Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 18 (5.5.1933)
- Date
- 1933-05-05
- Page
- Seite 289 (sequence 5)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804824--08474-4803478- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײט (389) ליטערארישע בלעסער נימ. 18 (469) רמז. ליטװאקאװ שיקט אין אים שארפע םײלן. דער סוף, פידוע איז געװען, אז משה ליטװאקאװ איז אין א צװײ יאר ארום נאכגעגאנגען נאװאקאװסקין. ליטװאקאװ און נאװאקאװסקי - סאר א צװײ היפוכים: אײנער א גריבלער און דער צװײטער— פליער, חריף :■ ון בקי. אין די גוטע שלום-יארן םון דער ״סארײ• ניקטער׳ האבן זײ זעלטן-װען געלעבט בשלום, און זײער צוזאמענארבעט איז געװען שטענדיק א מין שעטנז. האט ליט- װאקאװ אזױ בײז געחוזקט פון נאװאקאװסקים קאמוניסטישן לייכטזין און געפרוװט אפצורײניקן די פארטײ פון אט דעם װילדגראז. — פאר די קנאפע 15 יאר, װאס יהודה נאװאקאװםקי איז :עװען בײ די באלשעװיקעס, האט ער געהאט םארשײדענע צײטן. אט איז ער אויםן פערד, קערט א װעלט, געפינט זיך אויף גאר״געהויבענע פאראנטװארטלעכע פאסטנש, דרייט מיט מיליאנען, קויפט און פארקויםט גאנצע מלוכות, האט אין זיין רשות גאנצע שטאבן מיט אנגעשטעלטע. ציט ער אן די אײגענע הארץ-םטרונעס ביז דער לעצטער מדרגה, און ליגט אפט אן אויםגעשעפטער ערגעץ אין קליניקס, פרוהט םארריכטן זײנע קראנקע לונגען און קראנק הארץ. און װידער איז ער בײ קא■ כעדיקער ארבעט. פון צײט צו צײט באװײזן זיך זײנע ארטיק״ לען אין דער ײדיש״םאװעטישער פרעסע, אין די טאג״צײםונגען, אין די חודש׳זשורנאלן, - ער שרײבט װעגן אינטערנאציאנאלע פאליטישע און װירטשאפטלעכע םראגן, װעגן װעלט-רעװאלוציע, װעגן כינע, ענגלאנד, װעגן װעלט״רארק. בעת דער טראצקיםטישער מחלה אין ראטנפארבאנד, האט ער אפגעדרוקט א לאנגע םעריע ארטיקלען װעגן טראצקי און טראצקיזם און געלערנט מיט סראצקין מםכתא סאציאליזם און רעװאלוציע. די לעצטע צײט איז ער גאר געװען דער רעדאקטאר פון ״אפ־קורס״. ער האט מסתמא קודם׳נל געקעםםט און בא־ קעמפט די רעליגיעזע שװאכקײטן און גײגוננען אין זיך גוםא. נחום שטיף האט מיט א פאר יאר צוריק געשריבן צו ״קלמן מרמר אין נױ״יארק, אז יעדער אײנער פון דער גרופע מענטשן האט אלײן אדורכגעמאכט דרײ דורות לעבן. דאס לאזט זיך זאגן אויך װעגן יהודה נאװאקאװסקין. ער האט םאר״ קערפערט אין זיך עטלעכע דורות לעבן און שטרעבן. ער איז דאך געװען אין זײן ױגנט א הײסער, אקטיװער צױניסט. אלם סעקרעטאר פון דעם סימםעראפאלער ציוניםטישן באפאלמעכםיקטן ד״ר יעקאבסאן, האט ער געפירט אין דער קרימער געגנט פ־אפאגאנדע םארן ציוניזם. שפעטער זיך באטײליקט אין מינם• קער ציוניםטישן צוזאמענפאר. מיט דעם טױט פון יהודה נאװאקאװםקי איז אװעק א שטיק ײדיש לעבן פון דעם אםאליקן און איצטיקן רוסלאנד, — א שטיק ײדיש לעבן מיט אלע זײנע ליכט און שאטנם, גע״ ראנגלענישן און דערגרײכונגען. .ד,■ 1 עס דארף קומען דער גרויםער קינסטלער, װאס זאל עס פז רקערפערן אין לעבעדיקע געשטאלטן. יהודה נאװאקאװסקי, האט פארמאגט אין זיך אזוי פיל װאר פאנטאזיע, װירקלעכקײט און טרוים. דוד בערגעלסאן אין זיינע װײטערדיקע טײלן םון זיין ״בײס דניעפער״ װעט געװיס געבן א קינםטלערישן תיקון צי דער װונדערבארער געשטאלט יהודה נאװאקאװסקי. — אונזער נײער אדרעם: 7 24 8)$1עווסג1ץ2ז6 סוווגו^ג^ ,״־816161 .