Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 32 (11.8.1933)
- Date
- 1933-08-11
- Page
- Seite 510 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804840--08709-4803699- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלעטער נומ. 32 י483) זײט 510 פון דעם פאלק גופא צו זיץ אײגענער שפראך פונקט װי דאם איז געשען מיט אנדערע קלײנע פעלקער. אט די באצױננ מוז אבער באקעמפט װערן. א גרויסע הילף אין דעם קאמף זענען די ײדישע קינדער־שולן און העכערע קורםן און די אינםאר• מאציע װעגן ייד ש, װאס װערט פארשפרייט פון דער ,יױוא׳ (יידישער װיסנשאפטלעכער אינססיטוט). פיל געהאלפן ארויםרופן א בעםערע באצױנג צו ײדיש װאלט אויך דער איינפיר פון ײדיש װי א לימוד אין די רעגירונג׳שולן. שוין די פראפאגאנ׳ דע אלײן ארום דער דאזיקער באװעגוננ איז א געװנטע זאך פאר דעם סטאטוס פון דער ײדישער ליטעראםור. ווי פילט זיך א קריטיקער, װען מען קריטיקירט אים? — האט דער רעפארטער געװאלט װיסן. אויף װיפיל די קריטיק האם א זאנלעכן כאראקטער, האט ניגער געזאגט, מאכט זי אים קײנמאל נישס פילן שלעכט. צום באדויערן איז די קעגנערשאפט צי אים אבער געװען אין דער פארמע פון פערזענלעכע אטאקעס און האט אים נישט סטימולירט נישט נעגאטיװ און נישט פאזיטיװ. בכלל, האט ני׳ גער געזאגט, האט א קריטיקער, א געניטער, מער טאלעראנץ צו קעגנערישע מיינונגען, ווי א יריטיקער. װאם פארטיידיקט א נעװיםע דאגמע. עס איז געקומען צו רײד װעגן דער לאגע פון דעם ײדישן אינטעליגענט פון אמאל, װען ניגער האט זיך פארנוםען מיט רעװאלוציאנערער טעטיקײט. ניגער האט אויסגעדריקט די מײנונג, אז די לאגע סון דער אלגעסײנער אי-טעליגענץ. אמאל, בײם אנהויב פון די פארשידענע באװעגונגען, איז דער אינטעליגענט געװען א הערשנ- דיקער קלאס און א פירער. אבער איצט, װען די באװענונגען זענען אין פראצעס פון פארװירקלעכוננ, איז אויםגעשלאסן גע- ײארן יעדער האמלעטיזס אדן נאכדענק, און דער איגטעלי- גענט איז אפגערוקט געװארן אין א זייט. דער געמיט-צושםאנד פון יידיש אינטעליגענט איז אבער איצט נישט אין ערן ערגעי װי אמאל, האט ניגער דערקלערט. ער איז אײפגעװאקסן צוזאמען מיט זיי און האט זיי בעסער פא־שטאנען או; געקענט, האט ניגער געזאגט. װאס א־ז ד־ בולטסטע כ^ראקטעריםטיק פין דער ײדישער ל־טעראטור? — ־אט דער אינטערװירער געפרעגט. די ײדישע ליטעראטור, האט ניגער געעגטפערט, איז א ליטעראטור פון נעפיל און פאנטאזיע. די אגדה, דאס קינסםלע■ רישע פארנעמט אין איר דעם אײבן-אן. אין קעגנזאץ צו דער הלכה, דע־ נוציעבקייט, װאס איז געװען די הויפט-זאך אין דער אמאליקער ײדישער ליטעראסור, איז די איצטיקע יידישע ליסעראטיר אויסגעױאקסן פון אינעװײניק און האט אירע נא- ענטסטע פארװאנדשאפט מיט דער אלטער העברעישער ליטערא- טור. אט די פארװאנדשאפט דארף א־צעפטירט װערן אין דער געשיכטע פון דער ײדישער ליטעראטור, האט ניג־ער באטאנט. ער האט דערבײ געואגט, אז ער טוט עס טאקע אין א לענגע• רער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראטור, ײאם ער האלט אין