Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-10-04 · 40/1 (4.10.1933) · p. Seite 646

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
40/1 (4.10.1933)
Date
1933-10-04
Page
Seite 646 (sequence 10)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804849--08857-4803839
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעסער נימ. 41—40 (2< 491> ץייט 616 ב י כ >> 7 ןליינזנדס/זןןושע מאריס שוואדצי - א ג ר ו ס ן פיעסע טויג נאך אױף אזוי פיל, װי װײם זי האט אײנע אדער עטלעכע ״גוטע׳ ראלן. עס ליגט אין דעם א גרוים עטיק אייביקער אמת. אבער נישט דער גאנצער אמת. טעאטער איז קודם־כל אקטיאר. אבער אײנצייטיק א סך מער װי אקטיאר. אקטיאר איז די בריק, װאס איז אריבערגעװארפן צװישן פובליקום און בינע, װאס פארבינדט צװיי װעלטן: די װעלט פון װאר מיט דער װעלט פון חלוכ, װאס איז אין דער אמתן א העכערע װאר. אבער די דאזיקע װעלט איז אן אן ערך ברײטער, װײםער, גראמער, װי די בריק, װאים פירט צו איר. דאס פילט ארוים יעדער טעאטער- מענטש. און פירט װײטער, יעדער אויף זײן שםײגער: אײנער אין דער טיף, א צװײטער אין דער בי־ייט. מאריס שװארץ דארף פאררעכנט װערן צום צװײטן מין. זיינע אײפפירונגען צייכנען זיך אויס מיט א פארנעם, װי קיין שום ײדיש טעאטער האט עם נישט. ער קארגט נישט קײן מי און קײן געלט, װאס שענער״ װאס רײכער אויםצושטאטן זיינע פיעסעס, דער טעכנישער אפאראט. דעקאראציעס, קאסטױמען, ליכמ״עפעקטן, מוזיק, סטאטיסטן — אלץ פון שענסטן און בעסטן. און אזוי נישט אײן אויפפירונג און נישט איין סעזאן, נאר מיט ווינציקע אויסנאמען פופצן לאנגע יאי. ארויסצוברענגען אזעלכע אויפפירונגען פאדערט זיך אן איבערמענטשלעכער אדבעט׳כוח. >.ון אויך אין עם פרם האט מארים שװארץ נישט זײן גלייכן אין יידישן טעאטער. מען דער׳ צײלט ממש װונדער פון זײן אומדערמיד/עכקײט. גאנצע מעת■ לעתן קאן ער אפשטײן אויף דער בינע, שטײענדיק איבערבײסן, ניש איבעררײסנדיק די ארבעט, שמײענדיק כאפן א דרימל, אנ> געשפארט אין א דעקאראציע. אן אומהײמלעכער כוח שטעקס אין דעפ דאזיקן מענטש. דייטשן רופן עם: טעאטער׳טײװל. ער איז איבערגעגעבן דעם טעאטער מיט לייב און לעבן. צענדליקער מאל האט ער געפרוװט זיך אפרייםן פון אים און יעדעס מאל איו ער צוריקגעקומען מיט נײעם גלויבן, מיט נייעם אימפעט, מיט פרישער ענערגיע און — אין רעזולטאס — מיט פרישע אויפטוען. זיי זענען נישט שטענדיק פון גלײכן װערט. װער קאן האבן פאריבל אויף אים? װער עס שטעקט אזוי טיף װי ער אין דער ארבעט, װער עס ברענגט ארויס אן א שיעור אוים׳ פירוננגען, קאן נישט אפהיטן שטענדיק דעם ניװא. זענען מיר אים פון הארצן דאנקבאר פאר די צענדליקער פראכטפולע. גוטע, געלונגענע אויפפירונגען פון װערטפולע, גוטע און נוצלעכע פיעסעס, אריגינעלע און איבערגעזעצטע, מיט װעלכע ער האט בארײכערט דאס יידישע טעאטער אין אמעריקע און אין א צײט, װען ארוס האט געװילדעװעט די פוסטע נארישע מאכע• רײקע, אויפגעהאלטן דעם גלויבן אין בעסערן רעפערטואר. קו• קענדיק אויף דער אפגעטוענער ארבעט אין משך פון פופצן יאר, מעג ער שטאלץ זײן אויף איר, אין דעם גלויבן, אז זי האט געפונען א ברײטן אפהילך