Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 9 (1933)
- Issue
- 16 (21.4.1933)
- Date
- 1933-04-21
- Page
- Seite 260 (sequence 8)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8804799-8804822--08443-4803449- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעסער נימ. 16 (467) זײט 260?׳#1 פיבק/ע?ישעײ■/! י ר ו ש ל י ם װערן? פארשטײםט די דאס, מײן ײדז ױסף ענםפערט: ״איך פארשטיי עס׳... טיטיס פרעגט: ״ביסטי אינזער שונא, מײן ײד? יוםף ענטפערט: ״נײן מיין פרינץ״. טיטום: באלאנגםט דו בו יענע, װעלכע געפינען זיך אויף דער אנדערער זייט מויער? ױםף שרומפט זיך אײן פין װייטאק און שװייגט. װען טיטוס שטײט צו אים שטארק צו, ענטפערט יוםף: ״יא. מײן פרינץ׳... װייזט אויס די שטים פון געװיסן האט זיך אין * אים אנגעהויבן װעקן; ירישלים האמ אויף א װײלע איבערגעװויגן רוים. ירישלים איז געפאלן. יוסף שפאצירט איבער די חורבות פין זײן געבוירן-שטאס, ער באטראכט מיט בענקשאםט די גאסן פין זײנע קינדער.יארן. ענדלעך אנטשליסט ער אויף שטענדיק צו פארלאזן זיין פאטערלאנד, ער װערט א בירגער פון געצענדינע- רישן'רוים. אבער אין רוים קומט אים אויס איבערצילעבן די סאמע פיינלעכסטע מינוטן. ער מוז בײװוינען טיטוםעס טריימף• צוג. מען פ־רט זיבנהונדערט ײדישע געפאנגענע, צװישן זיי גייען געבונדען שמעון בר גױרא און יוחנן פון גוש חלב. ער דארף זיך באגעגענען מיט זײערע בליקן. מיר װידער זצנען עדות פון א זייער רירענדן שמועס צװישן די ביידע יידישע נבורים. דאס איז זייער לעצטער שמועס פאר שמעונס טויט. שטעון פרייט זיך, װאס זיין לעצםער שפאציר צום טויט קומט ם>.ר אונטער דעם שענעם בלויען הימל. יוחנן טרייסט זיך, או דידא- זיקע מלחמה ענדיקט זיך נאכנישט. פון דער איצטיקער מלחמה װעלן די קינפטיקע דורות עפעס לערנען. שמעון װײםט, אז מען װעכ אים מסתמא פירן איבער דעם פלאץ, דער המון װעט אים באװארפן מיט פארפוילטע ריבן און מען װעט אים לםוף טויטן. ער װעט דאס אלץ נעמען פאר ליב. ס׳איז דאך גוט געשען, וואס ס׳האט זיך אנגעהויבן די מלחמה קעגן די רוימער. די איינציקע זארג זיינע איז - דער ספק, צי ער װעט קומען צו קבר״ישראל. ״װען מיר װאלטען זיך רעכטצײטיק געהאלטען צוזאמען, מײן יוחנן, זאגט שמעון, װאלטן מיר מיס זײ םארםיק געװארן. איך האב איציט געזען זײער' טיםום פון דער נאענט. א גוטער יוננ אבער נישט קיין פעלדמארשאל״. יוםף קוקט זיך-צו צום טריומף-צוג, די ײדישע געפאנגענע דערנענטערן זיך, זיין הארץ קלאפט האםטיקער. דער המון שרייט װילד: ״געסיינע הינט!