Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 38 (20.9.1933)
- Date
- 1933-09-20
- Page
- Seite 608 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804846--08817-4803801- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעסער נומ 38 (489) זײט 608 א ו ן א פ ן נסקרס $רסיק? ״אפעגער צון ברלצבבר,) האבן געהאט, אז אלץ גײט כשורה. אבער אילוזיעס האבן בלויז תמימים און לייכטגלויביקע. װי לאנג מען איז פארטון אין אר־ בעט, איז נישטא קײן צײט פאר רעפלעקסיע. - אבער אילוזי־ עס? - מען ט-ט פון לעבנס און שאפונגס דראננ,' פון םאלקס־ אינסטינקט. אכער אן אילוזיעם איז געװען די ארבעט פון י דער מוטער, װאס פלעגט איר קראנק קינד, טוט עם פון מוטערלעכן אימפולס. װא־ום אן דער אילוזיע װאלטן מיר גישט געשאפן, װאלטן מיר נישט געטון קיין פאלקס־ארבעט אין ײדיש? צי איז עם א זאך פון בחירה: װען איך װיל, װער איך א פראנצויז? - פאלקס־ציגעהעריקײט איז א לעבן, איז אורשפרונג, איז פשוטער אין ליבלינג־צופרידענער בעל כרחך. װאס האט זיך אװינס געענדערט בײ אונז פון דער ציים פון ״נאציאנאלער רעװאליציע״ אין דייטשלאנד? עס איז בולםער ארויסגעװיזן אונזער סיטואציע, וואס איז פאר טיפער קוקנדיקע פון שטענדיק קלאר: אז דאס יידישע אײגנארטיקע פאלקסטום עקזיסטירט און קאן נישט און װעט נישם אויפגענומען װערן פון דעם ארום. פאלקס־אײגנארטיקײטן האבז א טיפן מעטאפיזישן אינהאלט און קאנען זיך נישט אויפלעזן אײנם מ־ט דעם אנדערן, אויב זײ זענען פון פארשידענעם מהויז. אויב עס קומט פאר אן אםימילאציע, איז אין א נישטיקע מאס, אין א גרעסערן םארנעם מוז עס ברענגען צו אן עקספלאזיעיװי צ׳ב אין דער לאגע פון יידן אין דײטשלאנד. ענלעך וױ ביי געװיסע כעמישע עלעמענטן, װאס װילן זיך נישט פי.רן, קומט עס פאר ביי אונזער פא?קס־ עלעמענט אין די אײראפעישע פעלקער. ינצח ישראל?-אפשר - וױיזט אויס, אז די גריכן און רוימער האבן געהאט א גרעסערע קרובהשאפט מיט די װילדע באצװינגער, וואס האבן זײערע לענ- דער איינגענודען. דרך אגב דערמאנט י. לעשטשינסקי װעגן דער ראל פון די יידן אין דער דײטשער קילטור און ער פירט דורך איפארא־ לעל צװישן דער ראל פון ײדן אין דער עקאנאמישער ).נםװיק־ לונג און אין דער קולטור פון די פעלקער. אבער די דאזיקע אײנשטעלוננ, אז דאס יידישע פאלק קאן שאסןי אי ײדישע קול■ טור, אי דײטשע, אי פיזישע, איז װייס איך װאס... פאלש צום װינציקסטן. ביטערע רבײם קנעלן מיט אונז איצטעי־ דעם דאזיקן אמת, דער אמת איז אבער פארט אן אמת. א ן אונזער ספרים־שאנק האבן מיר נישט צונויפגעטראגן די לעצטע אוצרות םון ײדישן געטא. דאס ײדישע געטא״- דאס ײדישע אפגעזונדערטע פאלקס-לעבןי עקזייםטירט, אנטוױקלם זייך און שאפטי כסדר אומאויפהערלעך נײע װערטן אויף פארשי־ דענע אופנים, אפילו אין דער פארם פון די פראגראמאטישע בא־ מ־ונגען פון די פארטײען, ״פאר ויעלכע יידישע קולטור איז א פינפטע ראד אין װאגן״. אויך זײ שאפן נײע אוצרות פונם ײדישן געטא, װען טיילמאל שלא במתכװן. אין די טיפענישן פון פאלקס-מאםן קומען פאר אומװעל־ צונגען, אין עס קומען אויף נײע װערטן. װער עם קוקט זיך צו צי אונזער ױגנט, איר לעבן און אירעאלן, צו איר לעבנס אײנ־ שטעלונג און מעשים, דער זעט, ער מוז אײנזען, אז די כוחות פון פאלק גייען אריין אין נײע מעטמארפאזן, דאס פאלק זוכט און געםינט נײע לעבנס־פארמען. - ײריישעי קולטור אייז טאקע א זזיכטיקע זאך, אבער די ױגנט איז אײננעשטעלט אויף פראב־ לעמען פון לעבן,"אויף קאמף און איבערװערטונג. זי האט זיך בכלל אפגערוקט פון בוך, פון ביבליאטעק־טוערײ, פון ענינים, װאס זענען װיכטיק אין א גערעגלט לעבן, אבער א לוקסוס אין צײטן פון גרויסער ברויזונג. זי טראגט אויף זיך א משא פון אטלאס און זי איז אינגאנצן איבערגיענעבן אירע אויפגאבן. דאס װאס פאר דעם עלטערן דור איז אן ענין פון םברא: איבערשיכ״ טו״נג, עמיגראציע, םאציאלע אומװעלצונג, - איז פאר דער יוננט פאקטן פון לעבן. - די באפעלן פון דער געשיכטע קלינגען אין לעבן דורכן לעבן. דורך דעם דראנג אין אונזער יוגנט בעט דער קול םון דער געשיכטע. י ' 'צחק בערנשסײן / פ?