Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 36 (8.9.1933)
- Date
- 1933-09-08
- Page
- Seite 576 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804844--08781-4803767- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע פלעםער נומ. 36 <487) זײט 576 עוג פעדלין־דיגע פנים װערט מיר נענטער. א יזנגערמאן, װאם איך קאן אים נישט, אץ ער מיך - אויך נישט; גיט אשעפטשע: - דאכט זיך, ס׳איז דובנאװ. אן פרעגן און אן פארשטעלוננען דערלאננ איך שלום״ עליכם.'כ׳זאג מײן נאמיען, װאם איז צו מײן צופרידנהײט איס שטארק באקאנש, און נישט נאר מיין נאמען, נאר אויך מײנע נםיעות. ער פאלגט נאך די ײדישע פרעסע. מיט אײן מינוט שפעטער װער איך שוין פא־געשטעלט פאר זײן פרוי מאדאם דופנאװ, װאס זיצט אין קופע און שטודירם פלײםיק א ביולעטין, משמעוױ״ פון די ביולעטינען, װאס מען קאן נישט קריגן אין דײטשלאנד. מיר פארן אלזא עטלעכע סטאציעס צװאמען. מיר זיצן אין קופע און מיר שמועםן. איך װיל דאס מאל נישט סרעגן דעס חשובן היכטאריקער װעגן דער אלטעגלעכער פראגע, מג-ם מען פרעגט יעדן, װאפ קומט פון דײטשלאנד: װאס הערט םען דארטן איך װארט אויף א געלעגנהײט, װאס װעט אליין צופירן צו דעם ענטפער. מיר רעדן וועגן גײסטיקן לעבן אין היטלער-לאנד. דער פחד פון ארויםלאזן א װארט, װאס קאן אויסגעטייטשט װערן אלס ״גרויל-פראפאגאנדע״ איז קענטיק בײ מײן גרויםן שכן, און בעת ער דערמאנט דאס װארט דייטשלאנד, קוקט ער זיך אום צי עמעץ הערט זיך' נישטיאונטער. נאר באלד דערמאנט ער זין, ער גע• פינט זיך שוין אויף א פרײערע טעריטאריע, הגם דער װאגאן איז נאך א דײטשער. - דער גײסט, דער פרײער, דער גרויםער מענטשלעכער גײסט, ליגט איצט אין דייטשלאנד א געבונדענער. נישט נאר פאר יידן אױ עס א גיהנם-לאנד, נאר אויך פאר די דײטשן גופא. אויסעו, פארשטײט זיך, פאר די היכלצד-מקורביפ. - װי האט איר זיך נעפילט - פרעג איך - אין משך פון די היטלער-חדשים, װויגענדיק איןבערליןי - פיזיש, נו, װי איר זעט האט מען מיך נישט גצטשעפעט, אבער מאראליש האב איך מיטגעלעבט און מיטגעפילט דעם בראך פון דייטשן פאלק די צעשמעטערונג פון זיין גייםט און אויך דאס צעשטרן די שײנע ײדיש-קולטורעלע און ליטערארישע געװיקסן, װאס האבן זיך אזוי אײנגעװארצלט אין דײטשלאנד. און דובנאװ רעדט דא מיט הארץ: - עם איז געװען אין בערלין אן אמתדיקער קבוץ-גלױת פאר די שעפער פון יידישן װארט, אן אפרו-זוינקל פאר דער ײדישער אינטעליגענץ. דער שלום־עליכם״קלוב און אנדערע קלובן. דאס פארלאגס־װעזן. די פלענער, װאס האבן זיך געװעבט. בער־ לין האט געזאלט זײן א שטיק גײםטיקער צענטער פון ײדישן אײראפע. איצט ליגט דאס אלץ אונטער חורבות. אלע זענען זיך צעפארן. איך בין געבליבן אלײן און זיך געטרײסט מיט מיין ארבעט. איך האב זיך וױ בכיװן קאנצענטרירט אין מײן ארבעט, כדי זיך צו פארטויבן און נישט צו זען דאס אומ־ גערעכטיקייט, װאס קומט פאר אין דרויסן. - װאס זענען אײערע איצטיקע ארבעטן? - מיינע מעמוארן, דאס נעמט־צו מײן גאנצע אויפמערק־ זאמקייט. דאס איז דאך אײגנטלעך אויך מײן נעביט: געשיכטע. מײן אײגענע געשיכטע, אין װעלכע עס שפיגלט זיך אפ דעם אר ו ם און דער ביז איצט. - חוץ מײנע מעמוארן - גיט וױיטער־צו פראפ. דובנאװ, - פארנעם איך זיך מיט רעדאגירן די איבערזעצונגען םון מײנע שריפטן אין פארשידענע לשונות, דער עיקר רעדאגיר איך די איבערזעצונג פון... העברעיש. - מיט העברעיש -, באקלאגט זיך ש. דובנאװ,-איז איצט נישט אזוי גלאט. איך האב צרותאוןצער דערפון.