םיר װעלן האבן פאר זיך אן אויסװעג• אבער מיר קענען נישט ארבעטן, װיםנדיק, אז ם׳איז אלץ אומזיםט. י ' געפונען זרבבל. װי אלע לינקע פועלי׳צױן, איז זרבבל אן עק• לעקטיקער. ער װײזט אונז צופיל װעגן, כדי מיר זאלן װיסן, װעלכער איז דער ריכטיקער. ער איז קעגן איבערבויען דעם גלות, און דאך זאגט ער, אז דער גלות איז גארנישט אזוי שלעכס, ער רעקאמענדירט אװעקצופארן קײן פאלעסטינע, אבער ער איז אויך נישט קעגן דער לײזונג פון דער ײדן׳פראנע אין ראטן׳פארבאנד. אבער דאס לעבן פון ראטנפא־באנדישן ײדנטום אנטװיקלט זיך לויט גאר אנדערע געזעצן, װי בײ אונז, און דעריבער דארפן מיר, טראכטנדיק װעגן אן אויםװעג פארן יידישן פאלק, ניגט ארײנפלאנטערן אהין די רוםישע יידן. מיר װײסן נישט, װאס עס װעט זיין מיט זיי, אדער זײ האבן נישט מיט אונז קײן שותפישע אינטערעסן. זרבבלם עקלעקטיזם איז א פועל׳יוצא פון דער גאנצער לינק׳פועלי-צױניםטישער פאליטיק, װאס האט שטענדיק געזוכט צו פארבינזץ אין אײן פראגראם די פארשײדנסטע זאכן. אבער אויך די רעכטע חברים פון זרבבל קענען נישט פארענטפערן די מאטערנדיקע פראגע — װאס טיט מען פארט מיט די יידן? בײ זייער גאנצער קאנסעקװענטקייט, װאס פירט זײ צום ארוים■ טראגן רעזאלוציעס קעגן ראםן׳פארבאנד. שליםן אפמאכן מיט היטלערן, אפגרענעצן זיך פון דער ײדישער שפראך און קילטור (און אפט — באקעמפן זײ), און נאך מער צו צעשטעדן דעס שוין איצט צעבראכענעם גלות, מיזן זײ מודה זײן, אז בלויז א נישטיקער פראצענט פון די װאס שטרעבן צו דעם, קען אריינ• גײן אין דעם א. ג. ,ארץ ישראל״. און דערצו נאך בױען די ציוניםטן אויף א װולקאן, ױאס קען יעדע רגע אויפרײסן, און ם׳איז נישטא קײן גרונט צו צװײפלען, אז דער באנקראט פון ציוניזם װעט זײן פונקט אזױ שװער, װי פון גלות׳נאצ־אנאליזם. אנדערע רעקאמענדירן אונז, אז מיר זאלן מיט די הענט אין די קעשענעס װארטן, ביז ם׳װעט קומען די סאציאלע רע• װאלוציע, און דאן װעט זײן אלץ גוט. צי ם׳װעט זײן באמת אזוי גוט, װי מען רעכנט, װײס איך נישט. בײ אונזער גאנצער אנערקענונג פון דעח, װאם עס איז פאר די יידן אויפגעטאן געװארן אין ראטן פארבאנד. מוזן מיר דאך קאנסטאט־רן: דער רוםלענדישער עקספערימענט צו לײזן די ײדן׳פראגע האט בא• װיזן, אז ס׳זענען סאציאל עמאנציפירט געװארן בלויז אינדיװי• דועלע ײדן, אבער נישט דאס ײדנטום. עס פעלט איצט אין ראטן׳פארבאנד דער געזעלשאפטלעכער װילן עפעס צו טאן, און פון דאנען נעמט זיך די אסימילאציע, װאס מאכט אזעלכע גרויסע פארשריטן אין משך פץ די לעצטע יארן. דער כלל פון זאםבארט, אז ײדן קענען זיך נישט אסימילירן, באציט זיך בלויז צו דער קאפ־טאליסטישער ארדענונג. דער בעסטער דער• װײז, װי שװאך עס איז די איניצי־אט־װ און לעבנסקראפט פון רוסלענדישן ײדנסום, איז די מעשה ביראבידזשאן. ביראבידזשאן האט געקענט ױערן באמת די רעטונג פון ײדישן פאלק און איז נישט אויסגעלוצם געװארן... אט וױ שעפעריש עס איז דער גלות אפילו בײ אזעלכע אידעאלע באדינגוננען, װי אין ראטן• פארבאנד! נאר ביי אונז אין גלות װעט אפילו דאס נישט זיץ. דער אונטערגאנג פון קאפיטאליזם איז פארבונדן מיט שװערע קאטא׳ קליזמען, װאס װעלן נאך היפש דױערן. אפילו טראצקי האט אנגעהויבן צו גלויבן, אז היטלער װעט נאך בלײבן בײ דער מאכם א װעלכע צען—צװאנציק יאר. מיר קענען בלויז ביטער א שמײכל טון א־בער די נאיװע געדאנקען פון די ײדישע לי־ בעראלן, װאס האבן נענלױבט, אז די װעלט װערט אלץ פײ- נער און הומאניטארער. דאס, װאס ם׳איז פארגעקומען אין דײטש• לאנד מיט איר לפי ערך קלײנעם ײדישן ישוב איז בלויז אן