Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 18 (5.5.1933)
- Date
- 1933-05-05
- Page
- Seite 288 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804824--08473-4803477- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 18 (469) זײט 288 נחסן סײזי? / 7;ז^ד׳שע יהודה נאוואקאווםללי געזעםן װי א פרעמדער האלב׳שלעפעריק, און װאסער פלאן מען האט נישט פארגעלעגט, האט עם אים נישט גענומען. ער האט א בעסעוץ, א גרעםערן, א ברײטערןז - מען האט אים נישט געקענט פאראינטערעסירן פאר קלענערע ארבעטן. — עם איז מיר אויםגעקומען זיך צו באגעגענען מים אים אפט, און בײ פארשײדענע געלעגנהײטן. און איך האב געהאט די מעגלעכקײט אים צג זען פון פארשײדענע זײסן. ער איז געװען א מענטש מיט גרױםע סתירות: א מזג טוב און א יעזואיט (אזוי פלעגן אים רופן זײנע נאענטסטע פרײנט); א ײד א פשטן, א פאלקס׳מענסש, און דערצו א רא־ פינירטע, קאמפליצירטע גאטור; א מענטש מיט קאלאםאלער ענערגיע און דאך א פלעגמאטיקער; א װעגעטאריער, און װאס קאן קיין פליג נישט אנרירן און א נוקם ונוטר; א װייכער, א צו• געלאזענער און א קנאי; א סאמין, א חסיד, און א מוםר״ להכעים, א לייקענער; א דורכגעטריבענער, און א קינד, װאס לאזט זיך פירן. אט די אלע אײגנשאפטן האבן זיך אפסמאל געפלאנטערט אין אים אין איין און דער זעלבער צייט. איז ער געװען גרינג און אפשטויםנד, צוגעלאזן און שװער. אזוי אין פערזענלעכן, און אזוי אויך אין געזעלשאפטלעכן, פאליטישן לעבן. זיגזאגן, מיט אן א שיער קרומע, פארדרײטע, פארפלאנ׳ טערטע ליניעס. האט ער געהאט בײ זײנע פרײנד געװאלטיקן צוטרוי, און דאך האט מען קײנמאל נישט געוװסט, װוהין זיין דרײ״קאפ קען איפ פארפירן; און מען האט דערצײלט א מעשה, װי אמאל, נאך אין 1904, איז ער אלס א מיטגיד פון צענטראל״ קאמיטעט פון די ס. ם״ געשיקט געװארן אױף ארבעט און אלס שליח פון ם. ס , און אויף די מיטלען פון ס. ם. האט ער גאר גענומען פירן א הייםע פראפאגאנדע פאר די י. ס. (סיימיסטן).- — ער איז אין לעבן געװען א שטיק מלמד, און אזא אויס׳ זען און הילוך האט ער ד>)ך געהאט. — און פלוציס, אין די יארן 1913-1912, איז ער געװארן גאר א פײערדיקער קאמער■ סאנט. ער איז אנגעקומען אויף א שטעלע אין א קאנטאר פון צוקער׳פאבריקן פון אינזש• לעװ אבראמאװיטש לעװ אין קיעװ, עס איז געװען לכתחילה א טובה״שטעלע, און גאר גיך איז ער געװארן דארם דער גאנצער אנפירער, און נישט אײן געניטן סוחר האט ער דעם קאפ פארדרי־ט. האבן דערפארענע םוחרים געקרעכצט: ״אט דער נאװאקאװסקי, ױדא םאלאמאנאװיטש, ער קען פארדרײען מיט זײן דרײ״קאפ צען וױ מיר!״ און ער, דער געװעזענער רעװאלוציאנערער טריבון, איז געװארן א ספע־ ציאליסט אין צוקער״פאבריקאציע, און צענער סוחרים פלעגן װארטן אין דער קאנטאר אויפגענומען צו װערן דורך אים. און ער, דער אפיקורס און מומר״להכעיס, װען ער װערט פאר דער מלחמה אן אבל, באקומט פלוצים א פרומען רבנישן אויסזען, זיצט שבעה, מאכט בײ זיך אין שטוב מנינים, זאגט קדישים, כאפט ארײן אן איבעריקן פרק משניות, בדי צו געװינען נאך א קדיש׳דרבנן, און לערנט אױב, װי אן אמתער רעליגיעזער ײד• דאן איז אויף אים געלעגן דער גאנצער ײדישער גלות, און עם האט זיך געדאכט דאן, אז יהודה נאװאקאװסקי װעט גאר נעמען ציען װײטער די רבנים״קײט פון זיינע