Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-20 · 38 (20.9.1933) · p. Seite 614

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
38 (20.9.1933)
Date
1933-09-20
Page
Seite 614 (sequence 10)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
70% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804846--08823-4803807
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעסער נומ. 38 (489) זײם 614 מאנפאדנאם י ן; ׳ז? ז? ע די) פיקםירט די םביבה אין אלע דעטײלן. נאכן אנטשםײן פון דער פאטאגראפיע איז די דאזיקע קונכט געװארן איבריק. מיר, ײנגע מאלער, גײען ארוים פוין אן אנדערן פוגקט, װי די מאלער פון דער פארגאנגענהײט. די אלטע מאלער האבן זיך באמיטי צו געבן א םינטעז פון זײער סביכה. מיר יאבער האבן די לייװנט צו אונ- זער דיספאזיציע. מיר באםיען זיךי צו שאפן דאס, װאס באריי־ כערט די'װע?ט, מאכט זי בפסער און שענער. י דער באלאסט פון די שולן און דער אפטיק איז געבראכן. די מאלערײ איז אײגנטלעך פיל נענטער צו װ סנשאפט, וױ צו עסטעטיק. עסטעטיק אױ אן ענדפונקט, נישט קיין אנהויב. עס־ טעטיק איז אן אנגענומענער טויטער באגריף, װאס גילט דורך גאנצע תקופות און האש נישט אין זיך קײן שום מאבילעס. די עסטעטישע באגריפן בײטן זיך קײנמגל נישט אויף יקײן ראדי־ קאלן אופן, ם׳קומען נישט פאר אין זײ קײן םפאנאנםע איבער־ ברוכן, בעת די װיסנשאפט קען אין אײן טאג בײטן אירע פרינ־ ציפן. אזוי אױ טאקע אויך מיט דער מאלערײ. - האלט איר נישט, אז די אנטװיטלונג פון דעי קונסט איז אפהעגגיק פון דער געזעלשאפטלעכער ארדנונגז * - זיכער, יעדער רעװאלוציאנערער' קינסטלער מרוימט װעגן אונטערגאנג פון דער הערשנדער רעאקציע. מיר םרוימען װענן א קלאסנלאזער געזעלשאפמ, װאם װעם שאפן די באדינגונ־ גען, אז דער ברײטער המון זאל האבן צײט אין מעגלעכקײטן זיך צו דערװערבן די םיינהײטן פין דער קונסט. און דא קומען מיר צו דער פראגע פון טעמאטיק. די טעמ-גטיק האט נישט קײן באדײטו:ג. דער עיקר אױ די אויפפאסונג. מיר מוזן זיך צו די מאםן דערנענטערן. נאר דורך דער פארם, דורך דער סימבאליק, װאס ויעט רעדן קלאריע דיבורים און איבעררײסן מיט דער אומ- באשטימטקײט זי האט ליב די צעשװימענע פארמען, די פאר״ חלומטקײט און דערפאר טאקע געפונט בײ זײ יאזא שטארקן אפ־ גאנג דער אימפרעםיאניזם. די שטרעבונג פון דער מאדערנער מאלעריי איז: מאכן אומרויק דעם צושויער, װעמענס אויג איז פארדארבן געװארן דורך דעם רומאניסטישן זעונגס־ארט, דורך דער בירגערלעכער רויקער קולטור. דעם אומרו קען מען ארויסבאקומען נאר מיט דע־ הילף פון פרײע, אבסטראקט־םימבאלישע זעוננען. זײער אינטערעסאנט איז אדלערםי אויפפאסן ביבלישע מא־ טױון, דאס אפװארפן די שכינהדיקייט די לעגענדארישקײס איון דאס רעאליזיירן די מאטיװן און א דערנענטערטער פערספעקטױו. פארמענטשלעכט. - אז איך לייען די מעשה װי אזוי יעקב האט געשיקט די זין קויפן תבואה קײן מצרים, דערמא.ט זיך מיר מיײן זײדע דער מילנער און רי פעטערס, די גבורים, װאם פלענן פארן איבער די דערפער אויפקויפן קארן. אדלער דערצײלט 'אויך די אײנדרוקן פון זײן לעצטער רײזע איבער שפאנ־ען און װעגן די שפארן פון יידישן םטיל. - איך האב דארט געזען - זאגט אדלער - די אלטע שפאניש־ײדישע סינאגאיגן און מער װי דיי העברעישע אויפשריםטן האב איך דארט נישט 'געפונען קײן שום זאך פון א באזונדערן קיינסטלערישין װערט. גאנץ אנדערש אבער זענען די םינאנאגן אין פוילן. זײ פאלן נישט ארויס פוןידער ארטיקער לאנדשאפט, אבער זײ צײ־ כענען זיך אוים מיט א שטארקן אײגנארט. דעם ײדישן אײגנארט דארף מען דעריבער אויף קיין פאל נישט זוכן בײ די מערב- ײדן, נאר אויסליםלעך ביי די מזרה-ײדן. פאראז - זאגט אדלער - על גרעקאם א פארטרעט פון א ײדישן רב, װאס טראגט א זעבל, דער דאיזיקער רב פון על גרע- קא איז דער אײגנטליעכער פאטער פון אלע װעםטלעכע הערן רא- בינערס, װעלכע