Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 39 (29.9.1933)
- Date
- 1933-09-29
- Page
- Seite 623 (sequence 3)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804847--08833-4803816- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײט 623 ליטערארישע בלעטער נומ. 39 (490) װי א נאציאנאל איזאלירנדיקפ שוץ־מויער קעגן דער םכנה פין אסימילאציע. דובנאװם נאציאנאלע טעאריע פון דער ײדישער געשיכטע איז אן אידעאלאגישער אויסדרוק פון דער נאציאנאלער באװע׳ גונג פון ײדישן בירגערכוס, באזונדערס םון יידישן בירגערטום םון מזרוז׳אײראפע, װעלכע איז אױפגעקומען אין די לעצטע יארן פון 19-טן י׳ה. בדרך־כלל דערפילט דובנאװ די דאזיקע פאסטולאטן, ױעלכע די צױניסטישע טעארעטיקער אחד־העם און מ>.רגאלין האבן שוין מיט א צײט פריער פארמולירט. די אונ■ טערשידן צװישן דער באנעמונג פון דער יידישער געשיכטע ביי דובנאװן םון איין זײט און ביי די דערמאנמע צױניםטישע טעארעטיקער םץ דער צװייטער זייט, באשטייען בלויז אין ניו׳ אנסן, װעלכע לאזן זיך לײכט דערקלערן דורך די פאליטישע םײנונגסיפארשידנהײטן אין דער שטעלונג צו די אקטועלע פראבלעמען פון דעד יידישער פראגע. אויב דובנאװ דערהויבט דאם ײדישע פאלק צו דער מדרגה םון א קולטור-היסטארישער נאציע, װעלכע איז אימשטאנד, אדאנק איר שטארקן נאציאנאל באװוםטזײן, אויסצוקומען אן א טעריטאריע, אויב ער שרײבט צו דער אמז ליקער ײדישער אויטאנאמיע אזא גרויסע נאציאנאלע באדײטונג, איז עס א קלארע אפשפיגלונג פין זײן פאליטישן פראגראם, װאס זעט, אין היפוך צום ציוניזם, די לעזונג פון דער הײנטיקער ײדישע פראגע נישט אין א טעריטאריע, נאר אין א נאציאנאלער יידישער אויטאנאמיע. אמת. דובנאװ איז װייט קאנסעקװענטער, איידער אחד• העם אין דער סעקולאריזירונג פון ײדישע געשיכטע. אויב בײ אחד-העמען איז דער פרינציפ פון אײביקע היסטארישע אידע- אלן פון יידישן פאלק. פאר װעלכע ער באטראכט די אידעע פון אבסאלוטן יושר און פון העגעמאניע פון רוחניות איבערן חומר, דער גרונטשטײן פון זײן טעאריע װעגן דער יידישער געשיכטע, האט דובנאװ באװיזן זיך פולשטענדיק צו באםרײען פון דער דאזיקער פילאזאפישער ספעקולאציע, האלטנדיק, אז די אידעאלן פון ״ײדישקײט״ ענדערן זיך לוים דעם גײסט פון יע■ דער געגעבענער עפאכע. טראץ דער דאזיקער סעקולאריזירונג איז אבער דובנאװנ טעאריע פון דער ײדישער געשיכטע פול• שטענדיק באזירט אייף א נאציאנאלער מעטאפיזיק, װעלכע םאר■ נעמט בײ אים דעם פלאץ םון דער טעאלאגישער מעטאפיזיק. דאס װײזט זיך ארױס קלאר בײ אז אנאליז פון די עיקר־פרא• בלעמען פון דער ײדישער קולטור-אנטװיקלונג אין ליכט פון זײן טעאריע. שוין די באהויפטונג דובנאװס, אז דאס ײדישע פאלק האט זיך דערהאלטן אלס נאציע אדאנק א ספעציפישן שטארקן נאציאנאלן באװוסטזײן, װעלכעס איז נישט פאראנען בײ אנדערע פעלקער, איז א מעםאםיזישע און נישט קײן װיסנ■ שאפטלעכע הנחה. לויט דער דאזיקער טעאריע זענען מיר בשום א־פן נישט אימשטאנד צו דערקלערן, פארװאס גרויםע טײלן םונם ײדישן פאלק האבן זיך אין פארשידענע לענדער און תקו• פות יא פולשטענדיק אסימילירט. דאס נאציאנאלע באװוסטזיין איז נישס קײן םרימערער, נאר א סעקינדערער פאקטאר אין דער דערהאלטונג םון יידישן פאלק. די פראגע פארװאס א טײל פון ײדישן פאלק האט זיך דערהאלטן ביז צום הײנטיקן טאג. פארװאס אנדערע טײלן זענען אונטערגעגאנגען. קענען מיר נאר דעמאלט װיסנשאפטלעך באפרידיגענד פארענט■ פערן, װען מיר אנאליזירן גענוי סײ די סאציאי ־עקאנאמישע פארהעלטענישן פון די לענדער פון ײדישע מאםן־ישוביס, סײ די ספעציפישע סאציאל־עקאנאמישע סטרוקטור