Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 33 (18.8.1933)
- Date
- 1933-08-18
- Page
- Seite 535 (sequence 11)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804841--08737-4803726- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײם 535 ליטער#רישע בלעטער נומ. 33 (584) זיײם?,,/ / װ$קש% די ״זשידלעם״ םוז ״װיאדאנלאשטשי ליטעראציזיע״ װי בכלל איע חניסהדיקע מאשקעװאטע זשידקעס - איז דאס, װאם די אנטיסעמיט־שע שרײבער אנערקענען זיי ניעם םאר קײן כשרע פאלאקן און פארשרײען זײ,' בײ יעדער געלעננהײט. אלם ײדן. אט דאס, זעט איר, קענען די םלאנימסק־ס און די גריצ־ הענדלע^ם נישט פארטראגן. אט דאס בריט זײ און בראט זײ. און פאר דעם דאזיקן ״בלוט־בלבול׳, םאר שרײבן אויף זײ, אז זיי זעיען יידן, פאר דעי־מאנען ז־י זייער ײדישע אםשטאמונג, זענען ז י גרײ.ז צו קעמזן ביזן לעצטן טראפן בלוט. און זיי װערן זיך טאקע מיט הלנט אין מיט פים, און זיי זידלען מיט שוים אייף די ליפן נישט נאר די, װאס װאנן זײ, גופא, די ״זשידקעס׳. פארצוװארפן, אז זײ זענען ײדן, נאר זיי גיסן אויך אוים זײער נא:צן כעס אײף ד-י קעפ פין די,'װאס זוכן בכלל אומעטום, לויט דער אנט־םעמיטישער געוװינהייט, יידישע נעז... איז װאס־זשע טוען ײ ״זשידקעס״ םונם פוילישן ליטערא־ טור־ארגאן? י זײ צאין אפ די ענ־עקעס מיט דער זעלבער מטבע: - איר זאגט, אז מ י ר זענען ײדן, טא זאנן מיר, אז איר זענט גאר יידן... װארום אז צו זיין א ייד איז א ח־פה, א פארברעך - דערין זענען די ״זשידקעס״ םין ״װיאדאמאשטשי ליטעראצקיע מסכים םיט די אנטיסעמיטישע ״איידעאלאגן׳ פון ״םישל נאראדאװא׳... און די ״ױ. ל.״ װאיפט-פא־ די ענדעקעס, הלמאי אין ״מישל נאראדאװא׳ איו געװען געדרוקט א װארעמע נאטיץ װעגן פדאגצישעק' הירשבערג - הערט און שטוינט: א ײדישער נאמען - הירשבערנו און דעיביי קאיגט נישט דער פוילישער ליטעראטור־ ארנא[, װו עס באטייליקן זיך יײן און האלבע-ײדן, אײף שײט אין טייט, אינם דערמאנטן ארטיקל צו רעדן װעגן דער ״יידישער חוצפה׳ (״הוצפא זש־דאװסקא׳) און װעגן ״זשארגא[' <פאר ויי איז נאך ײדיש אלץ א זשארגאן!) און װעגן יידלעך (״זשידקי׳, בלשון ״חיבה׳...) אבער דאס אלײן װאלט אונז קנאפ־װאם געארט. זאלן זיי! און זאל אונזערס איבערגײן! װאס עס װילט זיך או:ז אבער דא אונטערשטרייכן באזונ־ דער איז דאס, װאפ דער דאזיקער ״זשידקעס׳־ארגאן האלט זיך אײס עפ׳י רוב פין יידיש געלט, פון ײדישע לייענער. ס׳אױ כאראקטעריםטיש: אינם זעלבן נומער (33ו פון ״װ. ל.', װו עם א־ז געדרוקט דאם חױקדיק־אנטיסעסיטישע