Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 32 (11.8.1933)
- Date
- 1933-08-11
- Page
- Seite 515 (sequence 7)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804840--08714-4803704- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײט 515 ליםערארישע בלעםער נומ. 32;483> ירםף ר>1לנרק / נ'ן*'ארק מ י ל מיט יעדער שעה הויבט מען די שלױזן אויף העכער, די רינע גיסט זיך איבער װי אן הבדלה־בעכער; און דארט, װו די גרעבל ע איז איינגעבראכן, איז איבער א־ר דאס װאםער אר־בער געקראכן, און ביז נאכס זיך פארשפרייט אויף א װיארסט די ברײט. און װו נאר א בערגל. װאס טארטשעט ארוים, דאם װאסער פץרגליכן. אין אונזער הויז — אן אלטע צעקװמכע, געלעכערטע שיף, װאם איז איבערגעשראקן םון כװאליעם און טיף און אינעװייניק—װו נאר א גריבל א שפאלט אין דיל, קומט װאסעד ארויף פאמעילעך און שטיל, פון צװישן די ברעטער און סון קאטוך ווי שױארצער רויך שפארט װאםער זיך דורך. נאר דעמלט א־ן שטוב איז שוין קײנער פאראן א חוץ צװײ גוײם; מאטשײ און ראמאן. זיי היטן די ״שיף״ און גיבן סיגנאלן צו מענטשן, װאס פארן, אין נויטיקע פאלן, צו האלטן זיך שטראס מיט װאגן אין פערד אין שטראמיקן אימפעט איבער גרעבליע און ערד. און בײ דער נאכט צינדן זײ אן קאסטיארן — א װארנו.ג פאר פרעמדע - מען זאל נישט פארן. מיר אלע פון מיל: טאטע־מאמע און קינדער, (מיר נעמען אויך מיט די פערד און רינדער,) מיר גייען אין דארף אויף ניין טעג צײט מען שטעלט פאר אונז א טיש אין פאדער־הויז, פאר א טינקעלען לאמפ, און מען שפרייט פאר אונז אויס א גראבן טישטוך, געױאשן נ־שט רײן, װײל װייט איז אין דארף נאך װאסער צו גיין. דרײ טעג טוט דאם װאםער זיך שטארקן און מערן, בײטאג פאר דער זון, בײנאכט פאר די שטערן. דרײ טעג האלט ער אן זיין פולקיים און מאכט, פאלט אפ אץ דערפרי און קומט צו אייף דער נאכט. דער אויבערשטער טײך און דער אונטערשטער סײך װערן כמעט ביידע גלײך. און אט אויםן װײטן וססער־גלאט באװײזט זיך פלוצלינג א װייםער בלאט, באלד קומען מער, טשאטעסװײז — דאס זענען קריעס, ריטערס פון אײז. לײבער הארטע װי שטאל, מאנטלען פוכיקער שנײ, װי קלוגע שיפן שװימען זיי. פאמעלעך און זיכער. ײי װייסן דעם װעג און גײען אין מיטן צװישן ברעג און ברעג. און מאדנע קומט אײנעם פון װײטן אויס צו הערן אין נאכטיקער שטילקײט און רו דעם שטענדיקן, נישט־איבערועריסענעם רײש, װאם טראגט זיך צו דארכישע הײזער צו. דריי סעג טוט דאס װאסער זיך שטארקן און מערן, בײטאג פאר דער זון, בײנאכט פאר די שסערן. א ר ו ם די שטוב דאס אלטע הויז אין זשוכאװיץ איז שוין לאנג פארלאזן און פארװיסט, די אלטע זענען אװעק מיט די יארן, די ױננע זענען זיך צעפארן. איך האב דעם ישוב גוט געקענט און װיל אים שטעלן א מאנומענט. דער ארענדאר פלענט אױפשטײן גאר באגינען, קײן דאװנען, קײן ברכה ז־ך נישט פארגינען, ארויסגײן צום װעג, זיך שםעלן בײם בריק, צעשטרעקן די הענט װי א ל־ינענע שםריק, און יעדן דורכפארער פארנעמען אין הויז, — א קבצן, א רייכער — עס מאכט אים נישט אויס. פון זעקם אין דער פרי ביז שפעט ביינאכט האט דער סאמאװאר אױפן טיס געקאכט. די שכנים װײזן אן די ארעמע יײט: .א גוטער ייד װוינט רא נישט װייט״. און פרײטיק צי נאכטס בײ חלה און פיש איז װי אין אכסניא באזעצט דער טיש, דער ארענדאר איז טאקע מיט געלט נישט רייך, נאר װײץ און זאשעק איז שטענדיק פאראן, און ס׳פלאדיען זיך שלײענם און אקונם אין טײך— נענוג פא־ זיך אין פארן ארעמאן. אין װאםער־מיל שטײען די טירן אפן, און װער עס גײט מיטן נאכטיקן װעג, פארקערם אהין און לײגט זיך שלאפן און מאוגן פרי גײט ער שטיל אװעק. און װער עס װיל, עםט מ־לך מ־ט ברויט, דער אלמער איז קײנמאל נישט פארשלאסן, א טלית ליגט אויפן טיש אננעגרײ.; פאר דעם, װאס האט נעגל־װאםער אפגעגאסן. און די ארענדארקע, דעס מ־לנערס װײב, האט נישט אײנמאל ביי די טעכטער אװעקגענומען דעם קישן פון קאפ. די קאלדרע פון לײב פאר אורחיפ, װאס זענען ביינאכט אנגעקומען. . און א גרויסע שמחה א־ז בײ איר געװען פרעמדע פנימער ביינאכט צו זעען; מיט קינדערשע הענט א גדויסן קישן טדאגן, װי א קלײנער סערדל פ־רט הײ א װאגן. די פאװאדקע נאך פורים א װאך אדער צװיי. נישט שפעטער, שטעלט זיך אין דרויען א פרילינג־װעסער. דאס אײז הויבט אן פלאצן, זיך שמעלצן דער שניץ אונסערן הימל טראגט זיך פון פייגל א געשריי. בײנאכט גייט דורך א װארעמער רעגן און רופט ארוים דעם טײך פץ די ברעגן, פון באהאלטענע ערטער, פון צװישן שםײנער, הויבט װאסער אן ריזלען, װי א קװאל א ריינער.