Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 17 (28.4.1933)
- Date
- 1933-04-28
- Page
- Seite 272 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804823--08456-4803461- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 17 (846^ זײט 272 (פונקט צו ליקװידירן דעם אנאלפאבעטיזם, רעד.), םון נעכטיקער אומעברידיקײט (אומאיװרעדיקײט׳. דער שװערער זאצבוי דארף דעריבער האבן פריער און סערער פאר אנדערע זאכן די װיסנשאפטלעך-געזעלשאפטלעכע קריטיק און רעגוליר׳הילף, פון אזא פרוװ האנדלט זיך דאס אין איצטיקן בוך. מע דארף נישט מײנען, אז דאם שטרײטיקע, דאס אפגע פרעגטע איז עפעס א ספעציעלע אײגנטימלעכקײט סון דער ײדישער קולטור-שפראך. דאם איז איצט אינטערנאציאנאל, - אין די גרענעצן פונם פארבאנד, — אזוי װי אינטערנאציאנאל איז די אידעאלאגיע פון דער םאװעטישער פרעםע און בוך. פאר א מוםטער דינט פאר אלעמען די היינטיקע רוםישע קול׳ טור־שפראך, דערהויפט די רוםישע פרעסע-שפראך, און מען טוט דאס נאך אץ אוקראיניש, א שטײגער״ א. אנד., אזוי גוט װי אין ײדיש. דער חילוק אױ נאר, װאס דארט, בפרט אין רוםיש, האט מען זיך אויף די פעלערן שוין פריער ארומגעזען• מען האס זיך ארומגעזען, אז די פרעםע׳שפראך איז, אזױ צו זאגן, צו פיל ״פארגראמאטישט״ געװארן: צופיל פרעסט מען אײן געדאנק און דאנדלונג און שאבלאניזירטע, געקינצלטע סינטאקטישע קאנסטרוק• ציעם (צו שטארק קאמפליצירטע פראזע. מיט בײזאצן אםסםאל צװײ דרײ׳גארנדיקע, — געקײטלט דורך פארמעלע, נישט דיפע• רענצירטע הילפװערטער - װעלכע, וײ א. ד. גל.); דאכ אפגע• בלאסטע זאכװארט אנשטאט דעם דינאמישן צײסװארט א. א. װ.; קאנסטרוקציעס, װאס מען דאיף זיי ערשט צעקײען, בדי זײ צו באנעמען, און װאם אפטמאל פארשליננען זײ, פארטונקלען א טײל לעבעדיקן אינהאלט פון די געפענטעטע פראזעטײלן: קורץ,— מיר האבן דא גראמאטיק קעגן ססיל. האט מען זיך ערנסט גענומען פאר קריטיק און רעגולירן; בײ אונז הײבט מען ערשט?1• בכן האנדלט זיך דא נישט פון קײן ספעציעל׳יידישער שפראך-פראבלעם, — מסילא נישט פון קיין םפעציעלן װעג די דאזיקע פ־אבלעם צו פארענטפערן. דער װענ צו בעסערב איז דערזעלבער, װאס אין אנדערע שפראכן, אזױװי דערזעלבער איז זער צװעק, די זעלבע איז די אריענטאציע. די אריענטאציע איז אױף די מאםן. צו אלעם ערשסן, - אױף דעם ארבעטער. רער צװעק איז א שפראך, װאם זאל דעם ארבעטער זײן פארשטענד• לעך און אײגן, װאס זאל אים דינען פאר זײנע װײםע אץ נאענטע צװעקן; און דער װעג איז — װאס נעענטער צו דער שפראך פון די מאסן, צו דער גערעדטער שפראך (םאלקס׳שפראך). דאס איז בכלל גערעדם, די קריטיש רעגולירנדיקע ״נארםע׳ אין איצטיקן בוך אויך. אהער קומט נאך צו דאם, װאם ם׳קען דינען, פון קאנטראל װעגן, אין דער ליטערארישער שפראך, אין דער שפראך פון דער בעםערער פובליציסטיק. — — — — דערשינען א נײ בון/: ל. טו״סםעו די שטילע םעג איז (ראמאן) פרײז 4.80 גילדו לײענער פון די ״לים.-בלעטער״ 2.90 פאר די ■?רס• נ9ר 50 בד*שן. - : 7 תז 24 3ז51*יס(1ץ2־ו0 ,פ־*יג32זג^\ *דרעס פ*ר געיס: *ץ ײיי( *.ק.|. גומ• 639, 1*1(ס4ז .