איטיקל װעגן דער ״יידישער חוצפה׳ און װענן ״זשארגאן׳, לייענען מיר א רשימה פון די אבאנענטן םון ״וײאדאמבשטשי ליט.', װעלכע האבן געױונען די פרעמיע פונם דאזיקן בלאט פאר איינצאלן פארוים פאר א קומענד־קין קװארטל דעם אבא:אמענט-פרײז. דאס זענען. הייסט עס, די מהדרין מן המהדרין די באזונדערס־פלייסיקע אין גשטרייע לייענער פונם ארגאן, װו מען שפאט און מען חױקט פון יידן אין פין יידישן שאפן, וװ מען איגנארירט און מען שװייגט טײט זינט יארן די ײדישע קולטור־דערגרייכונגען. אין אט געפינען מיר צװישן די פאר מהדרין אזעלכע כשרע פײלייש־קאטײלישע נעמען, װי: אוטשילער, אמײזען, אסטער־ בלום, באראן, ביבער, חלפן, ציגעלמאן, דוטלינגער, ערדבערג, פאגעלנעםט. םרידבערג, גלאם, גראמאן, הערמאן, קאן, לאנדוי, מעלואק, ליטויער, לוסטהויז, נוסבוים, ראזענװאסער, ראטשטיין, ריגעל, שארף, שטעגעמאן. װאקםמאכער, װיינטאל, װינטער א. א. אט־דאס, זעט איר, א־ו די שאנד און די ציה! אט־דאס קריכן דװקא אהין, װו סען שפייט אויף אונז, װו מען מאכט פין או:ז חוזק־חזקות - אט דאס איז א װייטיק נישט צום אריבערטראגן: פאנד פאד די ״ליט. בלעטער׳ י ו ם ף ר א לג י ק (גױ׳יארק) — 3 .דאלאכ. אז אונזערע שכנים קענען אונז נישט, אז זײ פארשטײען אונז נישט און וױיסן גארנישט אדער כמעט וױ גאי־נישט װעגן אלע אונזערע ראנגלענישן אוןידערגײיכונגען אויפן קולטור־ געביט - דאס דארף מען דאך נישט קוסען ערשט דערציילן. דאס װײסט דאך שוין בײ אונז, דאכט זיך, א קינד אין וױג. אבער, אז די הויפטשולדיקע אין דעם דאזיקן מצב זענען נישט די אמתע פאלאקן, נישט די אמח־פוילישע שריפטשטעלער און קולטודיטוער,'גאר דזוקא ״אונזעריקע/ דװקא ײדן אדעי געיוע־ זענע ײדן - דאס װייםן שוין נישט אלע. דאם דארף מען זיך שוין קלאר מאכין. אמת, זײ, די דאזיקע ײדן, זענען טאקע קײן ײדן ניש״ט, זײ זענען בלויז ״זשידקעס׳, מאשקעם־חונפים, װעלכע שפײען זיך אלײן אין פנים דורך דעם, װאס זיי שעמען זיך מיט... זיך אלײן, מיט זײערע עלטערן, מיט ז־יער אפשטאם. אבער דערפון װערט אונז אויף א האר נישט בעסער און טרײםטן זייך דערמיט איז אװדאי נישטא װאס', װארום אט־די ״זשידקעם׳ אונזערע זענען עם די, װאם דערלאזן נ־שט, אז אונזע־ע שכנים זאלן זיך נעענמער באקענען מיטיאינזער לעבן, םיט אונזערע שיטרעבונגען און וױיטיקן, מיט אונזערע באדערפענישן און פא־ דעױנגען. זײ, די דאזיקע ״זשידקעם׳, זענען עס די, װאס דער־ לאזן נישט, אז די דערגרײכונגען פון דער מאדערנער ײדישער ליטעראטור, זאלן כאטש אויבן־אויפיק אפגעשאצט װערן דורך די םארשטייער פון