Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 29 (21.7.1933)
- Date
- 1933-07-21
- Page
- Seite 470 (sequence 10)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804836--08666-4803659- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער גומ. 29 (480> זייס 470 פלעצער. ער האט נישט געקארגט, נישט גענומען דריטע קלאס, נאר טוריסטיק, וױ עם איז עיעגאנט אץ װײבער פארן דארט שיינע און צוציענדיקע. אבער ער האט נישט געםונעןיקיין װעג צו זײ. ביי דעם יידישן טיש, װו ערהאס געשפייזט, האבן זײנע שכנות געװאלט זיך מיט אים דערנענטערן, אבער ער האט זיי נעװײכט, געהאלטן זיך םונװײטנס. דאס זענען געװען צװײ םאר״ עלטערטע פאבריק־מײדלען, פארװעלקטע, מידע, װאס זענען גע־ פאין כלומרשט אויף א ליכט־רייזע, אבער געגעבן *האבן זײ אנ־ צוגעהערן, אז זיי זוכן אינדערהײם א לײטישן בחור, װיילידי ארעריקאנער ״באיס׳ זענען זײ נישט צום הארצן. מיט זײער װײבערישן אינסטינקט האבן זיי דערפילט, אז אײך מר. גאלד־ בלום איז אײנזאם און מיד און פארט װעגן זעלבן. זײ האבן גענומען רעדן מיט אים װעגן פאברייקן, שידוכים. - איר פארט געוױם זוכן א בלה אין דער אלטער הײם?- האבן זיי מיט ווייבערישער נייגעריקייט געפרעגט — די אמערי־ קאנער מײדלעך גלייבט איר נישט? - איך םאר נישט נאך קיין פלות - האט מיםטער גאלד־ בלום אפגעענטפערט מיט בעם - איך פאר אויף קבר־אבות״ און דאטס-אל. יי מײדלעך האבן אים געפרװוט אײננעמען מיט א שמײכל, נאר ער איז געװען ברוגז. געפעלן זענען אים די סײדלעך, ײאם האבן גאנצע טעג געשפילט אויפן דעק אין קראקעט, אין װארפן״ גומענע בײגל, און אין די אװנטן האבן זיי זיך אויסגעצירט אין לאנגע זײדענע קלײדער און״געװארן דאפלט לאנג און אומצוטריטלעך. ער הןןט געזען זייערע וייצנדיקע פיס, װאס גייען נאך שקלאפיש צוס טאקט פון די שלאנקע טענצער, ער חאם געגעסן מיט די אויגן זייערע נאקעטע הענט, װאס נעמען ארום זייערע פארטנערן ביי די אקכלען אדער ביי די העלזער. ער האט אויפגעכאפט יעדער נאכגיביקײט פון די װייבערישע גלידער, װאם טול־ען זיך אזוי זינדיק צו די פלינקע מענער, און זײ זענען״געװארן פאר אים נאך םרעסדער, אומצוטריטלעכער װי שטענדיק. שעהן ה;,ט ער געקענט אזוי אפזיצן און קוקן פול מיט קנאה און אײפערזוכט אויף די גליקלעכע פרעמדע מענער. נאר איינלאדן א דאמע צום טאנצן האט ער נישט געװאגט, כאטש ״ער האט א צײט געלערנט זיך טאנצן בײ א לערער. און אז״אײנע פון״די מײדלעך בײ זײן טיש האט אים אײנגעלאדן טאנצן, האט ער נעענטפערט, אז ער פילט זיך נישט גוט. דאס מײדל האט דערפילט דעם ליגן און זי האט באקומען בלוט אין בלאסן געזיכט. - גרינהארן: - האט זי אים א שיפע געטון װי א שלאנג און אװעק אן אויםגעגלײכ״טע, מיט פארהויבענע דארע אקסלען. מיסטער גאלדבלומ איז אװעק צום סטוארם