Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-09-08 · 36 (8.9.1933) · p. Seite 582

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
36 (8.9.1933)
Date
1933-09-08
Page
Seite 582 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804844--08789-4803775
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליסערארישע בלעטער נומ. 36 (487> זײט 582 מ.?ע?7י^ / באמערקובגמז צו א פילאזאםיש בוך מארקסן. מױ שײנט, אז דער מאניזם איז א קאנםענקװענץ םון דעטערמיניזם. דער פרינגיפ פון קאזאליםעט זאגט, אז יעדע דערשיינונג דארף האבן א םיבה, איגענוגנדיקע און אן אומבאדינגטע, (6״!33״:>6ת ז־!>)ח־15]}״5 און אזא קאן זײן נאר אײנע. אײב מען דערלאזט דעם פרינציפ פון דעטער־ מיניזם אין װעלט-אל, מוז מען דאך װידער דערלאזן די ״גענו■ גנדיקע און אומגאדינקטע׳ אויפקלערנדיקע סיבה, - דעריבער מאניזם. דער דריטער בינד-שטריך איז די ראל, װאם אלע דרײ גיבן אפ דער מלוכה: אן ארנאן פון אריינטראגן ארדנונג און רו, פון דערמעגלעכן דאס *פרידלעכע צוזאמענלעבן' צװישן די יחידים און װעמענס נעזיעצן ס׳דארפן האבן פריאריטעט איבער די רעליגיעזע מנהגים און טראדיציעס - ביי שפינאזען; אן אר• גאן פון דורכזעצן די דיאלעקטישע היסטארישע אנטװיקלונג ״פון דער אידעע און דורך מלחמות אויפװעקן צו ברײטע אספיראציעס די פאלקס״מאסן אין מיטװירקן דעם אלגעמײנעם געשיכטלעכן פראצעס - בײ הענעלן; אן ארגאן פון קלאסן־אונטערדריקונג, װעלכער װעט אליין װעי־ן אן ארגאן פון אפשאפן די קלאםן־צע■ טיילונג - בײ מארקסן. די דריי מןמעגטן זענען נענוג אויף צו בארעכטיקן די אונטערגענומעגע דורך ל. פינקלשטײנען ארבעט פון געבן א םינטעז פון די דריי פילאזאפן, זיי פאדערן אבער אויך א היםטאריש-מעטאדאלאגישן םדר דאס קעפל ״העגעל, מארקם און שפינאזע״ בארעכטיקט זיך דאך נישט, נישט היסטא- ריש און נישט םעטאדאלאגיש. דער הונדערט-יעריקער יובל פון העגעלס טויט איז נישט 'קײן גענוגנדיקער מאטױו אויף מאכן אזא ערבוב-הפרשױת. גײען מיר איצט איבער צו באהאנדלען אײניקע פרטים אין געגעבענעם בוך. בכלל, באױצט לעא פינקלשטיין די מעלה, װאם די שװער■ םטע זאכן װערן בײ אים לײכט, און קלאר, און פארשטענדלעך פאר א לעזער, װאס איז אפילו נישט ״קיין גרויםער בקי אין הלכות פילאזאפיע. זײנע פארמולירוננען זענען דאס רוב ריכטיקע און פינקטל״עכע. ם׳טרעפן זיך אבער פון צײט צ״ו צײט פארמו■ לירונגען, װאס פארשמעלערן דעם באגריף און זענען עלול ארײנ• צופירן אין א טעות. אט, למשל, אויף דעם סאמע ערשטן זײטל, אינם אריינפיר, זאגט ל. פינקלשטײן: ״עס איז נישט אויםגע• שיאסן, אז נאך פריער <וױ מיט 2 טויזנט יאר צוריק - מ. ל.) האבן מענטשן״פילאזאפירט, ד. ה. האכן זיך״ערנסט