דער פוילישער גײסטיקער עליטע, זײ, די דא־ זייקע ״זשידקעס׳, די םלאנימסקיס און די טײוימם, מאכןיאױעק מיט זײערע צינישע ביטול-שמײכעלעך דאם אלץ, װאס םיר האבן, דורך פײן און דורך לײדן, געשאפן אין משך פוןי לאנגע יארן און - מען דארף האבן דעם מזל און די נםים פון א שלום איש, אז מען זאל איבעיר די קעפ םין אט־די משומדים און נאך־ערגער־װי־משומדים, זיך דורכרײםן צוידער אויפמערקזאמ־ קייט פון דער אמת־פוילישער ליטערארישער װעלט. א ביז־גאר מיאוסע ראל א־ן אט-דעם גאנצן פאר-או:ז־ טראגישן ענין שפילט דער פאעולערער פוילישער ליטעראטור־ ארגאן, די גדויסע װאכנשריפטי ״וױאדאמאשטשי ליטעראצקיע׳, װאס װערט ארויסנעגעבן דורך דעם ״זשידעק׳ גריצהענדלער־ גרידזעװםקי, ביי דער נאענטסטער מיטארבעטערשאפט פון אנטאני סלאנימסקי, דעם אײניקל פונם אמאליקן רעדאקטאר און ארוייס־ געבער פון ״הצפירה׳ חײם זעליג סלאנימםקי. װעגן די ״װיאדא־ מאשטשי ליטעראצקיע׳ איז שוין נישט אײנםאל געשריבן גע־ װארן, עס איז שוין אנגעװיזן געװארן דערויףי, אז די דאזיקע ״אפיציעלע צײטונג פון דער פייליישער ליטעראטור׳ נאטירט אלע דערשײנוננען אין דער ליטעראיישער װעלט, אין אלע ליטעראטורן, חוץ _ אין דער ײדישער. איר געפינט דארט נרע־ םערע נאט־צן און אפהאנדלו גען מכוח דער ליטװישער ליטערא־ טור, מביוח דער בולגארישער און מכוח דער רומענישער, אבער מכוח דער לימעראטור אויף יידיש, װאס װערט געשאפן בײ אזעלכע אויםערםט־שװערע באדינגונגען, ביי אזעלכע א־בער־ מענטשלעכע אנשטרענגונגען װערט מיט קיין אײנציק װארט נישט דערמאנט. פארקערט, ביי יעדער געלעגנהײט װערט נאך װ1יל- ײנגעריש געגעבן א בריקע מיםן פוס, װערט אפנעשפעט און אפ־ געחוזקט אויף א נידערטרעכטיק־צינישן אופן.' אט לייענען מיר אין איינעם פון די לעצטע נומערן ״װיא־ דאמאשיטשי ליטעראצקיע׳ <נומ. 33) אן ארטיקליא. נ. ״לאמיר זוכן ידעם ײד׳. דאס איז כלומרשט א פאלעמיק מיט די אינטי־ סעמיטישע ענדעקעס און מיט זײער ארגאן ״מישל נאראדאװא׳. אינדעראמתז אבער שיידט זיך דאס דאזיקע ארטיקל במעט מיט :ארנישט אונטער פון די הונדערט־פרא״צענטיקע אנטיםעמיטישע העצערײען פון די ענדעקישע בלעטיער. די ״זשידקעם׳ פון ״װיאדאמאשטשי ליטעראצקיע׳ פאלעסיזירן נישט מיט די עידע־ ־,עס דערפאר, װאם זיי, די ענדעקעם, זענען אנטיסעמיטן, זאא־ ׳אנישע יידן־פרעיסער. דאס, זעט איר, ארס זײ גראד נישט. און יגיליבן ענדעקישן אנטייסעמיטיזם װאלט זיי נישט אײננעפאלן אײנצורײםן מיט בשרע פאלאקן. װאם עם פארדריסט אבער אזוי יסטארק די ״זשידקעם׳ םון די ״װיאדאמאשטשי ליטעראצקיע״ -