און געבעםן, מען זאל אים פון מארגן אן געבן אן אנדער טיש, װײל ער קען מיט די נישט-סימפאטישע ״ שכנטעם נישט זיצן. דערנאך איז ער ארײן צו זיך אין קאבינע, ער האט זיך געלײגט מיטן״פנים צום רונדן פענסטערל, דורך װע/כע מ״ען האט געזען די װײס־באזוימ־ טע כװאליעם פון יס, און ער איז געװען ביױ אויף די װײבער, אויף די שײנע, וזי אויף די מיאוסע. ער װעט קײנמאל נישט חתונה האבן - האט ער אפגע־ מאכט בײ זיך. אויף בפרות דארף ער עס״ פאר ע״טלעכע ד״איאר קען מען םיי װי סיי קריגן די שענכטע. אמת, אז אלע ק״ענען די מיידלעך קריגן. אבער קען מען דען די אינטלעכע נישט קריגן? א, ער װייסט, ״װי אומטריי די װייבער זענען. אםילו די, װאס האבן אײי הייס געקושט די אפרײזנדיקע מענער, זענען גלייך א״װעק צו אנדערע. זיכער, װי״ עם איז איצט נאכט. און װיפיל זינדיקט מען דא, טאקע א־יף דער שיף׳ א, ער װעט זיך נישט לאזן ארייננארן, נישט פון קיין כיטרע מוטערם, װאס בעטן אים אויף טיי, נישט פון פארעלטערטע מיידן, װאס פ״ארן זוכן א יאלד, נישט אפילו פון די היימישע מיידלעך אין ״שטעטל. אלע זענען זיי גלייך. א װײלע איז אים געקומען אויפן געדאנק די רייד סון מיםטער ציפקין ותיגן דעם בלה, װאס ער נ-ארט זיכן קיין פוילן, און די פראגע פון די מײדלדך ״ביים טי״ש װעגן א היימיש מיידל. פאסקודנע לייט - האט ער געטראכט - נאר מען קריכט יעגעם אין דער נשמה ארי״ין. א רגע איז אים אליין געװארן פארדעכטיק זיין כעם. װאס ארט עם אים, אז מען רעדט? באלד בושה. זיי זענען אים געפעלן געװארן, עס האט אים געצויגן צו זיי. עס האבן אים גערײצט זײערע שלאנקע ז״ײדן־באזאקטע פיס, זייערע קלײנע היכעלעך, װאס ליגן זײער ממזריש אויף זייערע שקאצישע געטאקטע קעפלעך, זייערע האריקע פוכערס, װאס מאכן זײ ענלעך צו פלינקע, שלעכטע, אבער צוציענדיקע חיות, זייער לאקנדע װײבערישקײט, װאס רופט פון א קלײן שלײפל אין הוט ״ ביז דעם הויכן קנאפל פון חנעװדיקן שיכל. גאנצע שעהן, װען ער האט נאר געהאט צײט, פלעגט אים נישט פיאוס װערן ארימצושפאצירן אויף בראדװיי און נאכקיקן זיי, אט די אלע מײדלעך. אבער ער האט מורא נעהאט״ פאר זײ, ער האט זיך פארלוירן תמ״יד, װען אים איז אויסגעקומען זיך מיט אײנער אזעלכער צו באגעגענען. ער האט נישט געװוכט װי אזוי מיט זיי אנצוהויבן רעדן. דערצו האט ער נאך נישט געקענט גוט ענגל״יש, כאטש עד האט שוין אזו״י לאנג געװוינט אין אמעריקע. ער האט זיך געשעמט מיט זיין שפראך, שװערקייט, און ער פלעגט״ ז־ך אזזי פאררויטלען אין זײער געזעלשאפט, אז עד האט אזש גענומען שװיצן אויף זײן גאנצן גרויםן קערפער. מיסטעי נײטען גאלדבלוס האט;יך אליין פארװורף גע־ מאכט, װאם ער ציטערט אזוי פאר די מיידלעך. װע״ר זענען זיי אײגנטלעך? ציגן נארישע, ײאס לאכן, שפרינגען און הענגען זיך םוסטע יינגעלייט אויף די העלזער. אייך פלעגט ער