Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1933-04-28 · 17 (28.4.1933) · p. Seite 270

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
9 (1933)
Issue
17 (28.4.1933)
Date
1933-04-28
Page
Seite 270 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8804799-8804823--08454-4803459
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מסעראדישע בלעטער נומ. 17 (468) זײט ס27 ארױםזאגן, — האט מען געםוזט שלעפן די ,מאסן׳ ממש פ־אר די טשופרינעס, אבי עס זזןל ארויסקװעטשן פון זיך װאס עס דארף און קען נישט. אויך ,דאס ײדישע פאלק״ איז א לעצט געבוירן קינד. אמאל האס די טאג׳טעגלעכע שפראך געואנט פשוט ,ײדן׳*, און• אבסטראקס — ,דער ײד״, אויפן פאעםישן לשון — ״ישראליק״, און פאלקסטימלעך — ,כלל־ישראל״. יענער ,כלל׳ישראל״ איז אקוראט און בוכשטעבלעך און אות באות געװען דאס זעלביקע װי די הײנטיקע ,ברײטע מאסן׳. און דאך גיט הײנס א זאג ,כללײשראל״, — פאראן אזעלכע, װאס װילן אײך ממש פאר■ שטײנען. איז א חידוש, װאם פונס װארס איז ביי ןומאליקע פילאזאפן געװארן א ,לאגאס״, און דער לאגאס איז באטראכט געװארן װי אן ערשטע םיבה פון װעלט-געשעןז װערטער קענען ברענגען גליק און אומגליק. אט איז א פאל פון נליק. בעת דער מלחמה, װען די געשרײען פונם בלוט אויף די שלאכס־פעלדער און פון דער דתקות הינטער די שלאכם׳ פעלדער האבן דערגרײכט עד לב השםים, האבן זיך דא, אין אמעריקע, געגרינדעט הילף־ארגאניזאציעם פון פארשײדענע ײדי• שע קרײזן און קלאםן. אזויװי אבער די אינטערעסן זענען גע• װען אלגעמײנע, פאלק, כלל׳ישראל, האבן זיך אלע פארײניקט, פון די ארבעטער ביז דער גרוים-בורזשואזיע, און ם׳איז געשאפן געװארן אן אלגעמײנע קאםע און אן אלגעמײנער אפאראט. װאלטן די דאזיקע אלע יידן געלעבט אין און מיט ײדיש, װאלט די אלגעםײנע ארגאניזאציע — אין אמאליקער טערםינא• לאגיע געהײסן ,כלל-ישראל׳. אבער אזוי װי מען האט דא גע• דארפט האבן אן ענגלישן עקװױואלענט, איז ממילא געװארן ,דזשוינט״. דער טײטש פון ,דזשוינט״ איז ,צוזאמען״, ,פארײ• ניקט״, — אץ דעם פאל איז עם געװען א פארײניקונג נישט םתם פון פושקעם, נאר אויך פון אלע קרײזן און קלאסן• בקיצור, כלל-ישראל. שטעלט זיך פאר, װען די ארגאניזאציע רופט זיך םיטן פאלקסטימלעך ײדישן נאמען, און ס׳קוםס קײן װארשע א םאר• שטײער פון ,כלל־ישראל־קאמיטעט״. איך גלויב נישט, אז די לינקערע בײ אײך װאלסן זיך אין אזא צײט אפנעזאגט צו פארהאנדלען םיט אזא קאמיטעט. פקוח־נפש איז דוחה שבת און אפילו יום כפור, דאס איז א כלל-ישראל-דין, פון װעלכן אלע מענטשן און אלע קלאםן האלטן. אבער די טראגעדיע, װאס זײ װאלםן איבערגעלעבט אין הארצן, קען מען זיך לײכם אויםמאלן. װאם טוט גאט? רוםט ױך דער ,כלל׳ישראל׳קאםיטעם״ מיט אן ענגלישן נאמען — ,דזשוי.ס״• איז אי מען קען מיט אים ארבעטן, אי מען קען אין דער זעלביקער צײט גלויבן און פארשפרײטן דעס גלויבן, אז ם׳איז נישטא, קײנמאל נישטא, אונטער קײן שום אומשטענדן נישטא, אזא זאך װי ,כלל■ ישראל״. זאלן נישט געבענטש װערן די הײליקע הענט, װאס האבן באשאפן װערטער אויף דער װעלט: היבן מיר גערעדט פון א װארט, װאס האט דורכגעםירט א גליקלעכע מיסיע. איז נאט אײך איצט א װארט, װאם האט אינז קײן זאך, א חוץ אומנליק, נישט געגעבן — ,נאציאנאליזם׳. אנומלטן אנאנםירט מײן ראדיא א דעבאטע צװישן םטודענטן פון א היגן אונײוערזיטעט און פארשטײער, װאם זענען םפעצי• על געקוםען פון אקספארד, עננלאנד. די טעמע איז ,נאציא• נאליזם״• די אקספארדער זענען קעגן, די אםעריקאנער — פ א ר. הער איך די רעדעס. און