Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 17 (28.4.1933)
- Date
- 1933-04-28
- Page
- Seite 276 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804823--08460-4803465- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 17 (468 ייט 276 פונדעסט־זענן — פונדעסטװעגן, מײן שטעטעלע דו קלײן״ איז טיף אין הארצן מיר פארבליבן אומגעװאקלס אן אײביק — הײסע ליבע צו די הײליקײסן דײנע, צו דײן היסטאריש׳מאיעססעטישער, כאטש ארעמער, דערדריקטער שול, צו דײנע בתי׳מדרשים און מנינים, אפילו צו דעם אפגעשפאלטענעם .באטיסטן״׳מנין •), און צו זײער תמימוחדיקן עולם — - - (םוף קומט) *) •נעסיסםן״ — סעדגרײזט פון .1*עםיססן״. *זוי הן)ם םע. לב:*י גערופן 8 גרופע ן)יגעשפ*לסע:ע חסידים אוין זײער סע**ר*סן מנין און געפירט אן ערלעך׳ניצלעך לעבן; מיט דיינע לעטן ערנסטע, רויקע און קלוגע, וױ דײנע ײדן טאלעראנטע, און מיט דעם ביסל װײסרוסן און טײטשן, די אײנגעלעבטע מיט די ײדן-— ם׳איז ליב מיר אויך דײן דיאלעקט מיר הײמישער, דער לשון פון מײן טאטן און מײן מאמען און פון מײן רבין אבא איצע-הירשעס, װאס האט אין אים צו ערשט מיך אלף׳בית געלערנט און מעשהלעך פול װונדער מיר דערצײלט — — — און כאטש די לערע דיאלעקטישע פון שטאף און קראפט האכ שפעטער אפגעטויט אין מיר דעם גײסט, װי בכלל אין אוניװערזום, עיס? סײזי? / ת7*אב'ב דאם געהיימניש־כינע זײער רבי אין דעם איז געװען דער אפױם — אט דער נרוי■ זאמער מארטירער׳װעג זײערער. יעדער אפױם׳רויכער איז א זעלבםטמערדער. יעדער אפױם׳הענדלער — א מערדער. מיטגע• האלפן האט אויך דער פרײער ארײנפיר פון םרעמדע סחורות, בשעת אויף די אײגענע סחורות זענען ארױםגעלײגט געװארן הויכע שטײערן. שוין אפגערעדט פון דער אייביק דראענדיקער פראבלעם — געבורטס׳איבערפלוס, װאס טרײבט צו אויסװאנ■ דערונג. דאם כינעזישע פאלק האט זיך ערשט איצט גענוםען צום אלף־בית, װען מען האט אים אײנגערעדט, אז דערמיט װעט ער ראטעװען כינע. און איצט קאן מען זען אלטע פויע■ רים מיט פויערטעם, װאס זיצן ארום לערן-סיש םיטן אײנציקן געדאנק, װאם גיכער צו ראטעװען זײער פאטערלאנד. שרעקלעך איז די לאגע פון דער פרוי אין כינע. אבער די װערםער פון דער בארימטער דיכםערין אין רעװאלוציאנערן טשו׳טשין,— וואס די מאנדזשז האבן זי אין 908( דערשאסן און װעלכע האט אויםן װעג צום עשאפאט אויסגעשריען ״עס איז נישט מענטשלעך״,— האבן זיך צעטראגן איבער גאנץ כינע. די כינעזער האבן זיך ערשט אנגעהויבן שטעלן די פראגע, װער זענען זײ און װאם פאר א חילוק איז ציוישן זײ און די יאפאנער, צװישן זײ און די הינדוסן. מיר זענען כינעזער און נאר כינעזער קיין שפור פון יאפאנער, קײן שפור פון הינדוםן — פלעגט שענג-טשענג אויםשרייען אויף יעדן פארטראג זיינעם. באלויכסן אט א דעם עכט־כינעזישן װעזן, דערצײלן װעגן אים פשוט און קלאר, עס זאל זײן פארשטענדלעך פאר קינדער, האט זיך שעננ־טשענג אונטערגענומען אין זיין בוך •מיין סוסערי. ד אס בוך