Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 39 (29.9.1933)
- Date
- 1933-09-29
- Page
- Seite 622 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804847--08832-4803815- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלעםער נומ. 39 (490) זײט 622 ד ד. ר פ א 7 ם $ ה 7 ע ר / מ ן ו?£ ע די טעאויעס פון דעו ײדישעו היסטאויאגואפיע װעגן דעו אגםװיקלזנג פון דעו ײדישעו קולםוױ) דער הילף פון דער דאזיקער שליחות־אידעע װיל גרעץ פארענסי פערן אלע ספעציפישע פראבלעמען פון דער ײדישער קולטור• געשיכטע. די פראגע, פארװאס ײדן האבן זיך טראץ אלע רדיפות אין פורעניותן פון דצר טויעטער״יארנלאנגער געשיכסע דערהאלטן אלם א פאלק, דערקלערט גרעץ דערמיט, װאס דאס ײדישע פאלק האט באװוסטזיניק געשטרעבט אויסצופירן זיין היסטאריש שליחות. אויך די ספעציפישע אנטװיקלונג פון דער ײדישער קולטור איז שוין אין דער עלטסטער הקופה פון דצר ײדישער געשיכטע פארבונדן מיט דעם דאזיקן שליחות. דאם דאזיקע שליחות האט גצזאלט באשטימען די אײנזייטיקע אנ• טװיקלונג פון דער מאראל, די אנטשטײונג פון דער באװעגונג פון די נביאים, בײ א גלייכצײטיקער אטראפיע פין די קולטור• געביטן פון פלאטםישער קינםט, דראמאטישער קונסט א. א. װ. די אנטשטײונג פון תלמוד און פון דער תלמודישער ליטעראםור, פון מדרשים און פוסקים, איז לױט גרעצן אויך א באגלײט• דערשיינונג פון דער ײדישער היםטארישער שליחות. דער תלמוד און דער אײנזײטיקער תלפודיזם האבן ארומגעצוימט דאס ײדי• שע פאלק מיט א געדיכטער נעץ פון מצװת און איסורים, כדי עס זאל אין דער איזאלירטקייט פון דער ארומיקער װעלט זיין ראוי צו דערפילן זיץ היםטארישע אויפנאבע. לויט דער דאזי• קער באנעמונג פון גרעצן קומט אויך אויס, אז דאס ײדישע פאלק האט אומאונטערבראכן אנטװיקלט זײן קולטור״ אז אין דער ײדישער געשיכטע איז נישט פארןנען קײן מיטלאלטער אין זין פון א קולטורעלער ירידה. אין גײסט פון זײן פילאזא• פיש-מעטאפיזישן אידעאל פון אן אבםטראקםן, ראציאנאליסטיש אויסגעלײטערטן .ײדנטים״, פטרט אפ גרעץ די רעליגיעזע שטרעמונגען אין דער געשיכטע, בעיקר דעם קאראיזם, די קבלה, די משיחישע באװעגונגען און דעם חםידיזם, װי שלעכסע אויסװוקםן אויפן בוים פון היסטארישן ,יהדות״. די אירעע װעגן דער שליחות פון ײדישן פאלק, װעלכע איז דער לײט-געדאנק פון דער מערב-אײראפעישער ״חכמת היהדות׳/ איז אן אידעאלאגישער רעפלעקס פון די פאליטישע שטרעבונגען פון דעם מערב-אײראפעישן ײרישן בירגערטום אין 19<טן י׳ה. פון אײן זײט האט די דאזיקע אידעע װעגן דער מיםיע געזאלט באגרינדן די שטרעבונגען פון דעם ײדישן אסי• מילירטן בירגערטום, צו דערגרײכן די פולשטענדיקע בירגערלע• כע גלײכבארעכטיקונג אין ד״ם פראקטישן לעבן, נאכדעם, װי די דאזיקע גלײכבארעכטיקונג איז אנערקענט געװארן פארמעל לויט דער קאנסטיםוציע און לויטן געזעץ. פון דער אנדערער זייט האט די אידעע כון דער מיסיע געהאט די אויפגאבע צו בארעכטיקן דעם לאזונג, אז דאם ײדישע בירגערםום דארף זיך נאציאנאל אםימילירן, אבער נישט רעליגיעז אפשמדן פארן פרײז פון דער דערגרײכטער אדער געװונטשטער נלײכבארעכטיקוננ. אויב גרעץ באטראכט די געשיכטע פון ײדן װי א געשיכטע פון א ״לעבעדיקן פאלקסשטאם״ און נישט בלויז װי די געשיכ• טע פון די אידעען פון ײדנטום, איז