Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-15 · 37 (15.9.1933) · p. Seite 590

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
37 (15.9.1933)
Date
1933-09-15
Page
Seite 590 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804845--08798-4803783
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעםער נומ. 37 <488> זײט (59 פ ו י ז ע, װעלכע מיר האבן געהאט, אױ פארענדיקס״. װער זשע האט געהאט די ,אילוזיע-פויזע?״ ״מען מוז נישט םארמאכן די אױגן און מודה זײן, אז קיץ פאלקס באוועגונג איז דער יידישיזם נישט געװאוץ׳. אויב מען איז זיך איצט מ ו ד ה, אז ס׳איו נ י ש ס געװארן, איז פון דעם צו דרינגען, אז אמאל האט מען גע- גלויבט, אז דער ײדישיזם ק א ן און ו ו ע ט יא װערן א פאלקם׳באװדגונג. איז ד א ס געװען די .אילוזיע׳פויזע״, װאס מען האט דערזען, אז עם בויען זיך ײדישע שולן, אז עס דערשײנען ביכער, עס קומען די טאלאנטן אין דער ליטעראטור, עס לעבט אויף דאם טעאטער — און מען האם געמײנט. אז מיט דער פראגע פון שפראך און קילטור וועלן געלעזט װערן די ,קיום פראגן״ פון ײדישן לעבן? : ״די ײדישע מאסן האבן נישט דערפילט אינם ײדישיזם יענעם אידעאל, װאס גאראנטירט דעם קיום פון פאלק, װאס פ־רט ארויס אויף א װעג פון אויסלײזונג״. אזוי קאנסטאטירט מעלאנכאליש יעקב לעשטשינסקי איצט, נאכדעם, װי עס האט זיך פארענדיקט זײן ,אילוזיע פויזע״. מוזן מיר ,אפן און ערלעך׳ מודה זיין, אז מיר זענען זײער שטארק צופדידן פון אט דער פעסטשטעלונג. ם׳איז א באװײז, אז די ײדישע מאסן פארמאגן א גרײלעך געזונםן לעבנס-אינםטינקט און א נארמאלן חוש. אינטעליגענטן, װאם לעבן זיך זײער קאבינעט לעבן, װײט און אפגעריסן פון די מאשן, פון זײער טאג טעגלעכן געראנגל פארן קױם, — בלויז זײ קאנען זיך אײניעדן, אז יידישיזם זאל װערן א פאלקס- באװעגונג און פ רנעמען דאס ארט פון .יענעם אידעאל, װאם גאראנטירט דעם קיום פון פאלק״. אויך ה ע ב ר ע י ז ם איז נישט געװארן קײן פ א ל ק ס׳ ב א ו ו ע ג ו נ ג נישט געקוקט דערויף, װאס ער האט פאר־ מאגט אין דער פאלקס־פסיכיק אזא גװאלדיקן מעכטיקן אנלען, װי די רעליגיע, מיט װאס דער דורכשניטלענער ײד פאר״ בינדט געװײנלעך די העברעישע שפראך, לשון׳הקודש. יעדער אײנער מוז צוגעבן, אז דער העברעיזם האט געקריגן זאפט און קראפט ערשט אין דעם מאמענט, װען מען האט אים אנגעבינדן אן דעם פאלעסטינױם, אן ״יענעם אידעאל, װאס פירט ארוים אויף א װעג פון אויסלײזונג״. די ײדישיסטן האבן זיך געמאלן די זאך צו אײנםאך, צו בונדיםטיש. נישט געװאלט הערן װענן סאציאל עקאנאםישע יסודות פון אונזער קױם, נאר זיך אנגעכאפט אן דעם אוי בערשטיבל פון קולטור. ״שטײען זיי איצט װידער נאקעט און אנטבלוױט׳, װײל די ״אילוזיע פויזע׳ האט זיך פארענדיקט. איך געהער צו א פארטײ, װעלכע האס די פראנע פון ײדישן לעבן קײנמאל נישט באטראכט אפגעריםן און אפגעזונ־ דערט פון די אלגעמײנע םאציאלע פראבלעמען פון דער מענםש הייט. די אייגנארט פון אונזער יידישער שפראך און קולסור האבן מיר, פועלי צױן, תמיד באטראכט אלם פועל־יוצא םון דער סאציאל׳עקאנאמישער אייגנארטיקײט און ספעציפישקײם פון ײדישן מאסן לעבן. דערפאר זענען מיר ארויסגעט־עטן שארף און אנםשידן קעגן בונדישן קולטוריזס, פונקס װי קעגן צױניסטיש׳ם.ס.