*1.1״ טעלעפואן 89-49 2 בעת דעם אויםברוך פון דער װעלט-מלחמה װאקסט נא׳ װאקאװסקי אויס אין דאנער באסיין. ער האט אפגעקויפט אדער אפנעדונגען א קוילן״גרובן (מסתמא כדי צו באװארענען זיך און נאענטע פרײנט פון מיליטער׳פליכסן!), און ער איז געװארן א ״קױלן-מאגנאט״... און טשעקאװע: אלם ״שותף״ צום געשעפר האם ער פארשריבן די בארימטע יידישיסטישע שול אויף דע- מעיװקע בײ קיעװ, און יעדן חודש האט די שול באקומען גלײך פון דער קאנסאר אויםגעצאלט באשטימטע פראצענטער פון דער הכנסה. אגב, לערער אין דער שול זענען געװען די געװעזענע ״סיימיסטן״-פירער שמעון דאבין און מיכל לעװיטאן ,בײדע איצט אין אוקראינע אויף אנגעזעענע קולטור-פאסטנס). און נישט אײן מאל, װען די שול האט דאן איבערגעלעבט א מאטעריעלן קריזיס, און מען איז זיך צונויפגעקומען אויף א דרינגנדיקער זיצינג מכח ראטעװען די שול פון א קאטאסטראפע, האט נאװאקאװסקי ארויםגעשלעפט ערגעץ פון א טאש א קנאקעדיקן סס1-טער און געגעבן. עם איז דאן געװען א פאנטאסטישע סומע צװישן די יידישיסטישע קרייזן. — נאך דער רוסלענדישער רעװאלוציע פון 1917 איז נאװא- קאװםקי ארײנגעטראטן אין דער ״פארײניקסער׳ פארטײ, װו ער האט פארנומען א בכבודיקן ארט. אבער, ער, דער אומרו, דער מנחם״מענדל מיט דעם שװינדלערישן קאפ, האט קײן םפע- ציעלע באפרידיקונג נישט געפונען אין די שמאלע גרענעצן פו) דער פארטײ. עס האט אים געטראגן װײםער, העכער. ער האט פון צײט צו צײט פארעפנטלעכט ארטיקלען אין ״די נייע צײט״ יקיעױ), געהאט א שײכות צום ײדישן פארלאג ״װיסנשאפט״ אין יעקאטערינאםלאװ, װו ער האט אנגעשר־בן אן ארײנפיר צו ר׳ מרדכילעס ״משלים׳ (1919). עם אױ געװען טאקע פיל ענ- לעכס צװישן זײ. ר׳ מרדכילע האט אויך געהאט אזא װילדן שארפן קאפ װי נאװאקאװסקי, מיט שטענדיקע םאנטאזיעם און קאמבינאציעס, װאס האבן נישט געםונען קײן פארװירקלעכונג. אין דער ארטיקל װענן ר׳ מרדכילען געװען װי א שטיק אויטא׳ כאראקטעריסטיק פון נאװאקאװסקי. דער אונטערשײד איז נאר, װאס ר׳ מרדכילע-טשעמערינסקי האט בחײו אמאל אויסגעארבעט גאר א װאזשנעם לעגענדארישן פראיעקט פאר דעם בארימטן רוסישן פינאנץ-מיניססער ם. ױ. װיטע, און נאװאקאװסקי האט געשאפן קאפ׳שװינדלערישע פינאנץ-פראיעקטן פאר דעם ״װנעש״ טארג׳ און פאר דעם טארגפרעד קראסין, װאס נאװאקאװסקי איז געװען א שטיק צײט זײן צװײטע האנט. דער שטילער, גוטער נאװאקאװסקי איז געװען אין קיעװ בעת דער באלשעװיסטישער הערשאפט אין 1919 דער שרעק״ נאמען פאר דער ײדישער בורזשואזיע און קלײן״בורזשיאזיע. ער איז פון די ערשטע ״פארייניקטע״ אריבער צו דער ראטנ״ מאכט, גלײך פארנומען דעם אנגעזעענעם פאסטן פון א פינאנץ׳ קאסיסאר, און געשטאנען אין דער שפיץ סון דער קאנטריבוציע• קאמיסיע. מען האט ארויפגעלעגט קאלאסאלע סומעס אויף גאנץ׳ מיטעלע םוחרים, און יידן פלעגן אפשלאגן אים די מירן און געפרוװט װײך מאכן זײן הארט הארץ. ער ארבעט דאן גאנצע מעת-לעתן און פאלט אפט אװעק אין חלשות און ליגט מיט״ הײסע קאנפרעסן אויף זײן קראנק הארץ. - ער טרעט דאן אויף אייף ד־ אינטערעסאנטע קאנפערענצן פון די ״פארײניקטע״, איז פין די ערשטע, װאם אריענטירן זיך אויף דער ראטנמאכט און רופט אהין די פארטײ. ער האט א שװערן געראננל מיט דעם גרעסטן רוב פון זײנע חברים, װעלכע זענען שטארקע קעגנער פון דער ראטנמאכט. דער גיםטיקער, פארביםענער משה ליטװאקאװ לערנם מיט אים דאן מיט הארבע װערטער מארק• פיזם, סאציאליזם, און נאװאקאװסקי װערט זיך על-פי דרש און