אפנע- שטעלט אויף די מעטאדישע פראגן פון״זײן. מיר האלטן די דעפיניציע פאר נישט געיונגען. לויט דעם קומט אוים, אז נאר אפשטעלן זיך אויף די מעטאפיזישע פיאגן פון זײן - הייסט פילאזאפירן, װען אינדערארתן איז פארמולירן דאס געזעץ, אז 4=24-2 - הײסט אויך פילאזאפירן און אײנשטעלן א באציונג פון קאזאליטעט צװישן װאסע״י־ ״ אין הארטן צושטאנד מיט קעלט - הײםט אויך פילאזאפירן. געװיינלעך איז אנגענומען צו דעפינירן אזוי דאס װארט פילאזאפירן: פילאזאפיע״- אלגע• מיינע װיםנשאפט פון זיין, םון פרינציפן און םון קאזאליטעט. <אזוי דעפינירט עם דאס װערטערבוך ״אילוסטרירטער נײער קלײ- נער לאריס״). די דאזיקע דנפיניציע איז אויך א םך אויםשעפנ- דיקער פון ל. פינקלשטײנס. אזוי אויך אויף זײט 41, פארמולירנדיק די פראגע: צי איז דער סאציאליזם א פאזיטיװע װיסנשאפטלעכע טעאריע, אדעי אויך א פילאזאפישע װעלט-אנשוױנג, שרייבט ל. פינקלשטיין: ״איז דער וויםנשאפטלעכער םאציאליזם נאר א געזעלשאפטלעכע טעאריע, װעלכע שטייט אויסער דער מעטאפיזישער ספעקולאציע, אדער ער איז א פולשטענדיק פארענדיקטער נעדאנקן-גאנג, װאס איבערשפדײזנדיק די גדענעצן פון א פאזיטיװער װיסנשאפט, שאפט ער אן עטיק, שטעלט אײן נארמען פון האנד- לוננען און אזוי װייטער״ דער דאזיקע״ר אויסצוג איז פאר אונז טאפלט אינטערעסאנט. דא פארא״ט פאר אונז ל. םינקלשטײן זיין ליבע צו דער עטיק, װעלכע איז פאר אים דער אלף און דער תיו פון דער מעטאפיזיק, װאס דאס גוםא איז נאך אן אי• יע* פינקיםםײן — וזעגעי, מ*רקם אין שפ':*זע (* •רײד םון ן םינסעז) עום ססװיעריקן ױני נ*ך העגעיס טויט. (•ויייש). װןרשע, 1932, םןריוג העזיק, 133 זײטן לעא פינקלשטיין פארענדיקט זיין בוך מיט די װערטער: ״ס׳איז ריכטיק אנגעוױזן געװארן, אז מארקס האט געהאט פולע רעכט אנצורופן זײן בארימט ״װערק ״קאפיטאל״" מיטן מער-פא- םיקן נאםען ״עטיק״. אין אט-דער פראזע איז, דוכט זיך, אוים־ געדריקט די גאנצע כװנה, מיט װעלכער דער מחבר איז צונע• גאנגען צו זיין בוך; די מאס, װעלכער ער האט באנוצט ביים באהאנדלען די דריי פילאזאפן: אויםזוכן דעם עטישן צד-השוה שבהם. דערפאר. שײנט, איז דער מחבר אזוי שפינאזיסטיש גע- שטימט און װאלט װעלן אין דעם פארגענגער שפינא״זא זען דעם סינטעז פון דער ״אײנזײטיקיים״ פון העגעליאניזם, אי פון מארק• סיזם. און דערפאר באמיט ער ז־ך אזוי, אגב אן דערפאלג, צו מאכן פון מארקםן א םאראליסט, און פון ״קאפיטאל״ - אן עטיק. פון דאנען, קאן זײן, נעמט זיך אויך די אביסל משונהדיקע ארדנונג אין באהאנדלען די אנגערופענע דרײ פילאזאפן: פריער העגעלן, נאכדעם מארקםן, און עישט לםוף שפינאזען. די דאזיקע ארדנונג האט אין תוך נישט קיין היסטארישע און נישט קײן מעטאדאלאגישע באג־ינדונג. אין ביידע פ״אלן האט