Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 34 (25.8.1933)
- Date
- 1933-08-25
- Page
- Seite 548 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804842--08751-4803739- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 34 (1585 זייט 548 אהרן ם^רק / 77י?נע פאדטדעטן פון ײדישע שדײפעד באטאשאנסקי גיט אויף מיר א פײצרדיקן קוק — םעשה הײםער חסיד אויף א קאלטן ליטװאק: — װאס הײםט, כ׳װעל זײן אין װ-לנע און נישם זען א ל ע אונזערע שולן? בעת איר לײענט זײנע ״פארטרעטן׳, זעט איר בפירוש, אז דעד מענםש האט פאקטיש געלײענט אלע שדײבער, װעלכע ער פארטרעטירט. און נישט נאר שולן מיט שרײבער מוז ער זען, נאר דװקא אלע שולן מיט אלע שרײבער און בכלל אלע ײדישע קולםור־אויפטוען און קילטור-אויפטוער. ער פארמאגט די טיפע נײגעריקײם פון א קינסטלער און די רירעװ״ דיקײט פון א זשורנאליםט. ער איז א מענטש מיט אימפעט, װי ער דריקט זיך אלײן אוים װעגן זיך, (א טבע פון א פארםרע־ טיסט - כמעט אין יעדן פארטרעס געפ־נם ער א פרײען ארם ארײנצושטעלן זיך אלײן, לאז זײן כאטש מיט א חן־פינטעלע!), עי־ איז א מענטש פון אימפולס און האט פײנט צו שעפן הנאת אץ באנײסטערוננ פון א דריטער האנט. אדרבד., ער איז שםאלץ דערויף, װאס ער קאן זיך באגײםטערן, אזוי־צו־זאנן, פרױואט, מיט א פערזענלעכער באנײםטערונג, אן כלל־פארמיטלוננ איץ אן קאמענטארן. בעת ער שרײבט װעגן ש. ניגער, אז ער, ניגער, קאן קוים שמײכלען, אבער נישט לאכן מיטן פולן מויל— פארגעשט ער ווידער נישט אן זיך אין גיט א זאנ מיט אימ־ פעט נישט מער און נישט װײניקער: ״איך װעל נישט אװעק- געבן מײן קענען לאכן מיטן פולן מויל — פאר זײן קאנען טיף באנעמען זאכן. איך קאן אזוי לייכט הנאה האבן פץ אביסל שײנקײט און חכמה, און ער מוז אזוי שװער הארעװען םיטן מוח, ביו ער קריגט דאם ביםל הנאה.״ דאס, װאס ב. האט באטראכס פאר א מין שליחות, האט געלאזט געװיםע סימנים פון צעשויבע־טקײט אין סטיל. אסאל א געװיםע נאכלעסיקײט, אמאל װידער א נישט־געשליפנקײט. באטאשאנםקי גע־ערט בכלל נישט, דאכט זיך, צו די גלאט- שרײבער, און אט די געװיסע נישם-געשליפנקײט גיט ערטערװײז צו די ,פארטרעטן״ עכטקײט און אויפריכטיקן אויסדרוק. און אויפריכטיקײט, װאס דערגײט ביז מוט, פעלט נישט בי-םא־ שאנםקין. איר מעגס מיט אים נישס מסכים זיין, אבער איר מוזט מודה זײן, אז ער איז אויפריכסיק און ער באמיט ויך זייער צו זיין אביעקטױו. זײן םסיל איז אין א היפשער מאם א פאלעמישער, און אין א סך פאלן װענדט ער אפ און פרעגט אפ כר..גן, װאס ער שסעלט אלײן אין עמעצנס נאמען. ער האט זיך זײן אײגענעם מעטאד ביים אפשאצן א שרײבער. ער אינטערעסירט זיך מיט יעדן שרײבער באזונדער, אבער ער זוכט ארויסצוגײן פון אים צו דער סביבה, צו דער ליטעראטוד און צו דעי ײדישער קולטור בכלל. עי פרוװט אפילו איבער- װארפן בריקן און װיל אנרעגן עלטערע שרײבער (עלסערע לויט זײער ארט שרייבן און אידעען — נישט לויט די יארן) מים נײע אידעען און קולטור־פאטאס. ער מאנט בײ יעדן שרײבער זײנע אינדױוידועלע אײגנשאפטן, זײן אײגנארט; אבער זײן אלגעמײנער צוגאנג — נישט נאר צו ליטעראסור בכלל, נאר ־ד ׳ ז צו יעדן שרײבער באזונדער — איז, אזוי-צו־זאגן, א קולטורים• טישער צוגאנג. צװישן די צװײ כמעט-שיטות אין יידישיזם, װאם אײנע זאגט, אז מען דארף דערװייל נישט צו שארף קריטי- קירן, נאר אדרבה, צוטוליען און צערטלען אלץ, װאס איז ײדי- שיסטיש און ײדיש (שיטה םון זלמן רײזען א״אנד), און די יעקנ •*סןסןנםקי■ •ןרסרעסן םון ײד־שע זר״■ עער. *רויסגעגעען רורך די ״ייסערן-יסע!