זאמלען פאר איר מאטעריאל. איז איצט פאראן א פירנדיקער צענטי פון דער יידישער ליטעראטור, װי עס איז אמאל געװע װארשע און שפעטער ניו-יארק? נײן, — האט ניגער געזאגט, נישטא איצט קײן פירנדי■ קער צענטר. די ײדישע ליטעיאטור האט זיך אויסנעשפרייט אויף פיר צענטרען — סאװעט רוסלאנד, מזרח-אייראפע, אמעריקע און זיד־אמעריקע. יעדער פון זײ האט זיין אײגן פנ־ב און ז־י װירקן איינער אויפן אנדערן. אזא פדאגרעס פון א לימעדאטור מיט צעזמרען איבער דער נאנצע־ װעלט, — װי קומט עסז האט דער רעפארטער געפדעגט, װאס אזיי פיל יידישע און נישט ײדישע גוײכ זעען נישט אײן איר װיכטיקייט און חשיבות? הויפטזעכלעך איז דאס א רעזולטאט פין דעפ, װאס זיי זענען נישט אינפארמירט װעגן די היסטארישע ייארצלען און דער קולטור-טראדיציע פון ײדיש, האט ניגער געזאגט. עס האט דערצו אויך בײגעטראגן די קאלטע באצױנג ־ע. םײסאן / נין־יאדיק די פעדזענלעבמײם — ש. ניגעד ניגער לײענט שטענדיק סיט א פען אין האנט און מיט לאנגע, שמאלע שסיקלעך פאפיר. נומערן פון זייטלעך או־ שורות פאר• צײכנט אויפן פאפ ר און אריינגעשטעקט צװישן די בלעטלעך. דעי־ לײענער פילט, װען ער לײענט ניגערם אן ארטיקל׳ אז דער קעגנשטאנד איז אויסגעשעפט. אפשר איז ניגער אום* גערעכט, אבער ער איז ערנסט, ערלעך און גרינטלעך. ניגערם באצױנג צו ליטעראטור איז פון א סײסטער צו זײן קויסט: ״מען דארף ארבעטן. ארבעטן און ארבעטן״, זאנט ער אמאל צו• מיר: ,צו ױאס דאס גאנצע ליארמען פון אונזעדע ױנגע און ײנגםטע, װאם מען שרײבט נישט װעגן זײ װאס מען דערמוטיקט גישט זײ. די װעלט קאן נישט אנערקענען אײ- נעם צו שנעל. פריער דארף מען װייזן װאם מען קאן. דער גרו סער מײסטער יאגט זיך נישט נאך אנערקענונג. ראמען רא- לאן האט יארן נהכאנאנד פארעפנטלעכט אין אן ארעמער אופ- באקאנטער װאכנבלאם זיץ ,זשאן קריסטאף״ און נישט געשריגן, אז די װעלט איז אים עפעס שולדיק. די װעלט איז קײנעם גארנישט נישט שולדיק. און דא װיל יעדער, מען זאל באלד שטענדיק איז ביי מיר גצױען א גרײסער וװנדער: פאר• װאם איז דא אזא יראת הכבוד צו ש. ניגערן בײ די ײדישע מאסן, ײדישער א נםעליגענץ און שרייפער משפחה י ס׳זענען דא בײ אונז א סך שרײבער, װאס האבן געשייבן װעגן ליטעראטור אפילו אזויפיל װיפל ניגער. און דאך צו קײנעם האט מען נישט אזא מין אכטדנג און באצױנג, װאס מצן האט צי ניגערן. איך װיים: א סך םון די שרייבער האבן צי אים טענות. א סך שיטן אויף אים פעך און שײעבל - אבעד אין אלע טענות און אפילו זידלערײען איז נישטא קײן גדינגשעצונג. ס׳איז א פאקט, אז קײן שרייבער פילט זיך נישט איזנאנצן אנערקענט. אײדער ניגער שרײבט נישט װעגן אים. פארײאם? דעם תירוץ האב איך אוישנעפוגען נאכדעם װי איך האב זיך נאענט באקאנט מיט ניגערן. ם׳איז זיין ערנסטקײט. ער האט אן אויסערגעװײנלעכע ער־עכע און ערנםטע באצױנג צו זיין שרײבן. ער װעגט און מעסט יעדן װארט, אײדער ער פא־• עפנטלעכט עס. װען ער שרײבט װעגן א בוך װעט ער עם פריער דאס גרינטלעך דירכלײענען, מאכן נאטיצן, קײנ• מאל נישט פארלאזן זיך אויף ז־ין אינטואיציע אדער זפרון.