Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-06-23 · 25 (23.6.1933) · p. Seite 408

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
25 (23.6.1933)
Date
1933-06-23
Page
Seite 408 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804832--08600-4803597
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטערארישע בלעטער נומ. 25 (476) זײם 408 פון דעד פיקים־װעלט געגעבן געתארן לערנאמאנען אנצושרײבן א סצענאר פאר טאן- באגלײטונג צו אט דעם שטומען פילם. אין דער הויפט־ראלע װעט אויפטרעטן דער פראנצויזישער ארטיסט מ. סימאן. - עליזאבעט בערגנער אין עעלאנד די בארימטע ײדיש־דייטשע ארטיםטן עלױאבעט בערגנער, װעלכע איז לעצטנס אויפגעטראטן סיט גרויס ערפאלג אין א רײ פילםען אין דײטשלאנד, האט *געמוזט פארלאזן דאם לאנד, װו זי איז געװען אזוי באליבט און געאכטעט סיי אין דער דראמע און סײ אין פילם. בערגנער איז אײנגעלאדן קײן לאנדאן, אנ־ טייל צו נעסען אין א ריי פילמען. װי באקאנט, האט בערגנער פארקויפט איר הױז אין בערלין, און זיך באזעצט אין װין. - אקטואליטעטן אין־ פילם עס װערן איצט אלץ־פאפולערער, איבערהויפט אין פראנק־ רײך די טעאטער-קינא־כראניק. אין פראגקרײך זענען אײגנמלעך געשאפן געװארן די אזוי-גערופענע קינא־אקטואליעס. דא האבן זיך צוערשט באװיזן די ״זשורנאדן״, װעלכע װייזן אויפן עקראן די טאג־פאסירונגען. דעם אנהויב האט געםאכט ש. פאטע, װעל־ כער האט אין יאר 1907 ארויסגעלאזט זיין ערשטן קינאמאטאגרא־ פישן זשורנאל פ״אר כראניק ״פאטע־זשורנאל*. דערנאך האבן זיך באװיזן אנדערע פראדוקציעס ״גאמאן״ און ״עקלער״. ערשט שפעטער איז געגאנגען אויף דעם װעג אמעריקע. אויך דארט איז דער פיאנער געװען דערזעלבער שארל פאטע. בעת דער מלחמה-צייט האבן פאטע, גאמאן, עקלער פאר- געזעצט זייצר ארבעט. נאר דערמיט האט זיך בעיקר פארנומען די פראנצויזישע רעגירונג, װאס האט איינגעארדנט ביי דער אר־ מײ אן אפטײלונג םון פאטא און קינא. עם זענען פארפילממ נע־ װארן די װערדענער אפעראציעס, מען האט אויך געדרײט פיל־ מען אין בעװא, סארטעל, רעגרע, װאשראװיל, סװויל א. א. נישט אלע פראנצויזישע מיליטער־קאמאנדיון אבער האבן זיך באצויגן פרײנטלעך צו דעם קינא-רעפארטאזש אויפן פראנט. די טראגישע געשעענישן אויף דער סאמע 'איז נישט געלונגען אויפצונעמען. עס האט נישט דערלויבט די ארטיקע קאמענדע. בלויז די ענג־ לענדער האבן באװיזן צו מאכן אויפנאמען אויף זײער טײל און ארויםבאקומען גלענצנדע דאקוםענטן. לײדער איז נישט געלונגען אינגאנצן צו פאראײביקן דעם אקט פון שלום־אונטערשרייבן. קלעמאנסא האט עם נישט דער־ לויבט. ער האט אויך פארבאטן אויפצונעמען די אינטערהאנדלונגען אין װערסאל' ײדישע פילמען מיט ײדישע פילמען האלט עס נישט באזונדערס גוט. נישט געקוקט אויף דעם גרויסן אינטערעס, װאס די ײדישע פילמען רופן ארוים בײם יידישן עולם, איז די צאל פון די ײדישע פיל־ מען זײער קלײן. אין א רײ לענדער װערט געװיזן ,אנקל מא־ זעם״ מיט מאריס שװארץ אין דער הויפט־ראלע. אין אמעריקע װערט געשפיילט א כוזיקאלישע קאמעדיע ״זײן װײבם לױבאװניק״ מיט לודװיק זאץ. איצט גײען מאלי פיקאן און יעקב קאליך צו־ צוגרײטן א פאר יױישע פילמען. אויך אין ראטנפארבאנד זענען געמאכט געװארן אייניקע פרוװן. ס׳איז געמאכט געװארן א פילם ,נײטן בעקער פארט קײן יוראפ״, לויט פרץ מארקיש, מיט דער באטײליקוננ פון דעם באװוסטן ײדישן ארטיסט מאפסי־מיכאעלס, װאס איז שוין אמאל אויפגעטראטן אין דער ראיע פון מנחם־ מעגדל אין דעם סאװעסיש־ײדישן פילם ״ײדישע גליקן׳. עם דארף קוימען דער גרויסער פילם־אונטערנעמער, װאם זאל לײגן דעם יסוד פאר א גוטער ײדישער פילם־פראדוקזיע. עד־היום װערן געזוכט די פריערדיקע יידישע פילמען װי ״יזבור׳, ״למד װאװניק׳ און ״די פוילישע װעלדער׳. עס קומעןי אפטמאל אן ברױו אויך אץ דער רעדאקציע ״ליט. בלעטער״ פון םארשידעגע עקן ײדישער װעלט מיט אנפראגן מכח ײדישע פילמען.