א האט די סאװעסישע פרעסע ארויסגעבראכט א נײע קאטעגאריע פען־מענטשן: ארבקאון, קוססקארן, דארפקארן א. ד. גל״ װאס דארפן צוארבעטן מיט דער פען אין דער פאבריק, אין װאר• שטאט, נישט ״זיצן און שרייבן״ אין רעדאקציעס. בײ אזא לאגע איז געװען נאטירלעך, װאס די שפראך האט זיך געםוזם גרינםלעך באנײען, האט געמוזט װײט ארױם פון אלע אירע ברעגן. דאס איז קײן נײעם נישט. ענלעכם איז פארגעקוםען מיט פראנצױזיש אין דער צײט פון דער פראנצוי• זישער רעױאלוציע; דאס זעלבע, אױף אן אגדער שטײגער, זעען מיר איצט אין רוסיש אױך. אויב א רוסישער לינגװיםט (פאלי• װאנאװ) האלט, אז די הײנטיקע רוםישע שפיאך, בפרט די קאם• ױגישע שפראך איז א קעגן רוסיש פון 1913 אן א נ ד ע ר ש פ ר א ך, בעת אין רוםיש האבן מיר א שטארקערע שפראך• טראדיציע, איז דאס אװראי אנגעמאסטן פאר ײדיש. די ענדע׳ רונג אין דער לעקסיק און אין דער פראזעאלאגיע, די מענגע נײע װערטער און אויסדריקן, װאס זענען איצט אונז צוגעקומען (צומטײל — אנשטאט די אלסע), — דאם װארפט זיך שוין אויבנאויף אלעמען אין די אויגן. דער רעװאליציאניזירנדיקער פראצעס האט אבער אײנגעשניטן אין דער שפראך אםך טיפער, שארפער. גרינסלעכע װײטפירנדיקע ענדערינגען זעען מיר אויך צו אין דעם טײל, װאס איז בעצם קאנסערװאטיװער און שטאנדעװדיקער, — אין די גראמאטישע פארמעס, ס׳איז גענוג צו דערמאנען, א שטײגער׳ די נײע ו ו א ר ט׳ בילדונג (מיט אזוינע אלס־באקאנטע סופ־קסן װי ,יש׳• .יק״ צוםטײל מיט נײע: ״באר״ א. ד. גל.), דערהויפט די אביעקטי־ װ י ז א צ י ע פון דער שפראך. מיר זעען איצט צו נײע דרײסטע גענג צו בילדן אביעקטױון זראטישע טוער, ברויטיקער קרײז א. ד. גל.ז אין אזוינע פאלן, װו נאך גארגישט לאנג האבן מיר געמאכט דערפון קאמפאזיטן (צונויפגעזעצטע װערטער). מיט דער אביעקםיװיזאציע בינדט מען אויף די באהאלטענע ענערגיע פונם װארט, װאס איז געבונדן אין קאםפאזיט, אװ מען מאכט פריער לייכטער דעם זאצבוי א. א. וו. די סאװעטישע ײדישע פרעסע, — דער טאנגעבער פון אונזער קולטור־שפראך, — האט אין דעם דאזיקן באנײ־פראצעם נישט קײן קלײנע פארדינםטן. דער גרױסער שטדאם האט אבער, װי אלעמאל, נישם געבדאכט בלויז רײנע װאסערן. באנאנד מיט דעם געזונטן, ארגאנישן, מיט דעם, װאס קען און דארף בלײבן אין דער שפראך, האט בײ אזא האםטיקן פראצעס געמוזט צוקומען א היפש ביםל אײליקס, שטרייטיקס און אפגעפרעגטס אויך. דער פראצעס אינטערנאציא׳ נאליזאציע, די מעכטיקע וױרקונג פון דער רוםישער קאמוניסט־• שער פרעםע און ביך, װאס צו זײ מוז מען אנקימען, האט גע• בראכט, אז מען זאל א סך איבערנעמען פון דער פרעמד, און, — אין דער אײליקער צײטונג־ארבעט, — נישט מים דער גע• נױטיקער געהיטקײט. דאס איז צו זען אץ א טײל לעקסיק, פראזעאלאגיע; אבער צום שװערססן לאזט זיך דאם אומקריטיש• איבערגענומענע פילן אין סינטאקס. דא אין סינטאקם איז דאס שװערער, װײל א שלעכטער זאצבוי, א צו קאמפליצירטע, גראמ.טיש׳אויםגעקינצלטע קאנסטרוקציע פארשװערט, — װי בא• קאנט, — דעם מאסנמענטשן נישט קײן פארגלײך מער דאס לײע• נען און באנעמען, — ממילא דאס באהעפטן זיך צו געזעלשאפם• לעכקײט, צי קולטור און װיסן, א םך מער אײדער הארבע, נײע װערטער און אויםדריקן. און פון די מאסן האנדלט זיך דאס בײ אונז, פון די געדיכטע שיכטן, װאס א גרויסער טײל זײערער קומט צום געדרוקסן װארט דירעקט פונם ״ליקפונקט׳