Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-29 · 39 (29.9.1933) · p. Seite 629

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
39 (29.9.1933)
Date
1933-09-29
Page
Seite 629 (sequence 9)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804847--08839-4803822
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײט 629 ליסערארישע בלעסער נופ. 39 (490) איגם ײדישן טעז^טעד זײן אמאליקער עשירות, און אויף זייגע אמאליקע גאססשפילן מיט זײן םטאבילער טרופע האט ער געקענט אויםפירן פיעסעס םין זיין םריערדיקן רעפערטואר. און װי זעט עם אוים בײ אונז? עס איז א שרעק, װען מיר דערמאנען זיך, װי פון די אלע באמת־גלענצנדע אויפפי• רונגען, װאס זענען געװען אמאל אין װארשע, איז קײן שום זכר נישט פארבליבן — ואפילו קײן פאטאגראפיעס נישט!). - געװען, געלעבט, געװירקט, און אװעק, אויף אײביק אװעק! אמאל איז נעװען א .צענטראל״-אנםאמבל, אםאל איז גע• װען א ״װיקט״ <אין פארשידענע צײטן און אין פארשידענע גיגולים:) אמאל איז געװען א .ויילנער טרופע׳ (אויך אין פארשידענע גלגולים!), א ״װניט״, א מנחם-רובין-טעאטער, א װארשעװער דראמטעאטער, א באראטאװ־טרופע און נאך און נאך. װאם איז אויפגעהיט געװארן פון די צענדליקער און צענדלי• קער אינטערעסאנטע און גלענצנדע קינסטלערישע און סצענישע דערגרײכונגען? קײן אײנע נישט: ״רעװיזאר״, ״לא תחמוד׳, ״װעלף׳, ״שמאטעס״, ״דער זינגער פון זײן טרויער״, ״דער נסױן״, ״װײבערשע קניפלעך״, ״קירוש השם״• ״בײנאכט אויפן אלטן מארק״, ״גולם״, ״אויפשטאנד״, ״דאנטאנס טויט״, .200.000', ״דעי־ טויבער״, ״צװיי קוני לעמל״, ״ארעמע מלוכה׳ און נאך און נאך פיל, — פון דעם אליעם איז קיין שריד ופליט נישט פארבליבן. אלץ, װאס איז דאן אויפגעבויט געװארן מיט אומ• מענטשלעכער מי און אנשטרענגונג, א־ז גלייך ביים אראפפאלן דעם פארהאנג פון דער לעצטער פארשטעלונג װי אין א תהום ארײן• און אט דעם ביטערן, פארשאלטענעם גורל פון א כאפ• לאפ-לעבן, װען יעדע נײע פיעסע פרעסט אויף די םריערדיקע, קאן אויך די ״װילנער טרופע״, װעלכע אנאנסירס איצט דאם זיבעצנטע יאר, נישש אייםמײדן. װאם זאגט אט די זיבענצן־יאר דאטע, װען כמעט קיין אײנע פון די אלע ביזאיצטיקע איבער הונ• דערט אויפפירונגען קאן זי איצט נישט אויפפירן! נישט עם איז געבליבן דער ארטיסטן-מאטעריאל און אויך נישט קײן ברעטל אדער לייװנט פון יענע אויפפירונגען. אמאל טרעפט זיך, אז ערגעץ-װו נעמט מען און אויף א כאפ־לאפ-אופן םירט מען אויף א פריערדיקע פארששעלונג? דאם װערט געסאכט לויט דער רעזשי פון דעם אדער יענעם רעזשיםער און אפט- מאל איז עס אזוי לויט, אז דער רעזשיםער אלײן װאלט שײן נישט דערקענט זײן אײגענע ארבעט. מען האט אםילו צוגעטראכט בײ אונז א נײ װארט ״אװנט־רעזשיסער׳. דער אר• טיסט, װאס גײט דא לויטן זכרון אויםשטעלן א פארשסעיוננ אײנס׳און־צװײ מיט אנדערע ארטיםטן, בײ אנדערע דעקא• ראציעס, נעמט זיך אט דעם ספעציעלן טיטל ״אװנט׳רעזשיםער״. צוריק מיט א פאר יאר האט נאך די ״װילנער טרופע״ געקענם ארויסלאזן גרויסע אפישן. אויף װעלכע עס זענען נעװען אנגע• זאגט א צען פיעסעם םון שלום׳עליכם, פרץ׳ אש, לײוױק, בערגעלםאן, פרעגער, און אויך םין באװוסטע נישט-ײדישע דראמאטורגן. און עם זענען געװען אנגעגעבן עטלעכע רעזשי• סערישע נעמען ד. הערמאן, ד״ר מ. װײכערט, י. ראטבײם און