Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 33 (18.8.1933)
- Date
- 1933-08-18
- Page
- Seite 534 (sequence 10)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804841--08736-4803725- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נום. 33 (484) זײט 534 פיל איך, אז דאס ברױט צעפאלט אץ מיינע הענט אין ברעק• לעך, שיט זיך פאנאנדער דורך מײנע פינגער אויפן ברוק. איך פאל צו צו די שטײנער און הױב אן מיטן מויל צו זוכן די ברעקלעך, אבער די ברעקלעך זינקען אין ברוק. איך דריק די ליפן אלץ שטארקער צום ברוק און דערפיל, דאם ער איז הײם און װײך. עס א־ז נאכט. אלע שלאפן. איך ליג אויפן בױך. אין מויל האלט איך פארביסן א שטיקל קישן. פון חלום בין איך זײער פארמאסערט און אויסגעשװיצט. איך דערפיל, אז דער בויך קראמפט מיר, איך קנעט מיט בײדע הענט דעם בויך. װײלנװײז דוכט זיך מיר, אז עם װערט יפין דעם גריננער, װײלנװײז, אז עס קראמפט דערפון נאך מער, עס װילט זיך מיר א קרעכץ טאן. מיר דאכט זיך, אז װי נאר איך הױב אן צו קרעכצן. װעט איבערגײן, אבער איך בײם דעם קישן, איך דארף נאר אײן קרעכץ טאן - כאפן זיך אלע אויף״ ז (ז. 241). און אט ראט איר א םצענע, װי אזוי לײבקע—דער הויפט• העלד פץ די ,גרויזאמע יארן״, אין װעמענם נאמען עם װערט געפיוט די דערצײלונג — װי אזוי לײבקע מים זײן כאטן שטופן זיך ארײן אין א װאגאן, װאם איז שוין איבערפילט מיט די אזוי-גערופענע ,מעשאטשניקעס״. ,װי נאר די באן בלײבט שטײן — קעמף איך שוין ארײנצוקריכן אין װאגאן. איר זאלט װיםן, אז לאזן (פ־יער) ארויסגײן די פאסאזשירן, װאס דארפן אראפשמײגן — איז דער גרעסטער אומזין. דאן מעגסטו זײן זיכער, אז די װעט אװעקגײן אן דיר. דורך דער צװייטער טיר, דודך די פענכטער װעט מען גלייך פארנעמען די לײדיק געװארענע ערטער. דעריבער דארף םען גארנישט זארגן פאר די, װאס װילן אראפקריכן, נאר מען מוז זיך דראפען, װאם װײטער אינעװײניק, נישט נתפעל װערנדיק, װאס דארטן איז אזוי ענג. די, װאס דארפן אראפשסײגן וועלן עם מםילא טאן, מעג זיי אנקומען א ביסל שװערער און דעמאלט װעט װערן עםװאס גערױמען. און נאך א זאך איז זייער װיכטיק. דעם פאדערשטן פאר דיר טארסטו קײנמאל נישט שטופן אן א זײט, װארום פשוט ער לאזט זיך נישט און מען נארלירט אומזיסט צײט און מען קען נאך כאפן אין די צײן אױך און ױשרדיק איז דאם אויך נישט. דארפסט אים אלץ שטופן פארויס. עם איז מעגלעך. אז ער װעט זיך אלײן אראפגליטשן אן א זײט און דאן װעםטו זײן פריער פאר איס. אויב ניט — װעט ער זיך ארײנשטופן און דו ממילא מיט אים. שרײען דארף מען, װאס העכער און װאס מער. דאס איז גוט, כדי מען זאל דיך נישט דערשטיקן. און סתס. אז מען שרײט האט מען מער כוח זיך צו שטופן. שטופ איך זיך און שרײ ,פאפע, װײל איך װיל נישט פארלירן פאפאן און פאפא שרײט ,לײבקע״, װײל ער װיל מיך אויך נישט םארלירן. זען — זע איך גארנישט. אלע ארום זענען העכער םאר מיר און פאר■ שטעלן מ־ך. אזוי שטופענדיק זיך - באװעגן מיר זיך לאנגזאם פארוים. מיט אמאל דערפיל איך, אז איך שטײ. אז אלע שםײען. דאם איז דער בעסטער סימן, אז מיר זעיען אין װאגאן״... מײט 158—159). אט דער דאזיקע־ ביי קיינעם נישט געבארגסער הוםאר זװײל הומאר לאזט זיך בכלל נישט בארגן), אט דער דאזיקער