Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 31 (4.8.1933)
- Date
- 1933-08-04
- Page
- Seite 499 (sequence 7)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804838--08697-4803688- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זייט 499 ליםערארישע בלעטער נומ. 31;482) יום-טובדיק פנים גיט חופה און קידושין און דאם פארל קושט זיך אזוי הײם. זי האט פארגליכן דאס אלץ מיט איר אײגן לעבן, מיט איר שטעטלי, מיט די םענטשן, װאס תסיד גײען זײ אויסגעבויגן, סארזארגט, קרעכצן און איר האט געעקלט םון אלץ, װאס איז היימיש. אלץ, װאס איז שײן, גוט און גרוים איז דארט, אין דעם לאנד, װאם ליגט ערגעץ װײט, װאס םען װײזט עם אין די פילמען. און זינטימיסטער גאלדבלום איז געקומען, האט זי גישט אויםגע- הערט האלטן זיך ארום אים. זי האט נעשלונגען יעדעס װארט זײנס װענן דעם וװנדערבארן לאנד. - אט דער קראװאט, װאם איר טראגט, איז טאקע געמאכט אין אמעריקע? - האט זי געפרעגט אין געגלעט דעם זייד, װי מען גלעט א נאענטע אײגענע זאך. אין שטעיטל זענען די מײדלעך געװען באלײדיקט אויף דינהלען, װאס זי לאזט דעם אמעריקאנער גארנישט אפ. זי איז נישט געװעןי קײן ארעם מײדל. דער טאטע אירער, דער װאלד• הענדלער, האט פאר איר, אמת, קײן גרויסן נדן נישט געהאט, אבער דערפאיר דאט ער געקענט ארײנציען אן אײדעם אין זײנע װאלד־מסחרים, װאס איז נאך בעס;ר װי א נדן. אויך האבן זיך אין איר אלע בחורים פון ישטעטל שטיל נעליבט. בחורים פון די װעלדער. אפגעברענטע געזונטע יונגען מיט הויכע שטיװל און װוילױנגער״ישע קורטקעם, האבן געחלשט זי נעמען אזוי װי זי גײט און שטײם אן א גראשן נדן. זײ האבן װעגן דעם נישט אײנמאל נעלאזט *םאלן א װארט פארן פאטער אירן. די סײדלעך האבןידעריבער געהאט א בייז הארץ אויף איר ױאס זי װיל דעם פרעמדן פארכאפן. אויך די בחורים האבן זיך געפילט באליידיקט. אבער דינהלע האט נישט געװאלט הערן פון זיי, נישט אומגעקוקט זייך אויף זײ גאר. זי האט געװוסט װאסער לעבן איר תטייט פאר, א לעבן ויוי בײ זײ יאין שטוב. א װאלד, לאנגע אומעטיקע װינטער-נעכט. מענטען אומעטיקע, בייזע, פארפרוירעגע, פאר־ הילטע. דער מאן האט תמיד צו טוען מיט האלצהעקער, פויערן, איז אמאל אין װעג.' אין שטוב בלייבט בלויז די קיך. װעש, טעפ און אפיילו װען עס קומען שוין מענטשן, זענען דאס אלץ םוחרים, װאס טומלען, שרייען, פארשרייבן אלע טישן און װענט מיט קרייד, חשבונוח. און אין קיך ליגן שטענדיק אויםגעזעצט אויף דער ערד פויערן, װאלד־ארבעטער, װארטן אויף לוין און זײ רויכערן, ברומען, שפײען, עיפושן און רעדן גראבע רייד. ניין, זי האט נישט געװאלט אזא לעבן. זי האט זיך שטענ• דיק נעזעען ערגעץ אנדערש, צװישן די, װאס װערן באשריבן אין די ביכלעך, װאס װערן געװיזן אויף די עקראנען, אין םרײד, באװעגונג, גלאנץ און אין ליכם, א סך ליכט. ער האט, אמת, נישט אויסגעזעען אינגאנצן, דער פרעמ־ דער, װי זי האט די מענטשן םון אמעריקע געזען אויף די םיל. מען, װייט נישט אזוי. אבער פאר איר איז גענוג געװען, װאס ער קומט פון דארט, פון יענעם גליקלעכן לאנד, װעגן װעלכן זי טרוימט, װאם ער קען זי אריבערנעמען דארט, צו פרײד און ליכט, זי האט נישט געזען זײן פנים, זי האט נישמ צוגעהערט זיך צו זיינע גרויע רייד. אירע גרויסע אויגן, װאס פארכאפן שיער נישט א העלפט פון איר פנים, האבן בלויז געזען א שטאט, וװ הייזער רײסן זיך צום הימל, א םך ליכט פלײצט, א סך פריי• לעכע םענטשן פליען אין אויטאמאבילן, דינער שטייען סאר טירן, גרײט צו עפענען באגלאזטע טירן און זי איז אין דער מיט, ארומגערינגלט מיט פרייד, ילאנץ און שיינקייט. דערצו האט זי געזען װי אלע מײדלעך אין שטאט לאקערן אויף אים. דאס האט בײ איר אנגעצונדן א לוכט צו קאםף. און זי האט געטון אלץ, אבי אויסצוזען שענער און אינטערעסאנטער פון אלע און אים געפעלן צו װערן. מיסטער גאלדבלום חאט זיך פארליירן אין איר געזעל• שאפט. די גאנצע זיכערקײט, ײאס ער דאט דערגרייכט אין דעמ- ביצע ביי די שפאצירן מיט די מײדלעך, האט ער אין דינהלעס קעגנװארט אויסגערונען. שוין צופיל איז זי ענלעך געװען צו די, צו װעלכע אים האט א גאנץ לעבן געצויגן, און םאר װעלכע ער האט שטענדיק מורא נעהאט. ער האט געפילט, וױ די הענט צי־ טערן ביי אים תמיד, װען זי נעמט אים אונטער דער האנט און גייט מיט אים איבער דעם װאלד. אבער נאך מער האט עס אים געצויגן צו איר. ער האט געהאלטן אין אײן ראזירן זײנע גרױסער בריה אין דערנײלן. אויםער שור, האט ער גאר קײן װערטער נישט געהאט. - דא איז בעסער - האט ערגעמורמלט און געװיזן אויםן װאלד. אבער דינהלע האט ענערניש געשאקלט מימן קאפ אויף נײן, און ער האט נישט געײאגט צו זאגן אינדערש. ער האט פאר איר מורא געהאט װי םאר די שײנעי אומצומריטלעכע םײדלעך אין אמעריקע. ער האט די אויגן אראפנעלאזט, װען זי האט צו אים גערעדט, זי האט איננאנצן אויכגעזען י װי די מײדלעיך פון די סילמען, װאס ער, גאלדבלום, האט אזוי פיל געזען אין די קינאס, נאר ער האט קײנמאל אםילו נישט געװאגט צי טראכטן, אז אזעלכע קען מען קענען און האבן. א מאדנע מיידל איז זי געווען, די דינהלע, די טאכטער פון ר׳ יונתן װאלדהענדלער. נעבײרן און דערצײגן אין דיי װעל־ דער, האט זי געהאט אין זיך גרויסשטאטיש, פרעמדס, גארנישם ענלעך צו די אלע מײדלעך פון שטעטל ארום. עפעס האט זי דערמאנט אין די, װאס װערן געװיזן אויף ב־לדער און אוייסגע• מאלט אין ראמאנטישע ביכלעך. זי האט עם געהאט אין פנים, אין דער שלאנקער פיגור, אין די ביייקן פין די גרויסע אוינן, װאם פארכאפן שיער נישט א העלנט פון איר פנים, אין די װײ- סע שטארצע צײן, װאס קוקן אװים דורך א ביםל א צופיל