Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-08-11 · 32 (11.8.1933) · p. Seite 516

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
32 (11.8.1933)
Date
1933-08-11
Page
Seite 516 (sequence 8)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804840--08715-4803705
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליםערארישע בלעםער נום. 32 (483) זײט 516 בלוי אירע אויגן און בלאנד אירע האר. זײ נידערן אירע אקסלען אראפ. און בײ אירע קנ/ מים גענידערטן קאפ, שטײט דער אײדלער גראף עלעגאנם און ױנג און בעטלט ליבע מיט געשליפענעם צונג. און הינטער מיר, צװישן פלייצע און װאנט, שטײט נאך א פרוי. איר קלײנע האנם בארירט מײנע אקסלען װי װײכנר געװאנט, און איבער מיר און צוזאמען מיט םיר לײענס זי די װערטער אױפן װייסן פאפיר. איך שפיר איר אטעם, איך פיל איר בליק, — נאר אז איך דרײ אום מײן קאפ אויף ציריק. איז קיינער נישטא - נישם אוינן, נישט האנט, נאר א ױײס׳געקאלכטע ברעטער װאנט. און אז איך פלעג גײן פארנאכט שפאצירן איבער די װעגן — פלעג איך דערשפירן טריט הינטער זיך, װארעמען הויך און שטילע רײד; און דעמלט אויך, אז איך פלעג זיך אפשטעלן אינמיטן גײן און װנלן כאפן דעם מענטש הינטער מיר, איז קיין מענטש נישט געװען. אין מיר אליין האבן רייד גערעדט, געשלאגן טריט און אין מײן בלוט האט אטעט געבריט. דרײ טעג האלט עס אויף זײן פולקײט און מאכט פאלט אפ אינדערפרי און קומט צו אױף דער נאכט. און דרײ טעג דערנאך, די לעצטע דריי טעג, די טעג פון דערשעפונג, םארשמעלט ער זיין װעג; און וױ א מענטש אױף די עלטערע יארן, װאס האט פיל געזעען, גענוג געפארן, זעגנט זיך אפ מיט לענדער און שטעט, - אזוי פארקלײבט זיך דער טײך אין זײן בעט. לײעגענדיה א דאמאז פארנאכט. פון זון די קרומע שםראלן זענען אויף טיש און בוך און הענט געפאלן. די זון האט גענידערט שפאן נאך שפאן, און איך האב געלײענס אן אלטן ראמאן פון א דייטשן יידן, קארל עמיל פראנצאז: אין א שטאט, װאס ליגט בײם ברייטן שטראז, האט געוװינט א ײד, א ליכט פאבריקאנט, מיט זיין נאםען נתנאל טראכטענבערג באקאנט, מיט זיין טאכטע יהודית, דעי װונדערשײנער. פארנאכט. פון זון די קרוםע שטראלן אויף טיש און הענט און בלעםער פאלן; און אנםקעגן אויף א שטול םיט זייד געבעט איז יהודית געזעסן װי אויף א הסב־בעט• איר פנים בירשטין, דורכזיכטיק און קלאר, י. י. זינגער /;;•#ד־שע אויף קבד אבווז ד זנ ר ־ב י י?? נ ג קוקן אין זיי אריין צעהאנגענע מענערישע און װייבערישע העמ־ דער און אונטערהויזן, זיצט דינהלע, ר׳ יונתן װאלדהענדלער טאכטער כון דעמביצע, וואס שוין א צייט ווי מען רופט זי מי־ סעס גאלדגלום. ארום איר קאפ איז א־ומגעבונדן א נאס טיכל, װאם זאל קילן די צעהיצטע שלײפן. אירע גרויםע אויגן, װאם פארכאפן שיער נישט א העלפט פון איר פנים, קוקן שטאר, בלײ־ ערן, װי אויגן פון הינעי־, װאם מען האלט אין אן עננער שטײג. שװערער װי אלע לײדט זי פון די שטיקנדיקע הײסע טעג. געבוירן