גוטמוטיקער הומאר שיענגלט זיך דורך כמעט דורך אלע דרײ און צװאנציק קאפיטלען פון װידאנסעס בוך, װאס מאכט אים, דעם דאזיקן בוך, נאך פיל מער רײצנד און אפעטיטלעך. ♦ ,אונזערע פעק פילן ביםלעכװײז אן דאס פורל. די םאל• דאטן אמפערן זיך מיטן פויער, חשבונען, װי באקװעמער אלץ אויסצולײגן. — ,שטײט, עס װעט דאך נישט בלײבן קײן ארט פאר זײ גופא — גיט זיך א לאז צום װאגן דער קוכער פון פעלד• קיך און מיט אים אלע רוסישע סאלדאטן, װאס האבן זיך צונויפגעקליבן פון גאנצן הויף און נײגידיק נאכגעפא׳לגט דאס גאנצע בילד״. קווץ און גוט, די ברידער װידאנס האבן אין זײערע .גרויזאמע יארן״ <װי קיפניס און דראכלער) ,געםאכט פלאץ אויך פאר די כענטשן (װי דער קוכער האט באפוילן) און דאס איז אײנער פון די הויפס-פארדינסטן זײערע. עס געלינגט זײ די ברידער װידאנס, אײסצושטעלן אין זכרון נישט נאר די דרויםנדיקע דערשײנונגען און פאסירונגען, װאס האבן א טבע צו פערשװינדן אינאײנעם מיט די שאטנס זײערע, נאר אויך אפילו די טיף-אינטימע איבערלעבונגען פון הונגער או-ן דורשט, פון שדעק און פײן, װ;ס מען מוז זײ האבן אלײן פערזענלעך געהאט איבערגעלעבט, כדי צו קענען זיך אן זײ דערמאנען אט אזוי װי די ברידער װידאנס טוען עס. אט, למשל, האט איר דא א שילדערונג פון דורשט: ,פאפא געפינט זיך איצט <פאגראב>צײגי) אין א צװייטן ברעג קעלער. װו עס באראטן זיך אלע טאטעס, װי אזוי מען קריגט װאסער, כאכש װאסער מאנען נאר קלײנװארג, מאנען אן חכמות. איך מײן, אז די גרויסע װילן אויך טריגקען. אפילו די באבע, װאס האלט אונז אין אײן פארלייגן חלה, װאלט זיך אויך נישט אפגעזאגט פון א גלעזל װאסער. װאסער אין א רײנער געשליפענער גלאז. די גלאז איז זײער קאלט, װײל דאס װאסער, װאס פילט זי א; ביזן ראנד איז זײער קאלט. װאסער האט דאך קײן פארב נישט, אבער עם זעט זיך, װאסער איז אפילו גיט מיט דער צונג צו לעקן, װאסער דארף םען נישט קײן םך — אײן לעק און עס איז גענוג. איך װאיט ערשט אויםגעטרונקען אן עמער װאםער. פאר• װאס גיט מען פערד צו טרינקען פון עמער און מענטשן פון קלײנע גלעזערי (ז. 51). ~~ און שפעסער א ביסל: ,דאס װאסער האט מען צעטײלט. עס איז רעגן-װאסער. א רעגן איז ערשט געװען מיט עטלעכע טעג צוריק. די צײט איז דער טון װאסער געשטאנען אונמער דער זון. װי מיר נעמען עם אריין — שפייען מיר גלייך ארויס. עס שטינקט, עס איז פעט, עס האט א טעם פון צעװײקטן האלץ, פונדעסטװעגן איז אין א האלבע שעה שוין קיין װאסער נישטא. מיט צוקער און אן צוקער, זיך קרימענדיק, שפײענדיק, פארקװעטשנדיק די נאז, װי בײם נעמען ריצנאײל — זופן מיר ביםלעכװײז אויס דאס װאסער. דעם דורשט האבן מיר איננאנצן נישט געשטילמ- אבער די צויבערקראפט פץ װאסער האט דער עצם פאקט, װאס מיר האבן פארט עפעם, װאס געטרונקען, אונטערגעבראכן (ז. 53)־ אזן אט איז א שילדערונג פון הונגער: ,איך ביז א קיסר פון א גרויסער מדינה. איך האב פא• לאצן, נאלד, זילבער, ברילאנטן און איך קליאנע זיך עפעם ביי א קלײנעם מענטשעלע, װאם האלט אין די הענט א לאבן ברויט — ער זאל דך םיט מיר בײטן. ער איז מסכים. מיט גרוים שמחה און מיט גרויס שרעק — ער זאל נישט חרטה האבן - כאפ איך פון איפ דעם לאבן ברויט. שװארץ עלטער ברויט. דאס איז גוט. אלט ברויט איז שפארעװדיק. מיט אמאל דער■