םון די ײדן אין די דאזיקע לענדער. פונקט אזוי אומבאגרינדעט איז דובנאװס (או^ אױך אחד׳העמם און מארגאלינס) סברה, אז די ײדישע רש אנטװיקלונג, די נאציאנאליזאציע און די סעקולאריזאציע םון דער ײדישער געשיכטע. זײן געשיכטלעכע טעאריע איז פרײ פון טעאיאגישע הנחות, זי איז אויך פרײ פון דער השפעה פון דער ספעקולאטױוער דײטשער קלאסישער פילאזאפיע, װעל■ כע האט באהערשט זיינע פארגענגער, באזונדערם גרעץ. אין זיין אלגעמיינער באנעמונג פון דער געשיכטע איז דובנאװ באאיינפלוסט םון דער ביאלאגישער סאציאלאגיע, װי אויך פון די טעאריעס פון דייטשע נעשיכטס־טעארעכיקער פון דער ניי■ עםטער צייט 'לינדנער, װינדעלבאנד, ריקערם א. א.). דובנאװ, גלײך װי מארגאלין אחד-העם א. א., דערקלערט די יידישע נעשיכטע פאר א געשיכטע פון דער ײדישער נא• ציע. די ײדישע גע-יכטע נעמט ארום בײ דובנאװן אלע זײטן פון נאציאנאלן לעבן, די װירטשאפטלעכע און סאציאיע אנטװיק■ לונג נלײך מיט דער אנטװיקלונג פון דער ײדישער קולטור, די עיקר־פראבלעמען פון דער יידישער קולטור־געשיכטע בא■ לײכס דובנאװ אין גײסט פון זײן געשיכטלעך׳טעארעטישער שטעלונג, װעלכע ער רופט אן ,נאציאנאל-רעאליסטיש״, אדער ,װיסנשאפטלעך׳עװאלוציאניסטיש״. לויט > ער דאזיקער געאריע קומט אוים, אז דער הױפט׳פאקטאר, װעלכער האט נעװירקט אין דער יידישנר געשיכםע בכלל און אין דער ײדישער קיל■ טור-געשיכטע בפרט, איז געװעזן די שמרעבונג פון ײדישן פאלק צו דערהאלטן זיך װי א לעבעדיקע נאציע. די פראגע, פארװאם יידן האבן זיך דערהאלטן אלם פאלק װערט ממילא לױט דוב• נאװן זײער אײנפאך פארענטפערט. די ײדן — האלט דובנאװ — זענען דער העכםטער טיפ פון א נאציע, דער דאזיקער נאציא■ נאלער טיפ, װעלכער איז אימשםאנד זיך צו דערהאלטן נישט נאר אן אן אײגענער נאציאנאלער מלוכה, נאר אפילו אן א סעריטאריע אונטער די פיס. די אנטװיקלונג פון תלמוד און פון תלמודיזם, די אײנזייטיקע אנטװיקלונג פון א רעליגיעזער קולטור דערקלערט װבנאװ, ענלעך װי די אנדערצ נאציאנאלע סעארעט־קער פון דער יידישער געשיכטע, אחד״העם און מאר• גאלין, װי א באװוסטזיניקע איזאלירוננ פון דעם ײדישן פאלק, װעלכעם האט זיך ארומגעפאנצערט סיט דער רעליגיעזער אט■ מאספער, כדי זיך צו פארהיטן פאר אסימילאציע. דער דאזיקער פראצעס פון נאציאנאליזאציע װערט פון צײט צו צײט אדורכ■ געריסן דורך א פארקערטן פראצעס פון .הומאניזאציע״, פון א דערנענטערונג צו דער קולטור פון די אומות־העולם. אזעלכע תקופות פון הומאניזאציע שטעלן פאר לויט דובנאװ די העלע• ניססישע און די שפאנישע עפאכע אין דער ײדישער געשיכטע. בדרך־כלל איז אבער לויט דובנאװן די נאציאנאליזאציע־טענדענץ גובר אין דער ײדישער געשיכטע. ערשט אין דער נײעסטער צייס, זינט דער פראנצויזישער רעװאלוציע, קומס פאר א שטענ• דיקער אפװעקסלונג פון קורצע פעריאדן פון אסימילירנדיקער הומאניזאציע און םון צענטריפעטאלער נאציאנאליזאציע. די אמאליקע אויטאנאםיע פון ײדן אין בבל, שפאניע, פוילן און אנדערע לענדער, האלט דובנאװ פאר א רעזולטאט פון דעם שטארקן נאציאנאלן לעבנס־וױין פון דעם ײדישן פאלק, װאם האט געזוכט און געפונען אן ערזאץ פאר דעם פון לאנג פאר• לוירענעם אײגענעם מלוכה לעבן. אין זין פון דער דאזיקער באנעמונג םון דער ײדישער געשיכטע דערקלערט דובנאװ די רעליניעזע שטרעמונגען אין דער יידישער געשיכטע, װי למשל די קבלה, די משיחישע בא• װעגונגען, דעם חםידיזם, אדער װי נאציאנאלע באװעגונגען אין א רעליגיעזן לבוש, אדער װי א רעאקציע פון דעם אינדױוידו• עלן רעליניעזן געפיל, װי א כפאראדישן בונט קעגן דער שװע• רער מאסע םון רעליניעזע נארמען, װעלכע זענען אנגעװאקסן