עס א פועל-ױצא פון זײן קעגנערשאפט צו דער קאנסענקװענטער אםימילאציע פון די דייטשע רצפארמירטע ײדן. דובנאװם געשיכטס-טעאריע און געשיכטלעך װעדק, י בא■ דייט, באזונדערם אין דער לעצטער פאזע פון זײן טעארעטישער דער אײגנארטיקער, ספעציפישער פארלויף פון דער ײדישער געשיכטע עטעלט אװעק די יידישע היםטאריאגראפיע פאר ספעציפישע פראבלעמען, װעלכע זענען, אין פלוג באטראכט, גאנץ משונהדיק, פארשידנארטיק פון די פראבלעמען, װעלכע עם װארפט אן דעם היסטאריקער די אלגעמיינע ג,שיכטע פון דער מענטשהייט. באזונדערם בולט איז די ספעציפישקייט פין די פראבלעמען פון דער ײדישער געשיכטלעכער קולטור־אנטװיק• לונג. אויפן ערשטן ארט רוקט זיך ארויס די?ראגע װעגן די םבות פון דעם לאנגן קיום פון דעם ײדישן פ.;.לק. די צװייטע פיאגע, װעלכע פאדערט דרינגנד א װיסנשאפטלעכע לעזונג, איז די פראגע װעגן דצר דאמינירנדיקער ראל פין דער רעליגיע אין דער ײדישער קולטור־געשיכטע, באװנדערס זינט דער אנט• װיקלונג פונם תלמוד און פון דער תלמו־ישער ליטצראטור. אין שייכות מיט דעם דאזיקן פראבלעם שטעלט זיך די פראגע װעגן דעם כאדאקטעד און מהות פון די רעליגיעזע שטרעמונגען אין דער יײ־ישער געשיכטע. די מאדערנצ יידישע היםטאריאגראפיע האט געברוווט צו לעזן די דאזיקע עיקר םראבלעמען פון דער ײדישער געשיכטע אין שייכות מיט דער אלגעמי נצר פאליטישער און טעארעטישער שטעלונג פון אירע הויפט-דיכטוגגען. די דאזיקע הויפט-ריכטונגען קען מען אײנטײלן לויט זײערע עיקרדיקע פרינציפן אין פאל־ גנדיקע שולן: 1) די טעאלעגיש־מעםאפיזישע טעאריע <ר׳ נחמן קראכמאל/ 2) די טעאלאגיש׳אידעאליםטישע טעאריצ װעגן דער היסטארישער מיסיע פון ײדישן פאלק (צונץ, ש. ד. לוצאטי, א. גייגער, גרעץז. 3) די סעקולאריזירטע נאציאנאלע טעאריצ (די געשיכטם־טעארעטיקער מ. מארגאלין, שלמה שילער, אחד• העם און דער היםטאריקער ש. דובנאװ). די טעאריע פון ר׳ נחמן קראכמאל, דעם מחבר פין ״מורה נבוכי הזמן״, איז פון אײן זײט באהערשט פון דער טראדיציאנעלער, רעליגיעזער ײדישער װצלט-באנעמונג, פון דער אנדערער זייט איז ער באאײנפלוסט פון די געדאנקען פון דער דייטשער קלאסישער פילאזאפיע, אנגעהויבן פון הערדער און ענדיקנדיק מיט העגעל. גאט איז, לויט קראכמאלן, דער אבסא• לוטער גײסט, און אזוי װי דאס ײדישצ פאלק איז דאס אײנ׳ ציקע פאלק אין דער װעלט, װאס איז משועבד צום רײנעם נ־אנאטעאיזם, איז עס אויך דאס איױצ־קע פאלק, װאם האט אן אײביקן קױם. די אײביקײט פון אבסאלוםן גײסט איז די גאראנטיע פאר דער אייביקייט פון ײדישן פאלק. פון דער דאזיקער מעטאפיזישער באנעמונג פון דער ײדי• שצר געשיכטע זענען נישט װײט אװעק די טעארעטיקער פון דער מפלימרשטער היסטארישער שליחות פון ײדישן פאלק, צונץ גײגער און באזונדערס גיעץ. לויט דעי דאזיקער טעאריע האט דאס ײדישע פאלק צו דערפילן א ספעציעל שליחות א־ן דער געשיכטע, װאם באשטײט אין פארשפרײטן צװישן די אומות׳העולם דעפ רײנעם אומפאר• פעלשטן מאנאטעיזם און די העכערע מאראל פון מענטשן׳ליבע און ממילא אײך פון פארברידערונג פון דער מענטשהייט. מיט *) ק־צרר םרן רמפערויןט, געהןייטן אריפן 7-סן אינטערבאעי$:*לן קןזנ־י םאר היסס$רישע װיסנשיןפסן אין װאי־שע• אין די קיםענדיקע נומערן^ װעלן םיר ברענגען קיערריב אײך סין אנדערע ײד. רעפעראטן אריםן ק$גגרעס. — רעד.