הערן פון די בחורים אין דער זייגערמאכעריי װענן זײערע דערפארונגען מיט אט די מײדלען/ ער פלעגט זיך טאקע אליין אויסלאכן פאר זיין דערשראקנקייט, װאם פאסט גארנישט פאר אזא פאן װי ער, נײטען נאלדבלום ״איז, א מענטש א־ן די יארן און א גוטער פארדינער' װאס פאבריקאנטן רי םן זיך איבער ״אים. יעדן זומער, פארן ארויספארן אויף א חודש װאקאציע האט ער אויפםניי אפ■ געםאכט ביי זיך צו װערן דײיסטער, צו זײן אן אמעריקאנער באי. צוליב דעם טאקע פלעגט ער ארויספארן אויף די בעסערע זומער-פלעצער, וװ עס קאסט טייערעי־, אבער דערפאר זענען דארט דא די מײדלעך, די שיינע און די אומצוטריטלעכע פאר אים. אבער אזוי גיך װי ער איז געקומען, אזוי גיך איז ער אנטלאסן פון די פלעצער. די מײדלעך ארום זײן טישל פלעגן גראד מיט אים פאר- פירן א געשפרעך. ער איז קיין שײנער ניש״ט געװען, קײנער האט עס נישט געקענט זאגן. אבער אויך העכלעך איז ער נישט געװען. דערצו איז ער'געװעין א גרויםער, א פעםט-געבויטער. אויך געקלײדט האט ער זיך גוט. ער האט קײנמאל נישט גע־ קארגט אויף קײן כײערן קראװאט, אויף "זיידענע זאקן. אין די זומער-פלעצער איז אלעמאל געװען מער פרויען װי״ מענער. און זײ האבן פױבירט ארײנ״ציען דעם שװייגנדיקן מיסטער גאלד־ בלים אין א שמועס. אבער ער האט זיך גל״ך פאי־שעמט, מורא געקריגן. די פרויען האבן דאם ארויסגעפילט, און מיט דער בא־ זונדערער הנאה, װאם״װײבער האבן אין רײצן א גישט-געשיקטן מאן, האבן זײ אים גענומען אויסלאכן, קיבעצן. בדי צו פאר■ דעקן זי״ין שלעכט געפיל, צערײצטקײט, האט מיסטער גאלדבלום אנגענומען א טאן פון א פרויען־פײנט. ער האט אויסגערעדט אלדאס בײז אויף די װײבער, אויםגעװיזן װאסע״ר נידריקער מין דאס מײבער־געשלעכט איז. אבער אנשטאט זיך צו באלײדיקן, האבן די מיידלעך דערפון זיך נאך מער נעװײלט. די שענסטע פלעגן זיך צורוקן צו אים, נעמען פאר דער האנט און קיבעצן: - מיכטער אנטיפעמיניםט, מיך האט איר אויך פיינט?.. שטענדיק האט זיך שוין געפונען "א פײדל, מאס איז אים געקומען טרײסטן אין דערזען אין אים א בעסערן מ״ענטש, װאס די אלע פוסטע מײדן זענען נישט װערט זײן נאגל. אבער שטע״נ־ דיק איז דאס געװען א מײדל אן עלטערס, א״מיאו״ס, ם׳רוב א לערערין אין ברילן, װאס האט קײן דערפאלג נישט געהאט און געזוכט זיך צו װעמען צוצוטוליען. דאם, ו״ואם גראד אזא סיידל פלעגט זיך פאר אים אננעמען, האט אים אנגעפולט מיט אזא פארביטערונג, אז ער איז געװען גר״אב צו דער, װאם האט אים סימפאטיע ארויסגעװיזן. - איך בין נישט קײן בעסערער סענטש - האט ער גע־ זאגט סיט כעם - איך בין דער אײגענער זינדיקער 'װי אלע... מיר איז נאר דא בלויז לאנגװייליק און דןןס אלץ; קײנמאל איז ער נישט אויסגעזעסן דעם חודש װאקאציע און צוריקגעפארן צו זיינע זײגערלעך. אויף דער שיף איז געװען דאם זעלבע וױ אין די זומער־