עלטערן. סמיכה אויף רבנות האט ער געהאט, און דער כסא״הרבנות םון זױן פאטער אין א כערסאנער ײדישער קאלאניע איז דאך גע- װען פאר אים לײדיק און גדײט אויםצונעמען. — דאס ערשטע מאל האב איך געזען יהודה נאװאקאװסקין, װען ער איז שוין געװען א שט־ק ױרד. עם איז געװען אין די רעאקציע״יארן נאך דער רעװאלוציע פון 1906-1905. דער נאמען יהודה נאװאקאװסקי ׳אדער סתם ױדע, אבער יערעמעא) איז געװען פריער א שטיק לעגענדע. װיפל אויםטערלישע מעשיות האט מען װעגן אים אין אונזערע קרייזן זיך אנדערציילט: ער האט אנגעפירט אין פארשײדענע פונקטן מיט דער רעװאלוציא׳ נערער מאסן״באװעגונג. ארגאניזירט שטעט און ראיאנען פאר דער י. ס. ישער (םײמאװצעס)-פארטײ. ער האט געקענט אויף פארזאמלוגגען און באראסונגען אװעקרעדן גאנצע טעג און נעכט, ביז ער פלעגט פאלן אין חלשות. ער האט געפירט לאנגע דיס־ קוםיעס מיט די אנגעזעענסטע צױניסטישע, בינדיסטישע און פועלי-ציוניסטישע אפאנענטן. אבער דאס איז אלץ געװען פריער, מיט א צװיי׳דריי יאר צוריק. איצט איז געװען א שטילע צײט, שוין נאך דעם רעװאליציאנערן שניט. ער איז דאן פארװאגלט געװארן זומער-צײט ארום קיעװ או ף דער ״דאטשע״ ״פושםשא װאדיצא״, און דארט אן }■ומלעגאלער ארומשפאצירט װי אין עולם־התוהו. ער האט אויסגעזען וױ א שאטן פון א מענטשן. אלץ איז שוין געװען בײ אים אין דער פארגאנגענהײט, אמאל איז געװען... א בלײכער, אן אפגעצערטער, מיט א שװארץ בערדל אױף זײן װײסן געזיכט, איז ער געלעגן דאן אויף די גראזן פון דער ״דאטשע״-ערד, צוגאסט ביי זײנע פרײנדינס, — און האלב-װאך און האלב-דרעמלענדיק זיך איבערגעגעבן דער אײגענער פארגעסנקייט. די פריינדינס, דער באקאנטער טיפ פון אמאליקע פארטײ״חברסארינס און פארערערינס, — האבן אים צוגעטראגן א גלאז קעפיד, א גלאז מילך. האט ער עס װי א פאראורטײלטער גענומען, געטרונקען אן א באזונדערן װילן: םײ װי איז שוין אלץ פארפאלן: עם איז שוין נאך אלע הױם׳ס — — א צװײט מאל, דעם זעלבן זומער, האב איך אים גע׳ טראפן בײ א הארץ׳אטאק. איז ער געלעגן מ־ט א פארפלאמט פנים םון װײטאגן מיט א קאמפרעם אויפן הארצן. זײן געזיכט- נאך בלײכער, דאס בערדל נאך שװארצער. און אױגן טיפע, קלוגע, דורכגעטריבענע האבן ארויסגעקוקט. ער האט דאן גע׳ האלטן א דיק דײטש בוך — פון דער ״רעקלאפ״-ביבליאטעק, און זיך פארטיפט אין דעם. עס איז געװען שאכמאטן׳אויפגאבן. דאס איז געװען זײן באליבט בוך, — קײן בעלעטריסטיק האט ער לחלוטין נישט גורם געװען. מעשה׳ביכלעך האט ער פיינט געהאט, װי ער האט אין זײן לעבן נישט ליב געהאט קײן טעאטער. עפעס א פאר מאל האט ער פארבלאנדזשעט אין טע- אטער, האט עס אים געלאננװײליקט, און ער איז אװעק אין מיטן: אין װאס מענטשן קאכן זיך? : ער איז דאן געװען װי א פארלאשענער װולקאן. אמאל האט ער עס געװארפן הײםע לאװעס, און איצט איז ער געױען אפגעקילט. מיר האבן געפרײוט נישט איין מאל אים צוציען צו דער אדער יענע קולטור׳ און ליטעראטור-אונסערנעמונג, — אבער עס האט זיך נישט אײנגעגעבן: װי זינגט דארט לודװיק זאץ זײן לידל: ״אדער גאר אדער גארנישם;* ער א־ז צו־ געװוינט געװען צו שפאנען אויף ברײטע שליאכן, האבן אים קײן שמאלע װעגעלעך שוין נישט געצויגן. אױ ער זיך געלעגן וױ דער בער אין זײן נארע און געזויגן די אײגענע ״לאפעס׳. םלעגט מען אים אמאל דאך פארנארן אויף א זיצונג, איז ער