Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 40/1 (4.10.1933)
- Date
- 1933-10-04
- Page
- Seite 652 (sequence 16)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804849--08863-4803845- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליםערארישע בלסטער נומ. 41—40 (491-2) זײט 652 א ה ר ן )י״פ?י//חז)ד׳2ע דער דאבה געהעדט שווארצז ביזנעם-שסערץו נײן, נישט אזוי די ביזנעס, (איר דארםם עס פארשטײן) - װי טאקע פשוט דער .האראר װאקואי/ די שרעק פאר דער פוסםקייט. מיינט נישט, אז ם׳איו אינגאנבן אן טראגעדיע. געשפילט, געשפילט, געמײנס, אז מע שפילט נאך פאר עמעצן - ערשט ס׳הײבט זיך נישט אן. גאר װי יענער פראנצויזישער אקסיאר. װי ט א ל ם א, להבדיל, װאס האט, צו זײן שטוינען, פלוצלינג באמערקט, אז נישט פאר לעבעדיקע שפילט ער, נאר פאר געשפענסטער. דאס געשפענסט איז פרײ אץ פראנק אריין אין ײדישן טעאטער און די דארע הענט סון טויט האבן גענומען אפיאזײרן דעם אקטאר. פינסטער איז געװארן אין די טעאטער-געצעלטן. גיט מען א קוק ערשט אקעגנאיבער, דארט אויף דער צװײטער זייט יידישן טעאסער, איז ליכטיק. דארט איז מאריס שװארץ, דארט איז דאם קונםט-טעאטער. האט מען זיך * פערקיקט אױף יענער זײט און - איצט פרוװט מען מזל. נו, זאל זײן מיט גליק! אדרבאו אבער - צי װײסט איר, װעמען איר דארפט דאנקען דערפאר, װאס דעם ײדישן טעאטער איז נאך געבליבן אן אויס• װעג, װאס ײדיש טעאטער קאן נאך האפן אויף םעג פון אויפבוי און נצחוןז איר װײםט עס נישט ערגער פאר םיר. איר וױיסט, אז דער דאנק געהערט שװארצן. באגריסעג פונס אוטיססן־פאוײז חשובער חבר רעדאקטאר: מיט פרייד האבן מיר אויפגענומען די ידיעה, אז די ״ליטערארישע בלעטער׳ גײען פײערן מיט א ספעציעלן נומער דעם 15 יאריקן ױבל פון דעם ײדישן .קונסט׳טעאטער״ אין אמעדיקע, װאס װערט אנגעפירט דורך אײנעם פון די אינטערע- סאנטסטע טעאטער-פערזענלעכקײטן, װאס דאס ײדישע טעאטער האט װען׳עס׳איז געהאט. דורך מארים שװארץ. שװארץ פאראיי- ניקט אין דעם זין אויף א גליקלעכן אופן דעם ארטיסט, רעזשיסער, אינסצעניזאטאר און טעאטער׳פירער. ער האט מיט דינע פיל- פאכיקע טאלענטן, עקשנות און גלויבן אויפנעהויבן דעם ײדישן טעאטער צי־ א װיכטיקער קינסטלערישער און ארטיםטישער הויך, — און נישט אומזיםט איז עס פאר א ײדישן ארטיסט פון אמעריקע, דער גרעסטער יחוס, װען ער האט װען׳צם׳איז גע- שפילט בײ מא־יס שװארצן אין ,קונסט־טעאטער״. — די 15 יאר ײדיש ,קונםט׳טעאטער״ אין אמעריקע האבן דערהויבן דעם פרסשיזש פונם ײדישן טעאטער און פון דעם ײדישן ארמיםט פון דער גאנצער װעלט, — ער האט געדינט פאר א םוסטער פאר די ײדישע טעאטערן אין אנדערע לענרער און אויך םארן יידישן טעאטער אין פוילן. — נדר באגריסן מאריס שװארצן און דעם ײדישן קונםט׳ טעאטער, װי אויך די אלע ארטיסטן, װעלכע האבן אין לויף פון די 15 יאר געהאלפן צו בויען און שאפן דעם טעאטער. — זאלן אײערע אלעמענס הענט געשטארקט זײן, און מים דער זעלביקעע ענערגיע, גלויבן און טאלענט פירט װײטער אן מיט דער ארבעט צו אלץ׳גרעםערע םצענישע נצחונות. פארװאלטונג פונם ײדישן ארטיסטן-סארײן אין פוילן װ*רעע, 27 סע*סענל1ער 1933. 