אין פאלעםטינע האט זיך איצט געשאפן אן אמתע דור־הפלגה־שפראך, א ושארגא־ נױירטער העברעיש. די אן א צאל ״נײע״ װערטער, װאס זענען צוגעקומען האט זיך נאךינישט צונויפגעקאכט מיטן אלגעמײנעם לשון פון דעי־ געשיכטע. העברעיש איז איליטערארישע שפראך, אן אלטע מליצה־שפראך. זי נידערט איצטער אראפ פון איר לשון־?. ם?אך 1 ש$װ? מים ש. דובנאװ איז אלזא, דער לעצטער מאהיקאנער פון יידיש-ליטערארישן בערלין, פראפ. ש. דובנאװ איז אריבער די דייטשע גרענעץ, און בעת איך שרייב די װעו־טער אין א שאװלער האטעל, טראגט ער זיך נאך אין צוג אויף דער ליטװישער טעריטאריע. ״אין ריגע, אין קאװנע, האט מען געװוסט, אז דער גרויסער היסטאריקער מוז אינגיכן פאילאזן בערלין. מיר האבן זיך פאר״ געשטעלט, וױ שװער עס װעט אים זײן זיך אװעקצורירן פון זײן שרײב-טיש, בײ װעלכן ער איז אין משך פון לאנגע יארן געזעסן, פארענדיקט, געשאפן און אנגעהויבן זײנע װעיק. ווער פריער, ווער שפעטער מען אױ זיך צעלאפן. דובנאװן האט דער גורל צוגעטײלט צו זײן כמעט דער לעצטער. עם איז נאך דארט גע׳ בליבן ד. טשארני, נאר אין איצטיקן מאמענט איז ער שײן דארט אויך נישטא. י. ראזענבוים פון ריגע האט דורך דער איניציאטױו פון ש. דובנ$*ד מיש זײן ״רוי ״האיאס׳ זיך באמיט פאר דעם בארימטן זקן אן ארײנפאר• װיזע. עם איז אים געלונגען. לויטן חשבון, האט שוין דובנאוז לאנג געדארפט האבן פארלאזן דײטשלאנד. מען איז געװען בא■ אומרויקט. מען האט אויך פארשטאנען די סיבה: אפשר איז אים פארט א שאד ױךיצורירן פון שרײב-טיש. א היםטאריקער איז נישט קײן פאעט, װאס נעמט מיט זיך מיט די מוזע און שרײבט װו עס לאזט זיך און װו עס מאכט זיך. דער שרײב-טיש פון א היסטאריקער איז א ײארשטאט. דער קאבינעט איז א פאבריק-צימער. מען מוז אנקומען צום געצײג: ביכער, ארכיװ־מאטעריאלן און פארצײכנונגען. אװעקנעמען א היס• טאריקער פון זײן שרײב-װארשטאט - הײסט, אים אפרײסן פון זיין ארבעט און ערגעץ אנדערש איז נישט אזוי לייכט, אזוי גרינג איינצופאסן זיך און זיך אײנשאפן די נויטיקע מעגלעכקײטן װײטער צו ארבעטן. האט מען פארשטאנען, פארװאס דער היסטאריקער לעגט אפ זיין ארויספאר, נאר געשראקן האט מען זיך. און הײנט*, אזא צופאל:* איך פאר פון מעמעל קיין שאװל. אין ראדאװילים דארף איך בײטן דעם צוג, װאם גייט אין דער ריכטינג קיין ריגע. דאס מזל װיל, איך זאל אריין אין א װאגאן, װאס גייט דירעקט פון בערלין. אין קארידאר קומט מיר א קעגן א באקאנט פנים, װאס איך האב נאך קיינמאל פערזענלעך נישט געזען, נאר כ׳קאן גוט פון דייאן א שיעור בילדער אין רעפראדוקציעם. *א שמאל פנים, װאס פארלענגערט זיך פוך-װײס מיט א פארונדיקטע קירצע בארד. איך קוק זיך איין, און דאס מילדע און אנגעשטרענגטע