ם׳װארפט זיך דורך װערטער און בא• גריפן: פלאטן, ארמײען, גרענעצן, פאליםישע אליאנםן, םלחםות, מען װארפט אן א שלל היסטארישע בײשפילן, איצטיקע װעלט• לאגעס. די אקספארדער זענען קעגן, די אםעריקאנער םאר, דאס, יענץ. וכדומה. איז צו װאס־זשע זיך באהאלטן ז פארװאם נישט רעדן אפענע דבוריםז לאמיד גענוי דעפינירן■ װאס מיר מײנען מיט אונזערע רייד. און צוריקגעשמועסט: אפשר וועט דאם שוץ גארנישט העלפן. װערטער זענען דאך א סך מער װי װערטער, אץ ,קולטור״ האט זיך ארויסגעױיזן צו זײן א קאל• טער, אפקילנדיקער לאזונג, בפרט נאך װען מיר האבן דעם זינען פונם װארט ארומגעריננלט מיט אזעלכע נאױוע און תמע׳ װאטע ארנאמענטן. טײל פץ אונו, די לינקערד, װאס טארן בכלל נישט שעפן זײער װארעמקייט פון נאציאנאלע לאזיננען, און טארן דעריבער - װק עס קומט צו ,ײדישקײט׳ - נישט דערלאזן, עם זאל גיין װייטער װי לעבלעכע רייד, האבן פונדעסטװעגן, כאטש פאר זיך אלײן, געװאלם ארײנטריפן א קאפעלע רוח־חײם אין דער ,קולטור״, האבן זײ עס א נאמען געגעבן ,מאסן• קולטור״. איך האב אמאל געטראכט, װען גאט באשערט מיר זיך צו באגעגענען מיט דעם מאכער פון ,מאסן׳קולטור׳, װאלט איך בײ אים געבעטן מיט טרערן אין די אויגן, ער זאל מיר טץ א חסד און מיר דערקלערן דעם פירוש׳המילות. איז געקומען א. ליטװאק, מיט כטלעכע חדשים פאר זיץ טויט, און דעד• צײלט אין ,צוקונפס׳, אז ,מאסן׳קולטיר״ א־ז זײנס א װערטל, װאס ער האט אריינגעבראכט אין א רעזאלוציע פון דער קיע• װער ,קילטור־ליגע׳ בשעתה. געמײנט האט ער דעמאלט גאר פשוט, אז די .ליגע״ דארף אין דער ערשטער שורה זיך בא• שעםטיקן מיט זאכן, װאס זענען צוגענגלעך צום ברײטן עולם. דאס איז גאנץ פשוט און גאנץ קלאר, און פאר דעם װאלט מען אסור נישס געדארפט האבן אזא אלגעםײנעם הילכיקן אוים• דרוק װי ,מאסן׳קולטור״. נאר, מילא, דאם איז שוין א געשמאק זאך. אבער איך פארשטײ, װאס סען מײנט. װען, למשל, די סאװעטן־רעגירונג פארשפרײט פאפולערע װיסנשאפט צװישן די ארבעטער, איז דאס ,פאםן׳קולםור״, אבער װען זי גיט אוים הונדערטער טויזנטער רובל אויםצוהאלטן א פאװלאװ־לאבארא• טאריע, איז דאס נישט קײן ,מאסן׳קולטור׳. יא, איך פארשטײ. אבער אויב אזוי, טא פארװאס מאכן געװיסע פארטײ• שרײבער אזעלכע געװאלטן, אז נישט ״ײדישע קולטור׳, נאר -מאםן׳קולטור״ י דאם דערמאנט מיך אן יענעם חסיד, װאם איז געקומען צום רבין בעטן א תשובה, באשר בכן ער ר.אט זיך אװעקגעזעצט אויף א װארעם בענקל, און אויסגעפונען, אז די װארעמקייט קוסט פון א פרוי, װאם איז פריער דארט געזעסן. בײזערט זיך דער רבי: ,האסט דאך בלויז אנגערירט דאס בענקל, טא צו װאס מאכםטו אזעלכע געװאלדן, דו שוטה אײנער?״ און אז מיר האלטן שוין בײ ,םאםן-קולטור׳, איז זײער אינטערעםאנט זיך אפצושטעלן אויף די ,מאםן״ גופא. אױך דאס איז פארהעלטנישמעסיק א נײ װארט. אמאל האט זיך מיר אויס• געװיזן, זײער א ניצלעך װארט, ביז ד;ר רעפראדוקציע־פראצעס האט אנגעהויבן צו פארלירן דעם חוש פאר געבורט׳קאנטראל: מאסן, פאלקס׳מאסן, ברײטע מאםן, ארבעטער׳מאםן, ארבעטנדיקע מאסן. קענטיק, אז דאס װארט ,מאסן׳ האט נישט געדעקט אלע באנריפן, װאם מען האט דערמיט געװאלט אויםדריקן. װארום דאם איז פארגעקומען פונקט אין דער זעלביקער צײט, װען דער באגריף ,דאם ײדישע פאלק״ אױ טריף געװארן. ,מאםן׳ האט דעריבער נישט בלויז געדארפט פארטרעטן זיך אלײן, עם האט אויך נעדארפט זײן א מין .ערזאץ״ פארן טרײפענעם ,פאלק׳. האט עם םמילא געהאט דעם טעם פון אלע ,ערזאצן״. און װען דער םוח טראכט ,פאלק׳ און די ליפן טארן עס נישט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.