Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 18 (5.5.1933)
- Date
- 1933-05-05
- Page
- Seite 290 (sequence 6)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804824--08475-4803479- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעםער נום. 18 (469; זײט 290 פ א ל א ד ן פליט דער רײסער אױף זײן שװארבן פערד איבער בערג און טאלן איבער סטעפן, כעסט זיך דער נאװעסבער׳װינט הינטער אים, און װיל אים גאר פון פערד אראפשלעפן, די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט. און דאס מיידל גײט מיט זינגענדיקע טריט — דער װאלד פלאפלט מיט װעגן און מיט שטעגן, פ־רט זי בײ דער האנט דער מינדסטער װינט, און אירע טריט קלינגען, זינגען מיםן רעגן. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויס א שאד װאם די מעשה איז אמת. און נישט מיט גאלדענע חלום־סעדעם אויםנעשפינען פון א לבנה׳גײער, װאם האט אומגעריכט אויף הארבסטיקע דעכער אן אוצר געפונען. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט שפיטאל־באלאדע אויפן בארג טונקלט דער שפיטאל, זיבן בעריאזקעס לויכטן אין טאל. שטילער מטורףז דו הערסט, מען גײט. טריט בארג אראפ. אש פון פרײד. צװײ קראנקנשװעססערס פון שפיטאל פלאטערן װי פײגל אראפ אין סאל. בלייבט די ערשטע א רגע שטיין: ״ס׳ארא וװנדער ס׳איז צו זײן אלײן!׳־ שטאמלס די צװײטע װי נישט היי: ,איך בין א זילבערנע מעלאדי פון אן אלטן ציגיינער אויסגעטראכט צום בלעטער-פאלן פון ,סעפטעמבער־נאכט״ זאגט די ערשסע שװעסטער: ,איך בין אמאל געװעזן א בלויע שפין, איצט בין איך די קיניגין פון סאנזיבאר און קאטעװע ביז בלוט מײן אלטן נאר, װאס האט מיט א פולן מויל מיט פרייד א פלעק געמאכט אויף סײן זײדן קלײד״. אויםן בארג פארלעשט זיך דער שפיטאל, ז־בן בעריאזקעם לויכטן אין טאל. שטילער מטורף: דו הערסט םען גייט טריט בארג אראפ. אש פון פרײד. א נאקעטער מענטש אין צעפארענע שיך לויפט און שטאמלט ארײן אין זיךו ,איך בין א פארלוירענע ליקוי־חמה, און האב נישט קײן טאטע־מאסע א'צ'ק םאנגער / וןארשט צ ו ו יי י לבנה־־באלאדע אנטקעגן מײן הויז שסײט א טונקעלער ברונעם, ליגט די םיטן־נאכט אין זײן טיף געפאנגען,. שטײ איך און הער מיט ציטער און מיט פרײד — ,שיר השירים״ דאס געזאנג פון די געזאנגען, די לבנה, דער װיין און דאס גאלד זענען רויט. זאגט דער װאלד-היטער צו זיין טאכטער: ,הער, גײ צום קאװאל אין נאענטן דארף אריבער, און זאנ מיר, װער םון דעם קאװאלם זין איז דיר צום הארצן, װער ם׳איז דיר ליבער״. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט. גייט דאס מײדל מיט זינגענדיקע טריט, דער װאלד פלאפלט מיט װעגן און מיט ישטעגן, און װי א כשוף־שפיגל פלאטערם אומגעריכט איר די רויטע הארבסט-לבנה אנטקעגן, די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רוים. גאפט דאס מײדל אין ליכטיקן װונדער ארײן, מיט אלע אירע װייםע בויגעװדיקע גלידער, דאס ליכמ איז שװער און בויגט איר שלאנקן נוף טיפער און טיפער צו דער ערד אנידער. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט. און סיף אץ איר גײט אויף א געװײן, פרעםד װי דאס געװיץ פון איר טויטער מאמען, פרעמד וױ דאס געשרײ פון װײםע מעװען, איבערן רויש פון װײטע בלויע יאמען. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט. רייט א רייםער אויף זיין שװארצן פערד, זעט ער דאס מײדל אויף דער װאלד-ערד ליגן, גאפט ער א רגע. - אהא, ער האט דערקענט אץ איר א פארגעסענעם לבנה נינון, די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויט. טריפט ער פון זײן פלאש מיט רויטן װײן א פאר טראפן אויף איר קאלטן שטערן, עפנט זי די אויגן אזוי, אז ער קען די זילבערנע טריט פון די װאלד-גײםטער הערן. די לבנה, דער וױין און דאם גאלד זענען רויט. שטאמלט ער: כלה מיינע, כלה מיינע, קום! גיב מיר די האנס, און איך װעל דיך פירן. אויפן בארג שסײט מיין לבנה-שלאס, און געעפנט זענען אלע זיבן םירן. די לבנה, דער װײן און דאס גאלד זענען רויס. פיבערט דאם מײדל: רייטער, דו מוזט רײק צוערשט אין מלכות פון די שםערן, און ברענגען די קרוץ פון אײדל-גאלד אהער. װײל אנדערש קען איך נישט דיץ כלה װערן. די לבנה, דער װײן און דאם גאלד זענען רויט.