אסן מויל און אין װײםע שרונט פון איר גלאטע קויל־שװארצע האר. אויך אין איר רעדן און נאך םער אין שװײגן איז געװען עפיעס אוםדערװארטעטעס, װאס לאזט א פרעטדן נישט צו נאענט. - א מאדנע - האט מען געזאגט װעגן איר צװישן די פײדלעך און זי מקנה געװען. א טאכטער פון א װאלדהענדלער, א שטאמיקע פון זײדעם און עלטערזײדעם װאלד-ײדן, האט זי םײנט געהאט װא/ד, דארף און קלײנע זטעםלעך. זי האט קײנמאל נישט פארשטאנען״ די גרויסשטאטישע םענטשן, װאס״ קומען זויפער אראפ אין די װעל- דער און קװיקן זיך מיט די בוימער, יאנדעם ״און שװאמען. זי האט קיינמאל נישט באגריפן די שרייבער, וואס רעדן״ אזויפיל אין די ביכ״לעך װעגן דערםער, װעלדער און ״טײכן. זי פלעגט גארנישט לײענען אזעלכע ביכער, אדער איבערמישן די בלעטלעך, װאס רעדן װעגן אזעלכע לאנגװייליקע זאכן. פון קינדװײז אן האט זי געצוינן צו ליכט, גרויסשטאםישער שײנקײט און גלאנץ. דער נרעסטער סארגפניגן זענען ש״טענדיק געװען פאר איר די ביכלעך מיט אױסגעמאלטע דאמען און הערן און מיט די פאלאצן און דינער. פינקט אזוי האט זי, עלטער װערנדיק, געשלוננען םים גרויס לוסמ די ראמאנ״ען פון פראנצויזיש, װאס שרייבן םון סאלאנען, קארעטעם, רײכע גרויסשטאטישע גאסן, טעאטערס, מוזיק און ליכמ. דאס גרעסטע גליק איז געװען פאר איר, װען דער פאטער פלעגט זי מיטנעםען אמאל אין דער גרויסער שטאט און שיקן זי מיט א פרײײנדין אין טעאטער אדער אין קינאמאט״א־ גראף. חדשים לאנג האט זי געלעבט מיט דע״ם, װאס זי ה״אט גע־ זעען אויף די בינעס און אויף די עקראנע. מער״םון אלץ האבן זי אנגעצונדן די אמעריקאנער פילם-בילדער, װאס װײזן רײכט״ום, גלאנץ און ליבע. די ארעמע בילדער האט זי נישט געװאלט זען. זי האט גארנישט םארשמאנען, צו װאם מען װייזט זיי געזען האט זי נאר די בילדער, װו אלץ איז שײן, רײך און באגאםן מיט ליכם, א סך ליכט. מיט אויפגעריסענע אויגן האט זי געזעען די הויכע רייכע הײזער אין די אריםטאקראטישע גאםן, װאם סאר די טויערן זיי־ ערע שטײען תפיד אזטלכע הייכע סאלידע דינער אין מונדירן, גרייט אויפצועפענען אין דער ברייט״ שװערע באגלאזטע טירן אדער קלײנע טירלעך פון גלענצנדע אויטאמאבילן. אלץ איז אזוי שײן אין אםעריקע. די עלטערע מענער זענ״ען אזעלכע בבבודע, אויכגעלײכטע, מיט שניי-װײםע קעפ האר און מים טיפע ברוס־ טיקע שטימען. די דאמען זענען אזײ שײן געבויט, אזוי שטאלץ טראגן זײ זײערע קעפ. פונקט אזוי שטאלץ און שלאנק זע״נען זייערע הינט. אמת, אז קײנמאל וױלן זײ נישט, די שטאלצע םאמע-םאמע, אז זײערע טעכטער, די שײנהײטן זאלן ח״תונה האבן םיט די אויםגימנאםטיקירטע בחורים, װעלכע ״זײ ליבן. אבער דאס איז נאר תחילת. שפעטער, װען די טאכטער פאלט צו צום פאטער, קושט אים אין װײסן קאפ און בעט' זיך בײ אים - פליעז, דעדעי - גײס ער איין. דער״ פאסטאר מיסן פײערלעך