אצק ד ד י י ם ט (נצם'צן א1'פן רצנד פון 'צקב?יננשםש, דער גרויסער נאציאנאלער דיכטע־ פון פיילן, אדאם מיצ־ קעװיטש האט ערגעצװו זיך אױסגעדריקט, או אמתן דארפן אײגגעטײלט װערן אין אזעלכע, װאס א חכם און מנהיג דערצײלט זײ דער גאנצער מענטשהײט, און אזעלכע, ויאס ער פארציילט זײ בלויז דעם אייגענעם פאלק זײנעם, אזעלכע, װאס ער פאר־ טרויט בלויז א הייפל יחידים און צום סוף - אזעלכע, װאס ער פארבאהאלט זײ פאר זיך אדײן... אין אונזער טראדיציע רעדט זיך װעגן מעשי־מרכבה און מעשי־בראשית, - ענינים, חאס מען קאן װעגן זײ נישט דרשע- נען בציבור. די פראגן, װעלכע י. לעשטשינסקי בארירט אין דעם אר־ טיקל זײנעם אין ״ליט. בלעטער״;נומ. 33) געהערן טאקע צו דעפ סוג, בנוגע צו װעלכן מען מעג צױײפלען, צו מען דארף זײ אװעקשטעלן װי א פראבלעם פאר דעם רבים, װײל זײ זענען נוגע די מעשי־בראשית א״ון מעש־־מרכבה פון פאלקס־עקזיםטענץ. אבער װען מען שמועסט שוין אויף דער טעמע, איז לכל הפחית כדאי, מען זאל אװעקשטעלן די פראגע אין איר גאנצן פאר״נעם און געבן אויף איר אגאנצע ת ש ו ב ה. דאס דארף מען פארלאנגען פון יעדן ערנסטן שרייבער, װאס נעמט ווי א טעמע די פ־אכלעםען פון פאלקס־קױם. מען טאר זיך נישט באגנונענען מיט םתם אנװארפן שטימונגען און ספעציעל אזעלכע, װאס זענען עלול אנצושטעקן מיט יאוש און דעפרעםיע. אבער י. לעשטשינםקי זאגט: ״איך מאך נישט קײן אויס־ פירןז איך האב זיי גישט, איך רוף נישט א־ן ערכעץ, װײל איך װײס נישט װוהין״. - דאס איז פראפאגאנדע פון פאר־ ל ו י ר נ ק יי ט. מען מוז קומען מיט אפאזיטיװער שטעלונג, מיט פאזיטיװע רייד צו אונדערע מאסן. י. לעשסינםקי איז באזארגט, אז סען װעט אים פארװארפן, דאס ער שטעלט באנאל־געװארענע פראגן, איבער װעלכע מען האט מיט 30 יאר צוריק אויכגעטינ־ טלט פעסער טינט. די קיום-פראגן זענען דװקא נישט באנאל. מען דארף זיך נאר אויםהיטן פאר דעם באנאלן דרך־אגבדיקן באהאנדלען זיי. דאס שטעלן פ־אגן אן ענטפערס קאן באטראכט װערן װי א רמז פארן קלוגן, האס װעט זיך דערזאגן דאס איבע־ ריקע. אבער װצן די רמזים װערן אלטעגלעך, הערן זיי אויף צו זײן א םטימול צום פארטי־אכטן זיך, זיי װערן באנאליטעט. מיר לעבן כסדר אין הייזלעך, װאם פאלן אײן, מיר רעטן זיך פון אונטער איין דאך, װאס האלט בײם אײנפאלן או״טער א צװייטן, װאס האלט זיך אויך קוים. אזוי איז זײט יארהונדער־ טצר אונזער גורל. םוכת דוד הנופלת - איז א סימבאל פון אונ־ זער פאלקס־קױם. פון פוכעיעך און שטויבעלעך איז אונזער נעסט געבויט און מיט װאםע־ע נסים דאס האלט זיך: אז פין פײער און װאםער בײט דער פאלקס-זשע״ני הימלען פאי זיך און ערד אונטער זיך. װאס איז ײדיש־לשון — אייב נישט איינער פין די װונדער־מיטלען," װאס זענען גענומען געװארן פין קאלך־אויװן פון אםימילאציע און זענען געװארן א פאנצער פון פא״קסטום? די ארבעט, די פארצװײפלטע ארבעט פאר ײדישן בוך און שול, זענען ארבעטן פון ליבע צום פאלקסטום און זײן קױם. דיקטירט פון די פאלקס־דערהאלטנדיקע אינסטינקטן, װאס לעבן אין די יחידים. ליבע מאכט בלינד און שאפט דורך בלינדקײט און נישט-אויסגערעכנטקײט. כאטש די פארלעגע׳־ײ גייט אונטער, כאטש די שול איז אין פערמאנענטן קריזים, שאפט דער יידישער שרײבער און עם װאקסט אונזער קולטור. און דאס װירקט און װעט װירקן אין דער צוקונפט, װען אפילו דאם יידישע בוך איז פאר א טײל אסימילירטע אינטעליגענץ א םפר־החתום. די קולטור־ארבעט אין יידיש איז נישט, ווי י. לעשטשינםקי מײנט, פחדנותדיק, זי איז נאר נישט אויסגערעכנט, װייל זי קומט פון דער פאלקס־נשמה מיט בלינדער ליבע, װאס װיים נישט פון קײן חשבינות. י. לעשטשינםקי רעדט װעגן דער אילוזיע־פײזע, װאם סיר