Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 35 (1.9.1933)
- Date
- 1933-09-01
- Page
- Seite 558 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804843--08762-4803749- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נום. 35 ©58) זייט 558 פין פרײד דאם הארץ אין מיר. די טעותן אין אכזריות, װאס זע• נען דערביי באגאננען געװארן״ װעין, האבנדיק אין זינען די מענטשלעכצ; אטור, אין לצצטן םך-הפל, היסטאריש באגריפן און פארשטאנען. איך שטרײך אונטער: סך-הפל און היםטאריש.- אבער װאם האט איבערגעלעבט דער געוױינלעכער יחיד אין אט דעם גרויםן געראנגלז און װאם האט איבערגעלעבט דער אומ- גצװיינלצכער יחיד, דער רעװאלוציאנער, דער גרויסער פירער, דער מענטש פון גרויסער אחריות?*- - בלוט װערט פארגאםן. מעג מען בלוט פארגיםן? נײן, מען טאר נישט; אבער מען ימוז. מען פארגיםט. װער פארגיםט? דער גואל אלײן. איז ער גליקלעך, דער גואל? און - צי קומט אים גליק? דארף ער אלײן מיט גארנישט טאקע באצאלן? קען ער, דער גואל, נאכדעם װי ער האט געמוזט צוליב דער גאולה עובר זײן אויף דאס העכסטע: מארדן, ארונטערהאקן קעפ, - קען ער נאכדעפ רוהיג פארזעצן זיין לעבן? אדער, אפשר, פילט ער, אז פדי גאולה זאל זיין פאלקאם, ריין, פלו זכאי, טאר ער נישם בלײבן צופרירן זיצן אויף זיין גדולה-שטול, נאר דארף דורכפירן דעם העכםטן אקט פון געװיסן און אחריות, און מיט ליכטיקע אויגן גיין אנטקעגן זיין לעצטער שעה, אדער זיין נייעם גלות? און מיט אט דער שעה דערהױבן די גאילה צו איר העכסטער מאראלעריהויך.- צי איז נישט א פאקט, אז א״ע גרינדער פון רעליגיעם, אלע אײפהויבער םון אײפנטאנדן און געשיכטע, ענדערער, װאס האבן געמוזט גיין איבער םענטשלעכע קערפע־ס און טונקען זיך אין בלוט, - צי איז נישט א פאקט, אז זיי זענען אלע אומנע• קומען, נ י ש ט ז ע ע נ ד י ק דאס לאנד פון זײער האפנוננ? און צי איז נישט פאראן אין זייער אומקומען אקוראט אויפן שװעל פון דערגרייכטן לאנד, - א נרויםער מאראלישער זינען, א טרא- גישע שיינקייט, וואם נאר דער נדענטש האט צו דעם זיכה געװען אין דערגאנגען דערצו?י צי איז דאס נישט דער העכםטער זינען פ ן מענטשלעכן גורל, פון דער גאנצער מצנטשלעכער געשיכטע? משה האט אומגעבראכט צענטליקער טויזנטער ײדן אין דע־ מדבר, ער האט מיט דע־ הילף פון שבט ליי געשניטן קעפ אײף רעכטס און ליינקס. ער האט געפירט דאם פאלק און דערפירט ביז דעם צוגעזאגטן לאנד. אבער אליין איז ער נ־שט אריין. גע- שטארבן ביים שװעל. אפילויקײן קבר פון אים נישט געבליבן. פון אויבן אויף איז עם שרעקלעך. אבער אז מען טראכט זיך אריין, גײט עס אײף גאר װי א ליכטיקע גערעכטיקײט. אים האט נישט געקומט ער זאל אריינגײן אין לאנד. ער האט באדארפט באצאלן פאר דער פריװילעגיע צו זיין א גואל און אן איינשטעלער פון מענטשלעכצ לעבנס. און מיט װאם האט ער אנדערש געקאנט באצאלן, אויב נישט מיט דאס העכסטע - מיט זיין לעבן? ער איז נעשטארבן שטיל. און מיט שטילקייט סקבל געװען זײן גורל, מיט שטיליקײט און הסבמה. עס מאכט נישט אוים װאס ער האט געװײנט ביים שטארבן. דאם װיינען איז אויך געװצן הסכמה. משה קומט אום. צום װיינשטאק און פייגנב1ים שפאנט יהושע בן נון, דער נישט איינשטעלער נאר דער אנגעשטעל- ט ע ר. דער אײנשטעלער ב ר ע נ ג ט גאולה, און ג יי ט א װ ע ק. קומט אום. מוז אומקומען. דער אנגעשטעלטער נעמט און בלייבט. * און אט שטעכט די אוינן אן אנדער פאקט: פעלקער װערן באפרייט, גיעװען אונטערדריקטע, פארשקלאפטע, און זײ װערן באפרייט. װערן זעלבסטשטענדיקע מלוכות. און אט װערן זיי אדײן אונטערדיקצר. זייערע כורמעם װערן םול מיט געפייניקטע, מיט נייע מורדים. אין טורמע שטייט דער תליון און פייניקט, און דצר גואל הײסט פײניקן נאך. איז דען נישט איבערצײנט דער פריערדיקער דעװאלוציאנעיר און היינטיקער דיקטאטאר, אז ער איז א גואל? איז דען נישט איבערצייגט מוסאליני, אז ער לײזט אוים זײן פאלק? איז דען נישט איבערצייגט היטלער, אז ער קומט ראטעװען זיין לאנד? שפילן זיי דען נישט