5 פאראן מינוטן, װען מיר טראכט זיך, אז דאס פאלק פון רחםנים בני רחמניס איז צוגלײך דאם פאלק םון בעלי-קנ״אה בני בעלי׳קנאה. און איך דערמאן מיך דעמאלט, אז אײפן צוזאמענ- האנג צװישן קנאה און רחמנות האט שוין אנגעװיזן שפינאיא. בײדע אפעקטן האבן אײן מקור: דאס ששעלן זיך אויפן ארט פונם צװײטן. אפנים, אז דערפאר איז בײ אונז הערצל געשטארבן מיטן טראגישן רוף אויף די ליפן: ,צוריק אויף די ערטער!״ װער פארנעמט ביי אונז זײן ארט? יעדער אײנער װיל דװקא זיך שטעלן או־ף אן ארט, וואם געהערט נישט אים, נאר אן אנדערן. און שטײט אײנער אײף זײן ארט - װיל םען אים אראפ׳ יאגן. א חוצפה דאס איז פון א מענטש ׳ נאר דאס זיאג איך דרך-אגב. װעגן קנאה און רחמנות װעל איך דאסמאל רעדן אין אן אנדער צוזאמענהאננ - אין צװאמענ־ האננ מיטן ענין קונםט ביי יידן. זײן הײנטיקע צײטן א קינסטלער בײ יידן - הײסט: אדער אונטערגיין און װערן דער אביעקט פון רחמנית; אדער שטייגן (א פאל א זעייטענער) און װערן דער אביעקט פון ארומיקער קנאה. קיין מיטל-װעג איז אזוי גוט װי נישטא. אן אומגארמאלע לאגע, װאס שליםט כמעט אויס יעדן מיטן. גיט א קוק װעט איר זען, אז בײ אונז שטייט מען קאפ אויף קאפ. ס׳איז ביי אונז געװארן א מין קולטיר-געטא. אלע זע- נען אײסגעמישט, מענטש אין בהמה, - װי פארצייטנס אין נחס תיבה. איז טאקע א רחמנות, א גאטס רחמנות _ נישט אזוי אויף די בהמות, װי אייף די מענטשן. און גיט איינער א שװים-ארױס פין אויבן, גיט זיך א טראג מיט כוח און שװונג - קומט תיכף די צװײטע זײט פונם רחמנות: די קנאה. איך האב דעם אײנדרוק, אז מאריס שװארצן אױ מען אין דער טעאטער-װעלט מקנא, װי מ׳איז' (דיסקרעציע אן א זײט!> מקנא אין דער ליטעראטור׳װעלט שלום אשן. פארשטייט זיך: מ׳דארף עס נישט נעמען גראב און נישט אויסטייטשן, אז דער מדובר איז װעגן קנאה מאטעריעלער. װא־ רום שװארצס נצחון נאך 15 יאר קונסט-טעאטער איז דאך אן שום ספק א נצחון א םאראלישער. האט דאך זײן ארבעט' דער■ פירט דערצו, אז די זעלבע, װאס האיבן יארן׳לאנג ארויסגעשטעלט קעגן אים און זײן טעאטער די תורהלע׳בויאלע-דראמאטיק מיט דער ליאװקע-מאלאדיעץ-ליטעראט־ר, האבן םוף כליסיף געמוזמ אײנזען זײיער איביעריקײט און - קאפיטול רן. מ׳וױיסט שוין איצט, אז נישט די האפקע גיט עולם-הבא, נישט זי באלוינט מיט עולםיהזה. און אין אמעריקעס יידישע טעאטערן האט רען זיך ענדלעך א נעם געטון צו ליטערארישע פיעסן. מ׳האיט זיך ענדלעך דערמאנט אין דער עקזיטטענץ פון א יידישער דראמאטורגיע. מ׳פרװוט תשובה טון. א דאנק װעמען איז עס געשען, אויב נישט א דאנק מאריס שװארצן און א דאנק יענע ערנסטע אקטיארן, װאס האבן 'אים געהאלפן בויעןז יארנלאננ האט מען זיך געבוקט צו עפעם אן אידיאטישן געץ, א'הילצערנעם גולם, װאם ם׳האט אים א נאמען געגעבן ״מױשצ״ און אים געשפײזט ימיט דער הײליקער' געטער׳שפײז פון רומענישע און טערקישע חתונות, קאװקאזער און כינעזישע ליבעס. א, ס׳איז שוין אײנמאל געװען א געץ: ער האט געעפנט ם׳מויל און אלץ געגעסן... און געדינט האט מען אים ײי די אמתע װילדע, בתופים ובמחולות, מיט א פארדעכטיק תורהלע און מיט א קאצאפישער קאמארינסקע. ערשט אין אײנער א טריבער טעאטער-נאכט - ״מוישע״ איז נישטא. װו איז ער אהינגעקומען? אין טעאטער זעט מען אים נישט' קלאגט און וױינט, פאריתוסםע קוליסןי. פארשוװגדן מוישע׳. נישטא דער געץ, נישטא װעמען צו דינען.