* ער האט דאך שוין גענוג צרות געהאט אין זיין לעבן, ער איז דאך שיעור נישט פארפײניקט געװארן פון דײ־שט אין גליל. די דאזיקע סצענע איז אבער פאר אים געװען די הארבסטע שטראףי, די סאמע פײנלעכםטע איבערלעבע■ ניש. ער פרוװט זיך אליין פארטויבן; ער װעט זײנע ביכער פארקויפן און פאר דעם געלט ײעט ער אויפשטעלן א גרויסע סינאגאגע אין רויס. ער װעט דארט ארײנשטעלן די ספרי-תירה, װאס ער האט מיטגעבראכט פון 'ארץ-ישראל. די שטים פון ירו• שלים ברילט אין י־וים. האט דאך יוסף מיט זיך מיטנעבראנט קיין רוים א הויפן ערד פון ירושלים... װען ער דערזעט די יידי• שע געפאנגענע, װעלכע מארשירן מיט אראפגעלאזטע קעפ אונ טער די װילדע אויסרופן פון דעם צעױשיעטן הסון: ,געמײנע הינט:״, וױינט ע־ אין זיך און שעפטשעט שטיל די ״װערטער ״שמע ישראל״ די געפאנגענע, װי זײ װאלטן עפעס ארויםשפור־, באפן עס אייף און שרייען: .ש מ ע י ש ר א ל...״ ער שריים אין זיך ארײן, אז ער װעט זײן חטא אויסקויפן מיט דער נרויםכר געשיכטע, װאס ער װעט אנשרייבן. דאס בוך װעלן לייענען װי• מער און יידן. עס װעט נאך לאנג דויערן ביז זיין בוך װעט פארשטאנען װערן, אבער אזא צײט װעט דאך אמאל קומען... דאס איז דעי־ ערשטעמ אקט פון יוספם טראגעדיע, דער צױײטער אקט קומט פאר אין רוים בעת יוסף איי שוין דארט א תושב. װעגן דעם װעט פויכטױאנגער ערשט דערצײלן אין זײן קינפטיקן בוך, װאס דאי־ף זײן רער המשך פון דער ״ײדישער מלחמה״. - - -י ױסף איז די צענטראל-םיגור פון דעם ראםאן, הגם דער אמתער ״ראמאן" שפילט זיך גאר אפ צװישן םיטוםן און בערע- ניקע. אויףידער זעלביקער ליניע פון אינעוױיניקםםער נעבראכנ• קײט באװעגן זיך אויך אנדערע געשטאלטן: בערעניקע ר ו י ם א ו י (סוף) פויםטישע ״צוויי זעעלן״ װוינען אין זיין ברוסט; דער דאזיקער קאססאפאליטיזם דארף גיכער באטראכט ײערן אלס פאםטולאט. ',.יןידער װירקלעכקייט האט ער נאך מיט ירושלים װײט נישט געענדיקט. לויט די באזונדערע םיטואציעס, אין װע׳כע יוסף נעפינט זיך, האט מען דעם אײנדרוק װי א סך םאםקעס װאלטן געזוכט אײן פנ״ים. שוין אספסינוס מאכט אויפ־ מערקזאפ, אז ױסף איז שוין געװען: אויפשטענדלער, סאלדאט, שי־ײבער, אגיטאטאי, כהן, בעל תשובה׳ניק, נואף, נביא א. א. װ. אפילו טיטוס זוכט א פארײניקונג צװישן מזרח און מערב; דער מזרח איז טונקל און טיף, דער מערב איז גראד און קלאר. ״אנדערע האבן טיפער נעטראכט, שענער געפילט:* אונז האבן די נעםער געגעבן דעם שעת-הכושר צו טון דאס רעכטע. דער גריך האט זײן סםאטוע, דער ײד האט זײן ספי מיר האבן אונזער לאגער״. יוסף װערם געשלײדערט םון צװיי אנטקעגנגעזעצטע שטרא• מען. ער איז לײדנשאפטלעך־אמביציעז און פארמאגט נישט דער־ בײ קײן וױדערשטאנדס-כוח. קוים האט ער זיך״ פארליבט אין דעם