יעסער״^ װערסע, 1933. דאם אנשרײבן א רײ פארטרעטן פץ ײרישע שרייבער האט י. באטאשאנםקי באטראכט פאר א מין םפעציעלער שליחות. לא די, װאם ער האט אין םשך פון אײן רײזע באשריבן צענד- ליקער שרײבער, — באדו־ערט ער נאך אין זיין פאר.יוארט, למאי ער האט נישט אריינגענוסען אין בוך ארײן אלע ײדישע שרײבער פון אייראפע, אזיע און אמעריקע. אנדערע האט ער בעת זײן רײזע נישט געזען — און ע־ שרײבט נאר װעגן די, מיט ױעלכע ער האט זיך געזען און האט פארבראכט און גע- האט אזױ-ארום די מענלעכקײט אויפצוכאפן, מעשת־מאלער, זײער ,פארםרעט״; אנדערע װידער - די פון ראטנרוסלאנד, א שסײגער, אדער פון פאלעטט־נע — האט ער נישט ג ע ק א נ ט זען, און ער קלאגט טאקע: .א סך לײדיקע פלעצער זענען געבליבן אין מײן גאלעריע״, אץ ער ט־ײשט זיך: ,אפשר װעט מיר אמאל געיאטן צו מאכן נאך א ריױע און קאמפלעטירן מײן אנגענעמע ארבעט״. באטאשאנסקים ,פארט־עטן״ האבן אלע געהאט דעבעדיקע מאדעלן — נישטא בײ אים קײן אײן צוגעטראכטער פארט־עט. די פערזענלעכע באר־רונג םיט יערן שרײבער גיט צו א סך פרישקײט און אקטואליטעט. באטאשאנםקיס פארטרעטן שטיצן זיך קודם־כל אויף פערזענלעכע שמ!עשן. זײ דערקלערן נישט אלעמאל דעם שרײבער און זײן שאפינג, אבער זײ זענען אלע׳ מאל אשליסל צו פארשטיין דעט שויייבער אדער א מיטל צו פארשט־ין אים בעסער, צו זען אים העלער. זיי אנטפלעקן דעם ש־ייבער אין זײן איצ-יקן מצב, מיט זײנע נײע געדאנקען און אידעען-געראנגל, אין אויב זײ װארפן א רעט• ראספעקטױזן שײן אויף זײן שאפן, איז עס בעיקר כדי צו קענען בעסער פארשטײן — און אײך געבן צו פארכטײן — דעם הײנטיקן אמתן פרצוף פון די ײדישע שרײבער, און דורך זיי, דורך די שרײבער, דער פרצוף פון דער יידישער ליטערא- טור בײם הײנטיקן טאג אין איר גאנצער פארשידנארטיקײט. באניצנדיק זיך מיט באטאשאנםקיס שטײגער ארײנצופלעכטן אין זײנע פארטרעטן מעשות מיט עפיזאדן, װיל איך דא דער־ צײלן אזא מין עפיזאד: איך האב זיך באקענט מיס י. באטאשאנסקין אין װילנער יידישער רעאל־גימנאזיע, אין װעלכער איך ארבעט. ב. האט גע• בעטן, מען זאל אים צוזאמענב־ענגען מיט די שילער. ער האט פאר זײ געהאלטן אן אינטערעסאנסן פארטראג װעגן ארגענטינע, געענטפערט אויף פארשידענע פראגן — און מיר האט זיך גע- דאכט, אז ער האט עס שוין, לפחות אויף דעם טאג, איבער• גענוג, אזוי האבן אים די שילער אויסגעמאטערט. ערשט ער רופט זיך אן צו מיר — ער װיל גיין אין דער צװײטער יידי- שער גימנאזיע (פון ם. מ. גורעװיטש). מיר קומען אהין — דארט ווידער דאס זעלבע. ער בעט מיך צוגײן מיט אים אין דער לײזער־גורעװיטש-שול, דאן אץ דער שלום־עליכם-שול און דאן... — װײזט מיר די איבעריקע שולן, — זאגט ער — כ׳האב נאך נישט געזען אלע ײדי&ע שולן אין װילנע. — װאס טויג אײך — זאג איך — זען אלע יידישע שולן אין װילנע? אפשר גענוג, אז איר װעס זען אײנע, צװײ...