־ישן פעםימיזם בנוגע דעם ״גלות*, מיר האבן גראד אזוי באקעםםם דעפ ס־ימיםטישן מהיכיתיתי׳שטאנדפונקט לגבי דעם טעריסאר- יאליזם, און פארפיקסירט אונזער אינטערעם אויף א 'קאנקרעםער טעריטאריע, אויף פאלעסטינע, װײל םיר האבן געזען די לונג ארויסגעבראכט א בילד גראד פון אן אײנהײטלעכן אומע• טוםיקן, אלװעלסלעכן פראצעס, װעלכער זוכט אומצואנדערשן די יסודות פץ ײדישן עקאנאמישן לעבן און באשטימען דעם גורל פון אונזער װייטערדיקן קיום. שױן דאן האט אונז געפרעסן די אסימילאציע, װי לעש• טשינםקי פארמולירט עס איצט ״די אסימילאציע צעפרעסט אונז און פרעסס אונז נישט אױף ב־זן סוף״. זי אױ תמיד באגלײט געװארן מיט דער איזאלאציע, װעלכע האט נישט דערלאזן מען זאל אונז אויפפרעסן ״ביזן סוף״. אױ טאקע די פראגע װעגן אן ״אײגענער הײם׳ געװען פארבונדן מיט נאך א פ־אגע: װעגן דעם װײטערד קן קױפ אויף די ערטער. די פארטײ. צו װעלכע יעקב לעשטשינםקי האט גע־ הען־ט, די ם. ס״ האט געענטפערט קלאר און אומצװײדײטיק: דא, אין גלות ״זענען אלע קװאלן אויסגעשעפט און פארשטאפט.״ דאם זאגט נישט י״קב לעשטשינםקי בלויז, דאס איז נישט א שטימונג א פריװאטע, װאס ער װיל זי קײנעם נישט אנבינדן הײנט. גײן, אט די שטימונג איז געװען די באזע פון זײן פארטײ, דאס איז געװען דער טיפער האפנונגסלאזער און אויס׳ גאנגלאזער פעסימיזם פון די ס. ס. בנוגע דעם ״גלות׳. דא האט די פארטײ פון יעקב לעשטשינסקין געזען בלויז גםיסה, אונטערגאנג. זײער גאנצע בענקשאפט האט זיך געװענדט צו דער ״אײגענעי הײם״, צו דער טעריטאריע, צום ײדישן ״פרײלאנו״. אין דעם פרט האט זיך יא א היפש ביסל געביטן. פון ס. ס. איז שוין קיין שפור נישט געבליבן עס האט זיך ארוים׳ געװױן, אז מען קאן נישט שאפן עפעס פאזיטי־ועס, װען מען גייט ארום נאכאנאנד מיט א פלעשעלע ציאנקאלי אין קעשענע און מען גראבט מיט דער לאפאטע א קבר פארן גלות. עס האט זיך ארויסגעװיזן, אז טעריסאריאליזם סתם אין דער װעלט אריין, אבםטראקט בענקשאפט צו ״פריילאנד״ מוז מיס דער צײט אויסגעװעפט װערן, װײל ם׳איז נישטא דער זאפטיקער באדן פון רע׳ אליטעט, פון װעלכער עס זאל ציען איר יניקה די ראמאנטיק. יעקב לעשטשינסקי האט זיך געהאט ארויפנעכאפט אויף אן אנדער װאגן, און מיר האבן פלוצים פארנומען א פרײלעכן לירישן אויסגוס װעגן אויפשטײג און אויפבלי פון יידישן לעבן. אויך דאס לידל איז אונז געװען באקאנט. דר. ס. זיל• בערפארב װארפט איצט פאר לעשטשינסקין, אז זיין ״ערשטע ליבע״, דער טעריטאריאלױם איז אים װידער געקומען צו חלום״. װייזט זיך ארויס, אז אויך ער, זילבערפארב. איז א קאפיטשקע געכאפט אויף דער מעשה. ער האט אויך געהאט אן ״ערשטע געליבטע״, און אויך ער חזרט איצס איבע־ די אמאליקע סעיע׳ נאדעס פון די ״סײמיסטן״ װעגן דער געװאלטיקער שפע פון לעבנס׳ענערגיע, װעלכע עס פארמאנט דער ״גלות׳, הגם מען פלעגט צום סוף מאכן א קניקם אויך דעם טעריטאריאליזם. יעקב לעשטשינסקי איז געװארן א בונדיסט. אזוי האט ער זיך אנגעגעבן, אלס אזעלכן האט מען אים רעקלאמירט. ער איז געװען אויפגעבראכט אויפן ציוניזם, אויף פאלעסטינע, נישט נאר דערפאר, װײל די צױניסטן פירן א פארברעכערישע פאלי• טיק בנוגע דעם יידישן לעבן אין אלע אנדערע לענדער, נאר דער עיקר דערפאר, װאס די פראגע פון א טעריטאריע, װענן אן אײגענער הײם האט נישם קײן מסשות און איז א בײזע אויסטראכטעניש פון די, װעלכע װילן נישט אײנזען דעם געװאלדיקן לעבנס׳רעזערװואר, װעלכער האט זיך אנטפלעקט דא אויף די ערטער. איז געקומען היסלער־דײטשלאנד, יעקב לעשטשינסקי איז אװעק אין גלות צוזאמען מימ דער גאנצער דײטש׳יידישער אסימילאציע און פלוצים הערן מיר א װידוי: ״ד י א י ל ו ז י ע

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.