- טשארלי טשאפ ין און זײנע פארטנערינס עס איז שוין באקאנט, אז טשארלי טשאפלין קלויבט שטענ־ דיק אוים פאר זײנע פילמען ארטיסטינס פון די באשײדעגע שטי־ לע דעביוטאנטינם, װעלכע טרעטן אויף װי םטאטיםטינס אדער האבן נאך בכלל נישט א.געקוקט דאס אויגל פון דער קאמיערצ. און נאך אן אײגנשאפט פון טשאפלינען, - ער שפילט קײנמאל נישט צװײ מאל כסדד מיט אײן און דער זעלבער פארטנערין. אמת, עם טרעפט זיך, אז ער האט מיט איר שפעטער חתונה, אבער דאס פירט שוין שפעטער פון קאמעדיע צו דראמע, װי עס איז געװען דער םאל מיט ליטא גרעי. בלויז עדנא פערװיאנם, די ערשטע םארטנערין םון טשאפלינען, װעלכער האט ערשט אנ־ געהויבן צו װערן בארימט, בלויז זי האט געשפילט מיט אים עטלעכע קירצערע פילמען נאכאנאנד. נאך איר איז געקומען סערנא קענעדי (״פילגער״ - עולה־רגל), דזשארוזשיא כעל (״גאלד־פיבער׳), ליטא גרעי (״צירק׳), און לםוף װירדזשיניא טשעריל, די רירנדע בלינדע בלומען־פארקויםערין פון ״פײערן פון שטאמ״. איצט גרייט טשאפלין - װי אלעמאל אין גרויס געהיימ־ ניס - זײן נאענטן פילם. א פארטנערין .זאט ער שוין געפונען: עס איז איינע פאלעטא גאדאר. אבע־ דאםסאל האט סשאפליו געענדערט זײן טראדיציע: זײן נײע פארטנערין איז נישט קײן ױנג םיידל און נישט קײן פנים־חדשות. זי איז אלט דרײסיק יאר, זי האט זיך שוין געגט מיט צװײ מענער און שוין נישט איין מא' אויפגעטראטן פאר דעם עקראן. דאסמאל איז זיין אויםדע־ װיילטע גאר א ברונעטין. זי איז א סברא איפ־אנצויזין. װעגן דעם נייעם פילם גופא, קאן מען בײ טשאפלינען גארנישט ארויגבאקומען. ער איז א בריה שטרענג אפצוהיטן די געהיימניסן פון זיין לאבאראטאריע. איין זאך איז זיכער: טשאפלין רעדט אלץ נישט אין ױין נייעם פידם, הגם דער פילם איז א רעדעװדיקער. לויט װי עס נעבן איבער אייניקע אמערי־ קאנער זשורנאליםטן, האט טשאפלין דאס אויסגעמיטן דערמיט, װאם ער האט פאר זיך'אויםגעקריבן די ראלע פון א טויב־שטו־ מען. מען װייסט אויך גארנישט מכח דעםי אינהאלט פון דעם םילם. װי אייניקע ווייסן אבער, איז די טעמע - א קלוב פון זעדבסטמערדער. - דײטשע פילמען אין אמעריקע די צאל באזוכער פון די דייטשע פילמען אין נױ־יארק איז שטארק פארקלענערט געװארן. דער גרויסער קינא ״אייראפא׳ האט אינגאנצן אויפגעהערט צו װײזן דייטשע פילמען. אויך אין אנדערע קינאם׳ װו עס װערן אויפגעפירט דײטשע פילמען, איז דער באזוך שטארק געפאלן. דער פארשייטער פון די דייטשע םילם־אונטערנעסונגען אין אמעריקע קאפיטאן אטען האט דער־ קלערט, אז וױיזן איצט דייטשע פילמען אין ניו־יארק איז א מין זעלבסטמערדערײ. ביז היטלער איז געקומען צו דער מאכט, איז א דייטשער פילם פארקויפט געװארן אין אמעריקע פאר ססס.5 דאלאר. איצט איז שװער צו נעמען פאר אזא מין פילם אפילו ססס.1 דאלאר. פון דער פראװינץ זענען אלע באשטעלונגען אויף דייטשע פילמען אפגערופן געװארן. די יידישע באפעלקערונג אין ניו־יארק, װאם האט ביז אהעריארויסבאװיזן גרויס אינטערעם צו דער דײטשער פילם־פראדוקציע, באיקאטירט איצט די דייטשע אויסארבעטוננען. - טראצקי שרײבט א םצענאר לעװ טראצקי האט אנגעשריבן א סצענאר פאר דעם פילם, װאס שילדערט דעם דורכפאל פין דעם סטאלין-רעזשים. - מוזיקאלישע באגלײטונג צום פילם ״קאבינעט פון ד״ר קאלגארי״ אין דעם פילם־װעלט איז גוט באקאנט דער אויםגעצײכנ־ טער פילם ״קאבינעט פון דאקטאר קאלגארי׳. איצט איז איבעד־

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.