אין דער ויע״ט די ראלע פון א משיח בן יוםף? און דער קרבן - דער שטילער, דעיר אמתער - לינט אין ענויים װידער און וױדער. מענטשלעך. װייל מענטשלעך מיינט - טראגיש, און פארפליכטעט צו אקטיװער מיטפאראנטװארטלעכקייט. איך בין אבער געקוםען צו דער איבערצײגיגנ, אז מען מעג עס טאן <סײדן װען עם גיט זיך נישט אײן, בכלל, קינסט- לעריש;, - וױיל די משיח״געשטאלט, װי עס איז אויםגעטראגן געװארן אין דער פאנטאזיע פון פאלק, איז די מענטיש־ לעכיסטע פון אלע מיטהאס געשטאלטן, װאס זענען װען גע־ שאפן געװארן, און אויך די רעװאלוציאגער־װירקנדיקסטע גע־ שטאלט. משיח איז דער צענטר פון רעװןןלוציאנערער בענקשאפט, װאס איז דא אין פאלקס־מענטש. - בענקשאפט נאך אקטיװער גאולה. משיח - די שאפונג פון א ליידנדיקן און לעבנסאקטיװן פאלק, - איז אפגעגעבן צו זײן אײגענעם גורל. ער איז נישט, װי יעזוס, קייןיגאטס זון. און אפ־לו נישט װי משה, װעלכער חאט אין זיין גאנצער מענטש־עכקייט דאך געהאט געטלעכע סיימנים: שטראלן איבערן שטערן־, אין זײן גאנצן גורל, משיחס, מישט זיך גאט קיינמאל נישט אריין. אין אלע לעגענדן און מעשהס, דוכט זיך מיר, חערט משיח אויפגעפאסט נאר װי א גע־ שיכטלעך־גורלדיקע, מענטשלעך־געזעלשאפטלעכע, נאציאנאל־או- ניװערסאלע פיגור. יגאט גיט אויף אים, לויט דער לצגענדצ, פון ערגעץ אכ־ טונג, אבער נישט מער װי דאס. ער קומט נישט צו אים, ער באװייזט זיך נישט פאר אים, ער פארלײכטעט אים נישט זײן אייביקן מדבר־עלנט. ער האט מיט אים נישט קײן שוס שייכות. אין בעסטן פאל איז ער צו אים װי א נאטשאלניק צו זײן אײ- ביקן ארעסטאנט. און ער אליין, משיח, בענקט נישט נאך גאט, נאר בענקט נאך דער װעלט, נאך מענטשן. דעריבעיר דוכט זיך מיר, או איך האב א רעכט צו אפרייםן אין גאנצן די משיח־געשטאלט פון דער גזטלענקײט, און פרובירן פארקערפערן אין אים אויך הײנטװעלטיקע גאולה־טראגיק. מיר אלע, און זיך אלײן קען איך אײך ברענגען פאר אן עדות, װען מיר האבן ײנגלװײז געחלומט און געװארט אויף משיח בן יוד - האבן מיר, קודם בל, געזען אין אים דעפ, װאס װעט קומען זייך איינשטעלן פאר אונז, אננעמען זיך אונזער קרייװדע, אויםלײזן פון גלות, ראטעװען די װעלט פ־ן קנעכטשאפט און הערשאפט, איבערמאכן די װעלמ, - די גאנצע ודעלט, אפ־ שאפן רײך און ארצפ, אפשאפן מדחםות; מיר האבן געזען אין אים דעם רעװאליוציאנער־אקטיװן אדם השלם. נישט גאװהדיקער אויבערמענטש,'נאר יגאנצער מענטש, - דער, װאס, האט אין זיך די מעלות פוין גוטסקײט, פון שצםעװדיקײט, באשײדנקײט, שטילע אינערלעכע שײנקײט, און מער פון אלץ - א טיפסטן, טיפסטן חוש פון אתרױת. אחרױת פאר אלצ מענטשן און פאר אלע מעשים; אפילו פאר מעשים, װאס נישט ער, נאר אנדערע האבן באגאנגען. אין דערועלבער צײט האבן מיר אים, אין ליכט פון קע־ גנװארט, געזען װי א פארטריבענעכ אייביקן מארטירער. איינער, װאס זיצט אין דער מדבר צוגעשמידט צו א קייט, צװװנדיקט, הוינגעריק, דארשטיק, אין בענקשאפט און עלנט. קײנער קומט אים נישט טרײסטן. װען נישט װען קומט צו אים אליהו, אן אלטער, א נעבויגענער, שוין גאר א בלינדער, װערט געיװיר צי ער איז דא, און גײט אװעק. אויף אזא אופן װערט משיח אי דער צוקונפט-מענטש - דער מענטש פון כלו זכאי - װעלט־געװיסן, אי דער געגנ־ װארט־מענטש, װאס איז װי דער שאפער זײנער - דאס פאלק, - פארטריבן, פארלאכט, פאיפײניקט - װעלט־ארעםטאנט. װעלט־ארעסטאנט דארף װערן װעלמ-גואל. און אין סך- הכל: גאולה. די װעלט װערט אויסגעלײזט, און דצר גואל אליין- װערט ער אויך אויםגעלײזט?- אט דא בלײב איך שטײן און פרעג און זוך אן ענטפער. און װיל איםי געפינען. אוז עס גיבן זיך א שאט פראגן און אי־ בערלעבונגען, װאס לאזן נישט רוען קײנעם פון אוגז, זינט מיר נעמען אנטײל איין דעים לעבן פון דער װעלט און אין דעם לעבן פון אונזער דור, - דור פון פעלקער פארמירונגען, פון גרויסער מלחמה און נאך גרעסערער װעלט־געשעעניש - די סאציאלע רעװאלוציע. די סאציאלע רעװאלוציע, פון איר ערשטן טאג פון איר אויפקומען אין סאװעט-רוסלאנד ביז הײנט, מאכט אויפציטערן