און דערצויגן אין װעלדער, קען זי נישט פארטראגן די קרענקלעכע היץ פון דער שםײנערנער שטאט, די מאטערנדיקע נעפלען, װאם טראגן זין פון ים, די ענגע דומפיקײט םון די קליינע בראנזװילע־ צימעי־לעך. די שלייפן הערן נישט אײף צו ברענען. אויפן גאס איז א ביכל פרײער די לופט, אבער זי װיל נישט אראפגײן. ערשטנס, שעמט זי ז ך מיט איר בויך. זי איז אין זעקסטן חודש און זי שעמט זיך דערמיט, וױ זי װאלט גע־ װען נאך א מײדל. צװײטנס, קען זי דא קיינעם נישט. 'זי קען נאך נישט קיין ענגליש, זי קען אפילו נישט די ענגלישע װער- טער פון בראנזװילער יידיש. מיט די יונגע מיידלעך קען זי זיך נישמ פ־נאנדעררעדן. מיט די עטלעכע צעשויבערטע װייבער האט זי נישט װאס צו רעדן. אויך לאכן זײ פון איר, רופן זי גרױע. אין זי זיצט גאנצע טעג אין די צװיי קליינע, צו־קליינע צימער־ לעך. זי באטראכט אבער אמאל און װידער אמאל דאס נײע ארעמלעכע מעבל אין שטוב, די װעש, װאם פלאנטערט זיך פאר די פענסטער, דעם אייגענעם װאקסנדיקן בויך און זי פילט זיך איינזאם, אומגעהויער איינזאם און עלנט. די װייבער, די שכנטעס װייסן, אז זי איז א שװייגערין, א גרויסה לטערין און זיי שמעקן צו איר נישט ארײן. בלויז צװײ מענטשן קלאפן יעדן טאנ צו דער זעלבער שעה אין טיר. אינדערפרי דער אייזמאן, ד&ר אי־ יסוףו 5. איבער זייטיקע בראנזװילער געסלעך ליגט אויםגעלייגט א הײסע תמוז-זין און באקט מיטן זעלבן פייער די רויטע הייזער, די אנגעשטעלטע קינדער-װעגעלעך פאר די טירן, די אנגעװאר• פענע צײטונגען, די פארפוילטע מארעלן, קערעלעך און מיסט, װאס װאלגערן זיך אויף די הײסע װײכע אספאלטן. קינדער האבן פארשטעלט א פײערלעשער-אויטאמאביל, װאס פארט צוריק פון א שרפה און לאזן אים נישט רירן פון ארימ, ביז מען װעט זיי נישט אפגיםן מיט װאםזיר. זײ װארפן פון זיך אראפ די העמדלעך, מומלען נאקעטע און פרײלעכע, ביז דער גוטמוטיקער פאליסמאן פועלט ביים פײערמאן, ער זא/ לאזן אויף זיי א שטראם װאסעי פון דער גומענער קישקע. גרויםע יינגלעך שפילן שרײענדיק אין באל. אנדערע פארן אויף רעדלעך. אנדע■ רע האבן גאר צונויפגעזאמלט קופעם סיט צ־יטונגען, מיסט און עפעט אן אלטן גראמאפאן, װאס עמעצער האט ארויסגעװארפן און ברענען זיי אין מיטן גאם, פארשפרייטנדיק ארום זיך היץ, רויך און עיפוש. פאר די טירן זיצן ױייבער, צעשפיליעטע, צע- שויבערטע און פרעגלען זיך אין היץ און אין רכילות. בחורים אין דעקאלטירטע העמדלעך, מיידלעך אין באד-קאסכױמען און אין ברײטע געבלומטע הויזן עסן אייז-קרעם, קייען גומי, רעדן, לאכן און שפייען. די עטלעכע יידן ביי די פושקארטס, װאס פאר־ קויפן באנאנען, אבריקאסן און געבראטענע ניסלעך, מאכן קולות ביז טויב װערן. אלץ טימלט, שײיט, שװיצט און פילט אן די גאס. אין די שטובן איז אימצוקומען פון דעמפיקײט, אוממעגלעך צו אטעמען. בלויז אײנע אלײן אין אירע צוױי צימערן, װאס די פענ• סטער גײען ארויס אין א שמאלן הויף און אנשטאט דער זון

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.