נעדארפט זײן: שפינאזע, העגעל, מארקס. װעגן דעם, אז דאם אנטשפרעכט דעם היסטארישן םדר איז איבעריק צו רעדן. אױף דער מעטאדאלא- גיטער זייט מוזן מיר זיך אפשטעלן. צװישן שפינאזען, העגעלן און מארקסן איז פאראן א גע- װיסע בהדרגהדיקייט אין דער בשותפותדיקער קאנצ-פציע אין גלויבן אינם דעטערמיניזם פון דער װע״ט, ד. ה. אינם אפזאגן זיך פון דער בחירה חפשית, װעלכע טיילט אויס דעם מענטשן פון דער נאטור, מאכם אים פאר א װעזן, אויף װעלכן די געזעצן פין קאזאליטעט זענצן נישט חל. די באװעג-כחות פון דער מא־ דערנער װיסנשאפט ליגט אין דעם, אז אין דער פיזישער װעלט איז נישטא קיין דערשיינונג, װאס האט נישט איר םיבה, און אז די םיבה באשטימט און קלערט״ אויף״ פולשטענדיק די קאנסעג־ קװענץ. דער יסוד פון קאזאליטעט איז דער פרינציפ פון דעטער- מיניזם: מען קען פארמול״ירן א געזעץ, אז װאםער, למשל, פרירט בײ זערא גראדוס, װייל אזא איז זײן ״טבע״, דאם װאםער האט נישט קיין ״בח־רה חפשית״. אויב ווידער מען זאל דערלאזן דעם פרינציפ פון ״בחירה חפשית״, פון פרײען אויסװא״ל, בײם מענטשן, אין דער מענטשלעכער סאציאלער ארגאניזאציע, אין דער מענטש- לעכער געשיכטלעכער אנטוױקלוננ, װערט דעמאלט אוממעגלעך צו רעדן װעגן א פאזיטיװער סאציאלער װיםנשאפט, װעגן פארשן און פאימולירן געזעצן אין דעם געביט, װייל דאס אייגנטדעכע פונם ״פרײען װילן׳ איז זײן קאפריזארטיקייט און געזעצלאזיקײט. דער דעטערםיניזם איז דאך א נויטװענדיקער באשטאנד פון יע■ דער װיסנשאפטלעכער פארשונג אין דער סאציאלאגיע. שפינאזעס דעטערמיניזם איז א פולשטענדיקער: דער מענטש האט נישט קיין פײיען אויסװאל און איז, װי די גאנצע נאטור-װעלט, אינטערגע• װארפן געזעצן, װעלכע ער קען נישט ענדערן. אפילו גאט אליין ראט נישט קײן בחירה חפשית. אלץ װאס גאט טוט, מוז ער טאן. ״קײן זאך האט דורך גאט נישט געקאנט באשאפן װערן אנדערש און אין אן אנדער סדר, װי ער האט עס געטון״, זאגט שפינאזע אין זיין ״עטיק״ <זע דעם באהאנד״למן בוך ז. 100)," און ממילא װערט מעגלעך די װיסנשאפטלעכע אינװעםטיגאציע. שפינאזעס ראל אין דער םאציאלאגיע איז די ראל פין דעקארטן אין 'דער נאטור-וויסנשאפט און םאטעמאטיק - דער אנטדעקער פון דער װיכנשאפטלצכער מעמאדאלאגיע. די ״עטיק״ איז אין באצוג צו דער סאציאלאגיע, װי ״דיכקור םיר יא מעטאד״ צו דער נאטור• וױסנשאפט. אט דער דעטערמיניזם מאכט מעגלעך אי דעם הע־ געליאניזם, אי דעם מארקסיזם. דער צװייטער בינד־פאדעם צװישן די דרײ איז דער מא־ ניזם: די אויפפאםוננ, אז דער טרייב־פרינציפ פון דער װעלט און אירע ענדערונגען האבן אײן און אײנציקן פרינציפ: די םובםםאנץ בײ שפינאזען, די אידעע בײ העגעלן, די מאטעריע ביי

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.