Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 29 (21.7.1933)
- Date
- 1933-07-21
- Page
- Seite 462 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804836--08658-4803651- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליסערארישע בלעםער נומ. 29 (480) זײט 462 לאזונגען פין ײדישער פראדוקטיװיטעם - גײםטיק, םאראליש און עקאנאמיש. לאמיר ארגאניזירן װאס גיכער א ב״אםענפאר פאר דער יידישער קולטור אין פוילן, פאר דע־ יידישער שול, פאר דעם יידישן בוך, פאר דעם ײדישן טעאטער, פאר דער פראדוןטי• װיואציע פון דעם ײדישן לעבן. גענוג מיט די פראטעסט־רעזא׳ לוציעס קעגן היטלערן. צס מוז ארגאניזירט װערן א פראסעסט• קאםפאניע קעגן דער בלינדקײס און טעספקײט פון דער יידי־ שער גאס, װאס לאוט זיך אפטויטן, אפסםען, אויסװארצלען, אנטמענטשלעכן. און אויב דעי־פון װצט ארויםװאקשן א נײע, א באנייטע יידישע קולטור-באװענונג אין פוילן, װעט מםילא אויך קוםען אן אויסלײזונג פאר דעם יידישן בוך װי פאר דער אנםפלעקונג פון א לעבעדיקן לעבן. דערװײלע איז אונזער לעבן האלב גע- שטארבן, צאפלט זיך בלויז אין די קראמפן פון א לאנגזאםער גסיסה. האבערס און די זאנדעקס אונזערע. אבער דאס װעט אונז קײן אויסלײזונג נישט ברענגען. עס איז נויטיק א טיפערער חשבון-הנפש, און נישט קיין חשבון םיט אונזערע שונאים. מיר מוזן זיך אליין איבערבויען, איבעראריענטירן קולטורעל און עקאנאמיש. אן א ג־ויסער א םאלקישער קולטור-באװעגונג איז דעיי דאזיקער איבערבוי נישט םעגלעך, קען אויך נישט געמאלט זיין קײן עקאנאמישע איבער- שיכטונג פון די ײדישע מאסן. אסימילאציע באטייט קודם-בל דעזערציע, דעזארגאניזאציע, אויםװארצלונג און פחדנות. מיר מוזן איצט זוכן, פארקערט — דעס װעג צו קאנסאלידאציע, באהעפטונג און םיספולער אײנשטעלונג, אן מורא פאר דעם שטרענגסטן פסק-דין איבער אונזע־ א־יגענע־ געפאלנקײט און מינדערייערטיקײש. דער װעג דערצו פירט דורך א מעכטיקער ארגאניואציע פון אלע שעפערישע כ־חות אין דעס ײרישן לעבן. די דאזיקע ארגאניזאציע װעט דארפן װידער ארײנװא־פן אין די דורך אסימילאצ-־ע דערנידעריקסע און צעשטויבטע ײדישע מאםן די ׳יהושע /;;•וןד־עע א. ח. ש ע פ ס ( א. א ל מ י) (צ זײ־/ קוםטן קײן װ$רשפ) דעמאלט איז קיין אמעריקע געגאנגען די יידישע נױם און די ײדישע דחקות. א. ח. שעפס, אלײן א קינד פון די יידישע ענגע װארשע- װער גאסן — און אלײן דער באזיננער פון ײדישן עלנט — האט זיך צוזאמען מיט זיינע באזינגטע געלאזט אהין, װו די זון שײנט פאר אלעמען. אין פוילן איז דעמאלט די ײדישע ליטעראטור געשטאנען אין דער שענסטער צײט פון איר בוױנג. אויף צעגלאנע אײנם האט געלעבט און געװירקט י. ל. פרץ. ארום זײן הויז האבן זיך געזאמלט אזעלכע, װי של1ם אש, ה. ד. נאמבערג, י. מ. װײסענבערג, שפעטער זענען צוגעקומען ױאל מאסטבוים, שלםה גילבערט, אפרים קאגאנאװסקי, צבי הירשקאן און נאך און נאך— און דער ײנגסטער פון זײ א. ח. שעפס. געבוירן און דערצויגן אין דער ענגשאפט םון מילע אק דזשיקע, האט שעפס געזונגען פון בלומען, װאם ער האם קײנ- מאל נישט געזען, פון שיינע מיידלשע אויגן, אין װעלכע ער האט קײן מום נישט געהאט צו קוקן. ער האט געזונגען םון באלםעלאכעס פון זײן הויף און פון זײן גאס — און פון יענע• װאס בענקען אין דער װײטער װעלט ארײן און חלומען פון 8 שײן לעבן. א שאד, װאס ביזן ז ײנטיקן טאג האט שעפס נישט ארױס. געגעבן די לידער זײנע פון יענע יארן. איך מײן, אז ער האם זיך לגמרי נישט װאם צו שעמען מיט זײ. עס איז דא אץ זיי יענער אויפריכטיקססער, ערשטער צאפל, װאם זאגט גלײך ןק, אז עם גײט א דיכטער. ער איז געװען אין יענער צייט ערנםט נישט פאר זיינע צװאנציק יאר. ער האט שוין דעמאלט מלחמה געהאלטן םים זײן אײגענעם ״איך״ אץ מיט דעם, װאס מען רופט װעלט-בא- שאפונג. ס׳האבן אים געפײניקט םםקות װעגן גאט און װעגן י• םענטשלעכער אומרעכט. א בחור םון צװאנציק יאר — די בעםטע און שענםסע ׳לי ס׳געדענקט זיך א שפעט׳זומערדיקער אויפדערנאכט אויפן װינער װאקזאל, - א בלאס-גרינער גאז-לאמטער, א פאר גרױםע׳ פארשפיצטע װאנסעס פון א רוסישן פאליציאנט — און א ײננ- דערשראקן פנים אין א פענסטער פון א װאגאן. - דאס האם זיך דער ױנגער א. ח. שעפס געזעגנט מיט פרײנט און םשפחה. אין א שװארצער פעלערינע מיט א גרויסן ״װעלט-שמערץ״■ קאפעלױש האט ער דעמאלט, מיט צװאנציק יאר צוריק ־־ פארלאזט דאס רוסישע װארשע און געפארן אין קאלומבוםעס גאלדענער מדינה.