י. ששערנבערג, און אויך נעמען פון באקאני-ע קינסטלער אלם דעקאראטארן. אט דער אפיש האט אימפאנירט: עפעם גאר לײטיש, מעשה-מענטשן: א טרופע מיט א פארנעם, מיט א גרױסן קינסטלערישן באגאזש. מען האט נאך מיט א פאר יאר נחםן עײזי? װײען אזן פלאגז 5. דאם כא9-דא3-דעכן פאראן אזא מין םויגל, װאס פרעסט אלײן אױף די אייער, װאס ער לעגט. אט אזא באצױנג האבן די ײדישע טרופעס צו דער אײגענער ארבעט, זיי פארדארבן אלײן די װערק, װאס זײ אלײן שאפן מיש אזוי פיל מי. די טענ קלאגט זיך פאר םיר א באקאנטער ריגער שרײ• בער, װאם איז געשטאנען נאענט צום ריגער יידישן מיעוטים• טעאטער: ״איבער צפן יאר האט מען געארבעט, צענדליקער טויזנטער דאלארן האט מען באקומען סובסידיעס, און אין סך• הכל? קיין אײן אײגן טשײעקל איז נישט פארבליבן, קײן אײגן עלעקטריש׳לעמפל! מען האס געבויט אויף זאמד, געזײט אויפן װינט:' און צי איז אזא מין טרױעריקער סך־הכל בלויז אין ריגעז װעלכע פון אונזערע טעאטער׳טרופעס האבן באװיזן צו פארהיטן אויף לענגערע צייטן די אויפפירונגען, װאס זענען דורך זײ מיט אזויפיל קרבנות צוגעגרײט׳נעװארן? װעלכע ײדי• שע טרופע זאמלט עס דעם פיעםעס-קאפיטאל, די דעקאראציעס, קאסטױמען, די אויסשטאטונג און דעם אויםגעכאװעםן איטיסטן׳ מאטעריאל? אט האבן מיר לעצטנס געלייענט דעם אויםפירלעכן מע• מאראנדום, װאם די ״הבימה״ האט צוגעשטעלט צום צױניםסישן קאנגרעם. הלואי װאלטן אונזערע ײדישע טעאטער׳סרופעס זיך אראפנעמען א מוםר׳השכל סון דער ״הבימר.״, װי אזוי מען אר• בעס און װי מען באציט זיך צו די אײגענע ״אויסארבעטינגען״. םון דעם גאנצן פיעסעס׳רעפערטואר, װאם ״הבימה״ האט פאר די 15 יאר אויפגעפירט זענען בלויז א צװיי׳דריי אפגעפאלן, און די אלע איבעריקע זענען לעבעדיקער אקטיװער קאפיטאל, װאס מען קאן צו יעדער צייט גלייך רעאליזירן. אין יעדן מאמענט איז די פיעסע אין אלע פרטים פארטיק צו שפילן. און װיל מען ערגעץ ארויספארן, האס מען פארטיק גאנצע 15 פיעםעם. דאס זעלבע איז אויך בײם מאסקװער ײדישן מלוכה• טעאטער, װי עס זענען פארבליבן עטלעכע פיעסעס אויף לאגגע יארן אין רעפערטואר (אייניקע פיעםעס זענען אװעק ״אין ארכיװ״ צוליב פאליםישע טעמים ס• דאס איז דער ״גאלד־זאפאס׳ בײ א טעאכער, דאס איז װיכטיק אויך פארן גאנצן אנסאמבל און אויך פאר יעדן אײנציקן אקטיאר. — ציריק מיט עטלעכע יאר, װען דער מאסקװער ײדישער מלוכה־טעאטער ודאן נאך אונטער גראנאװסקים אנפירונג ו) האט גאסםראלירט אין אײראפע, האט ער געפירט מיט זיך אן אכט גרויםע אויפםירונגען. יעדע אויפ• פירונג האט נעגעבן עפעס אנדערש, געװיזן םארשידנארטיקע רפזשי און שפילן פינם אנסאמבל, פון אײנצעלנע אקטיארן (200.000, מםעות בנימן השלישי, בײנאכט אויםן אלטן מארק, כישופמאכערין, טרואדעק א. א.) און אויך די פארשידנארטיקע יידישע דראמאטורגן וגאלדםאדען, מענדעלע, פרץ, שלוםיעליכם) און אויך אן אײראפעיש שטיק. טעאטראלישקײט, באלאדע, מיסטעריעזע סימפאניע, פרײד, גראטעםק א• א. װ. דער טעא• טער האט אפילו געגעבן ואכן פון זײער ערשטער שלום׳עליככ׳ פארשטעלונג. אלץ צוזאמען איז אויסגעװאקסן פאר דער טעא• טער-װעלט, סאר דער קריטיק אין א געװאלדיקער סצענישער עשירות, װאס האם אלעמען איבערראשט. אױך מארים שװארצס קונםט׳טעאטער האט אין פארשי■ דענע צײטן באװיזן אויפצוהיטן (אמת, א קלענערע טײלס פון

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.