Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-29 · 39 (29.9.1933) · p. Seite 628

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
39 (29.9.1933)
Date
1933-09-29
Page
Seite 628 (sequence 8)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804847--08838-4803821
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליםערארישע בלעטער נומ. 39 (490) זײט 8י6 ד ד ע יד׳זדד״?יס / ל י ס?סד>?י / גװייארק אלײן... א בוים האט געטונקט ױך אין בלא, װען איך האב דעם גארטן באטראטן; לבנה איז קעגנגעשװומען, געשמייכלט פון הויך צו מײן שאטן. א לײדיקע באנק האט גערופן צום אנלען. פאר טרים מיין א װינטל האט זאמד אנגעשאטן; אויף צעקודלטע צװײגן — א נאכט, און אין גיןרםן — איך און לבנה. װאס לאכט צו מײן שאטן. פדויו האסט בײ יעדן גראז און בלום געלאזן דעם שארך פון דײן קלײד, דיין ציטער פון אײפער צו אלץ, װאס װעט גרינען און שמײכלען נאך דײן טויט. מיט זון אויפן קאפ האבן טריט דיין געצײכנט אויף סטעזשקעס אן אומעט אין שטילן; גאלד, בלומען און ים, און אין הארץ א געװיין: װער קומט דא נאך מיר מיט אײך זיך צו שפילן• מיץ שסאם םאדשידט איך קום ארױס פון א שטאם, מיין שטאם צעצװייגט אין טויזנט שטאמען... איך בין דורכגעגאנגען טויט און פלאם, און גרײט צו גיין נןך טײזנט פלאמען... איך בלי מיט זונען און מיט שײנען, און מיט שטורם און מיט װינט, — דורות קומען, דורות גײען, און מײן שטאם בליס און גרינט... גיים א װאלד מיט רויטע פאנען, יעדע פאן א פייער פלאם. איך קוק זיך אײן אין יעדן פנים — איבער גאסן גײט מײן שטאם... װי די דעמבעס — זייער גבורה, מיט קעפ פארריסענע צום רוים. זעקס צו זעקס אין דער שורה, יעדער ױנג א שײנער בוים... און זײ גײען, און זײ גײען, םיי דורך פייער םיי דורך פלאם. זײט געבענסשט אין די רײען, זין צעשטראלטע פון מיץ שטאם! גלוםט זיך קוםעז אםאל גלוםט זיך קומען אמאל צו דעם אייגענעם שװעל, און זען, צי אין שטוב דארט איז פינסטער צי העל. צי נידערט די זון נאך, זיך פרעגן אויף מיר; אין צי ס׳ווארט נאך מיך אפ דא א מאמע ביים טיר. און קוקן אויף סאמען אויף הויף און אויף טויער, און זען, װי עס װעבט זיך פארנאכטיקער טרויער. און לעגן מײן קאפ או־ף צעעפנטע הענט; ם׳איז מיר ליב א, די רו י צװישן אײגענע װענט. ס. ד. עיסזגד / 7גזעגז}ס*זי*ײדעס דאס איו דעו מענטש דאס איז דער מענטש אין זײן געשטאלט, צו בענטשן אים איז נישט גענוג. ער איז שוין טויזנט דורות אלט, דאס גרויסע קינד, װאס האלט זיך קלוג. ער שפאנט, ער גייט, װעלט-אוים, װעלט-איין, און זיינע אויגן פרעסן אלץ, און אויף די װונדן פון זײן פיין, ער שיט מיט גאנצע הויפנס ־אלץ. און אומעטום, ווו ס׳קומט זיין שפאן, מיט שטײנער האגלט יעדעס ארט; ד ▼ ״ עם איז קײן רו שוין נישט פאראן, דארט. װו ס׳פאלט זיין מענלעך װארט. ער טראגט מיט זיך דעם עלטסטן שפור, פון ײיםטעניש, פין װילדן װאלד. ער איז דאס קינד פון טיפםטן אור, א קינר פון טויזנט דורות אלט.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.