איז געשריבן אויף פראנצויזיש, אבער געפארעמס איז עם לויטן גײסט פון דער כינעזישער שפראך, װאס האט נישט קײן אלפאבעט, װי דער סובסטאנטיװ װערט נישט דעקלינירט, דער װערב װערט נישט קאנױגירט, און די אײנזילביקע װערטער זענען אן א פארבינדונג קורץ און דײטלעך צוזאמענגעשטעלט. מיט קורצע אפגעהאקטע זאצן, פאלקסטיםלעך — קלאר און הארציג-אײנפאך, דעיצײלט שענג־טשענג װעגן דער כינעזישער פאלקס׳נשמה. עס אױ נישס קײן ראמאן,נישט קײן םיפור-הםעשה. אין א זומער׳אװנט זעצס זיך די מוטער אױס מיט אירע ^נדער אויף א באמבום-טעפיך אונטער א בליענדיקן, שםעקעדיקן בױם, כדי די קילקײס פון אװנט צו געניםן, אץ דערצײלט זײ םון זיך, פונם לעבן, װעגן די לײדן פון דער םרוי און די ליידן 11 א זון פון א כינעזישן געלערנטן, האט שענג־טשענג דורכ■ געמאכט א שטורמיש כינעזיש לעבן פון די לעצטע יארן. ער איז געװען א שילער אין א אמעריקאנישער מיסיאנערן>שול אין נאנקין. נאך דער ערשטער רעװאלוציע איז ער אנטלאפן קיין שאנכאי, דארט זיך געלערנט אין דער אײזנבאן׳לערן׳אנשטאלט און שפעטער נעװען אנגעשטעלטער אויף דער באן פעקין׳האנקין. ציזאסען מיט אנדערע האט ער אנגעפירט מיט דער סאציאלער רעװאלוציע פון 4 מאי און 3 יוני 1917 געװען פארזיצער פונם פאריין פאר באףארבעטער און םטודענטן. נאך דער רעװאלוציע איז ער אװעק צוריק קײן שאנכאי. ער װערט שפעטער דעלע■ גירט פון די ארבעטער פון צפון־כינע צו דער פאנכינעזישער ױניאן. נישט צופרידן מיט זיך, נישם באפרידיקט מיט דער אר■ בעט, לאזט ער זיך אין 1919 קײן עננלאנד, איטאליע, פראנ־ קרייך. ער שםודירט, רייסט יעדעס מאל איבער דאס לערנען; כדי צו פארדינען צום לעבן טרעט ער ארײן אין א פאבריק. ער פרװוט אויס פארשידענע פאבריקן אין איטאליע און פראנקרײך. שטודירט װייםער, גיט זיך איבער אינגאנצן נאטור• װיםנשאפט, און װערט לםוף פראפעסאר פון פאריזער אוניװערסיטעט. א פארשער לויטן כאראקטער, באגרענעצט ער זיך :ישט נאר טיט נאטור־פארשינג. ער פרװוט אויך אויספארשן די חםרו• נות און מעלות, װאס זענען געמײנזאם אלע פעלקער, און די אײגנארטיקע חסרונות אין מעלות פון יעדן פאלק באזונדער. אן אײראפעישער כינעזער, - אדער א ״פארמערבדיקער מזרח■ מענטש״, װי ער רופט זיך אלײן אן, — איז ער קעגן דעם, װאס די כינעזער מאכן נאך אײראפע. ער שטרעבט דערצו, אז די אײראפעישע ק ו ל ט ו ר זאל װערן אן ארגאנישער עלעםענט פון מזרח׳לעבן, אין דער אריענטאלישער ג י י ס ט — א הויפט■ עלעמענט פון אײראפעישן לעבן, כדי מזרח און מערב זאלן צוזאמען גײן און פירן צו דער איינהײט פון מענםשהײט. זײן דראנג דערצו האט אים מיט א פאר יאר צוריק געבראכט קײן פאלעסטינע, װו ער איז ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט, פון קבוצה צו קבוצה, און אין נאמען פונם װײטן מזרח אויסגעשטרעקט די האנט צום נאענטן מזרח. יידן קאנען און האבן געװײנט אין משך פון דורות׳ האט ער געזאנט. די כינעזער האבן זיך ערשט נישט לאנג אויסגעלערנט צו װײנען.