האבן אין 1914 גוט פארשטאנען צו בענטשן - די ײדן, װאס זענען געגאנגען קעמפן פארן ,פאטערלאנד׳... די רײזע קײן שפאניען איז געװעזן פאר מיר אװידעראנטדעקונג םונם' פוילישן ײדנטום. ־ש.?. שנײדסרס^ן / פ 8 ר ד ז פ ו ז ײ ד י ש ז (>) ש ם? ע ס ם י ם יידן-פלאסטיקער און יידישע פלאטטיקער. די לעצטע זענען פאראן זייער װײניק. די ײדישע קינסטלער פון פארשידענע לענ- דער, װאס קונען קײן פאריז, - נישט נאר, זואס זיי האבן זיך נישט באמיט צו פארטיפן דעם סאן אין זייער מאלעריי, נאר, פארקערט - זיך אנגעשטרענגט אים װאס ענעלער צו פארםושן, דאפנדיק אזוי ארום לײכטער צו כאפן די בלענד-פײערלעך פון רום... דער גרעסטער טייל פון אט די מא^ער האבן פון דעם מאדערנעם אטען, פון פאריז, זיך אומגעקערט אהיים מיט שכורע פאלעטעס, אדער פארצװייפלטע געבליבן שטעקן אין די מאנסאר- דיקע פאריזער אטעליעס. בלויז א קליינער טייל האט מיט עקשנית געפארמט און מיט דערפארונג און װיסן באקרעפטיקט זייער ײדישע קונסט. צו דער דאזיקער קליינער טייל געהער יאנקל אדלער. נאך צױיי צענטליק יאר װוינען אין דייטשלאנד, נאך פיל־ מאליקן'פארברענגען אין פאריז, פרעמד און אפגערינן' פון א ײדיש־שאפנדיקער סביבה, האט יאנקל אדלער דאך כסדר פאר- טיפט זיינע װיזיעס װעגן די פשוטע, מגושמדיקע יידן, וזעלכע ער האט קינדוױיז אײננעזאפט אין לאדזש און אין די שטעט־ -,עך ארום לאדזש. אדלעריס יידן און זײנע ײדישע מאטיװן זענען גענומען פון דער הארטער װאר, נישט אידעאליזירט, אן דעם שבת-ײמטוב־ דיקן פאטאס, נאר מיטן שםויב פון דער װאך. איןי זיין אומרויקן זוכן נײע פארמען, אויפן קינסטלערישן געראנגל־װעג פון עקספיעסיאנױם דורך קאנסטרוקטיװיזפ ביז צו זיינע לעצטע סורעאליסטישע קאמפאזיציעס ציט יאנקל אדלעו כםדר זיין פאדעם מון יידישער מאלעײי. און אלס יידישער מא- לער האט ־אנקל אדלער (דווקא אלס ,יאנקל׳ו זיך דערװארבן 'א נאמען'אין דער מאדערנער קונסמ. אדלערס בילדער זענען אײנ־ געקויפט געװארן דורך די מלוכה־מוזייען אין דײטשלאנד און אויף די װיכטיקסטע אינטערנאציאנאלע אויסשטעלונגען האט ער רעפרעזענטירט די דײטשע מאלעריי. און לעצטנס אויף דער רעטראספעקטיװער אויםשטעלונג אין מאנהיים, וואם די היטלעריכט■ האבן איינגעאדדנט אונטערן נא־ מען .קולטור־באלשעװיסטישע קינכט׳, איז צוזאמען סיט דערען, גראג און שאגאיל אויך יאנקל אדלער געשטעמפלט אלם ,קילטור־ באילשעװיק׳. ער האט נאטירלעך, מער נישט געקענט פארבלייבן אין .דריטן רײך׳, בפרט נאך װען זײן נאמען האט זיך געפונען אונ־ טער דעם אנטיפאשיסטישן אויפרוף, װאס דער פאיבאנד פון לינקע קינסטלער און אינטעלעקטועלע האט ארויסגעלאזט. אדלער געהער נישט צו דעם טיפ דײטשע עמיגראנטן, צו די מארטירער אין םמאקינגס, װאס גלײך בײם ערשטן װארט װײ־ נען זיי אייך אן א קאיפ װעגן דעם האב און גוטס, װאם מ׳האט זיי צוגענומעןי אדלער האט זיין גלות אויפגענומען ויױ א ביא־ װוםסזיניקן קאמף מיט דעים פאשיםטישן רעזשים אין דייטשלאנד. די בוידעם־אטעליע מיטן גלעוערנעם דאך איו אנגעגליט פון דער זון. מיר זיצן מיט פארקאשערטע ארבל און פון שפארע דײטשע טעפלעך, טרונקען מיר קאװע, װאס אדלער האט אלײן צוגעמײסטרעװעט. - א .־עװאדוציאנערער מאלער - זאגט אדלער - איז דער, װאס קומט סיט א רעװאלוציאנערער פארם. דער סיוזשעט האט קײן באדייטונג נישט. ם־טרעםט אפט, אז דער מאלער גופא איז אין זיין פריװאטן לעבן גאנץ בירגערלען געשטימט און זיין קינסטלערישע װעקונג איז דורכוים רעװאלוציאנער. סעזאן, װעל־ כער איז נענאנגען אין קירכע, װײל ער האט זיך נישט געװאלט אײנרײטן מיט די שכנים, איז געװען דער רעװאלטירנדיקסטער קינסטלער פון זײן צייט. אויך פיקאסא איז אין פריװאט־לעבן א קליינבירגער, אבער זײן קונסט איז דוירכוים רעװאלוציאנער. אין די פאיגאנגענע יארהונדערטער איז די מאלעריי גע״ װעזן דאקומענטאר מרײ. זי יהאט אויף א נאםוראליםטישן אופן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.