בײ די ײדישע טעאטער׳טוער, די פריינט פון יידישן טעאטער און יידישער קולטור און אין די װייטע שיכטן פון טעאטער׳פובליקום. אחדאי האט מאריס שװארץ פארדינט, איך זאל מיך אפ• שטעלן באריכותדיק אויף זײן גראנדיעזער ארבעט פארן יידישן טעאטער. כון דעם ערשטן מאמענט אן, װען ער האט געשאפן זיין קונסט׳טעאטער, פאלג איך נאך אלע זײנע באמיונגען, פאר• צײכן זײנע אויפטוען, באװונדער זײן אומאויםשעפלעכע ענערגיע. אן א שיער מאטעריאלן, פאטאגראפיעס, רעצענזיעס. באריכטן — צום כײל צוגעשיקטע פון אים אלײן און זײנע אקסיארן - זע• נען בײ מיר אוינגעקליבן. אין אן אנדערער צײט װאלט גע- ױען פאר מיר א באזונדער פארגעניגן אויפן סמך פון די דא• זיקע מאטעריאלן און די ידיעית, חאס זענען צו מיר דער• נאנגען אין משך פון די פופצן יאר בון פרײנט און שונאים, פארגינער און נישט׳סארגינער, צונויפצושטעלן א בילד פון דעד אײנציקארטיקער. כמעט פענאמענאלער-און גוטן װי אין שלעכטן- דערשײנונג אין ײרישן סעאכער, װאס רופט זיך מיטן נאמען: סאריס שױארץ. בין איך אבער אויף צומארגנס נאך א שלאכט: פרע• מיערע, עפענונג פון סעזאן, עפענונג פון א נײעם טעאטער• לאקאל. חדשים-לאנגע צוגרײטונגען, ויאכן פון נערװן-צערײבנ- דיקע אויפרעגונגען, שווערע ארבעט׳טעג און נאך שװערערע פראבע׳נעכט. װער קאן בעסער דעם טעם פון אזעלכע שלאכטן, װי מאריס שװארץי װעט ער געװיס נישט האבן קײן פאריבל אויף מיר, װאס, איך װעל מיך באנוגענען בלויז מיט עטלעכע שטריכן צו זיין בילד. צװײ זאכן זענען כאראקטעריכטיש ביז גאר פאר סאריס שװארצס אויפפירונגען: דאס א ק ט י א ר י ש ע און דער ב ר י י• טער כ-ארנעם. איך האב נישט געזען זײן טריפע שפילן, אייך אים אליין האב איך נישט געזען אין אן אויפפירונג. אבער עס איז פאר מיר גענוג געװען צו .זען און צו הערן אים בײ א רעציטאציע׳אױנט אויף דער עסטראדע פון דער װארשעװער ״פ־להארמאניע״, כדי ארױסצוטראגן א פעסמן אײנ׳ דרוק: ער איז קודם כל אקטיאר. דורכויס אקטיאר. דאס אקטיאײשע איז ביי אים דאם דאכינירנדיקע, דאם פרימערע. די פריזמע, דורך װעלכער ער קוקט אויף דער װעלט. אין פראגראם פון יענעם אװנט זענען געװען זאכן פון פארשידענעם זשאנר און פארשידענעם װערט. אבער נישט אײנע פון זיי האט ער ״רעציטירט״, ער ה:; ט אלע א פ ג ע׳ שפילט. ער האט זיך געביטן פון זאך צו זאך. אן קאסטיום, אן גרים, אבער דער קערפער, די זשעסטן, די מימיק — יע• דעס מאל אנדערש. און נישט נאר ביי יעדן ״נומער״, נאר אפילו אין דעם זעלבן ״נימער״ גופא, װען ער האט פארקער• פ ע ר ט — דאם איז דאס ריכטיקע װארט — די אדער יענע געשטאלט. און איבערגעװארפן האט ער זיך פון איין געשטאלט אין דער צװייטער מיט אן אומבאגרײפלעכער וױרטואזישקייט, פון שורה צו שורה, פון װארט צו װארט. אט שפילט ער אויס דאס װארט ״וחלחלקות״ איינמאל אין מויל פון טוביהן אין גלײך אין מויל פון גוי. און איר האט פאר זיך צװײ פארסיקע לעבעדיקע געשטאלכן, אנטקעגנגעשטעלט איינע .דער *װייטער. דאם איז זײן צוגאנג צו טעאטער. אין אנהויב האט גאט באשאפן די ראל. אלץ אנדערע, װאם איז באשאפן גע׳ װארן אין די איבעריקע פינף טעג, איז םשעובד צו איר. א

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.