עגיפטישן מיידל דאריאן, איז ער גרי־ט אפצורוימען אלע שטײנער, װאס ליגן אויף דעם װעג. עי רעזיגיירט װידעראמאל פון רער בהונה, און לאזט זיך אפילו שלאגן מלקות... זײן גאנצע מענטאליטעט שװעבט צװישן צװיי װעלטן, װעלכע ער שטרעבט צו פארייניקן. טיבעריוס אלעקסאנדער, װאם שטייט שוין מיט ביידע פיס אויף דעם פרעמדן באדן, איז פיל גאנצער פון אים. ער פארשטייט בכלל נישט יוספס בלאנדזשע• נישן. ״דער דאזיקער יוסף װיל בײדע זאכן צוזאמען, ײדנטוכ אין גריכנטום. עס 'קאן אזוי נישט זײן, מיין ליבער, ירושלים און רוים, ישעיה און עפיקור, דאס קענט איר נישט האבן. איר מוזט אײך גוטיקס אנטשליסן פאר אײנעם אדער פאר דעם אנדערן״. זײן גאנצער װײטאקלעכער געראנגל װערט בילט׳ װען ער קומט אין בארירונג מיט די בריונים. דא באגעגענען זיך באמת צװיי באזונדערע אויפפאםונגען. פון אײן זײט דער טײלוױיז-הע- לעניזירטער יוסף, פאר װעםען דער העכסטע־ אידעאל איז דאס לעבן אן-און-פארזיך. פון דער אנדערער זייט שטײען מענטשן אין פײער־געראנגל, זײ װײסן, אז דער טויט איז נאענט, און דערפאר איז זײער קאמף א פארביסענער. די מלחמה איז א האפ• נונגסלאזע, ם׳איז אבער בעםעי א העלדישער טויט, אײדער א הכנעהדיק לעבן פון א באזיגטן. רירנד איז די לעצטע םאלצײט פון שםעון בר גיורא און יוחנן פון גוש-חלב. די דאזיקע צװײ גבורים-אנפירער, האבן דערפילט, אז עס דערנענטעירט זיך דער סוף, אבער זײ האבן דעם מוט נישט פארלוירן. א־ן דרײסן דינעיט דעי װילדעי שטיינער-געקלאפ, עס פליען פלאקערנדיקע שײטער האלץ, און זײ זיצן, ביידע ײדישע גענעראלן, און עסן די לעצטע-מאלצייט. זיי בײטן זיך מיט די םארציעם פלייש, מאכן זיך געגנזייטיקע קאמ־ פלימענטן און רופן זיך ״ברודער״... יוחנן:אגט: װען מיר װאלטן געהאט אזזי פיל גליק װי מוט, װאלטן די רוימער שוין לאנג דא נישט געװען״. אט צו די דאזיקע הארטנעקיגע קעמפער קעגן א קנעכטיש לעבן, האט זיך געװענדעט דער קלײנמוטיקער יוסף מים ״קלוגע״ עצות, אז זײ זאלן אויף זיך אליין רחמנות האבן און נישט פירן קײן מלחמה מיט די אומבאזיגטע רוימער. זײ האבן אים מיט עקל פארטריבן. װען ער איז צי זײ שטארק צונעשטאנען ריט זײנע ״װארענישן״, האבן זײ אויף אים אננעיאגט א חזיר... ױסף איז אויף א װײלע אינערליך געבראכן, ער הייבט ביסלעכװייז אן צו פארשטײן זייער פאו־צויײפלמן קאמף, זײער ד-־ײסט קוקןיצים טויט אין די אויגן. םיטום פרעגט יוסםן: ״דערקלער דו מיר, מיין ײד: װאס וױלן זײי זײער צװעק קענען ויי מער נישט דערגרייכן. פארװאס װילן זײ אײגנטלעך בעםע־ שטארבן אײדער לעבן? זיי קענען אפראטעװען דעם בית-המקדש, םאר װעלכן זײ קעפפן: םארוואס וױ״לן זיי, אז ער זאל פארברענט