Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 4 (1928)
- Issue
- 24 (15.6.1928)
- Date
- 1928-06-15
- Page
- Seite 462 (sequence 6)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8800953-8800984--03421-4798671- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
24 זא ליטערארישע בלעםער 462 דער באשאפער פוז ראדיא איז זײנע בריװ אױ טאג ־ ביכער הי׳װילנן איז ער אין דער װיסנשאסט, אין געװײנלעכן לעננס־שטײגער איז ער א דורכשניט־מענטש. פארענדיקט םיט דער ארבעט, װןזס הןןס אים םארשאפם די אויסצײכנוננ פין אוניװערסיטעט, אין םיטן דןןקטאר• עקזאמען, איז הערץ פול פלענער װעגן נײע ארבעטן. די לא• באראטאריע איז געװארן זײן ליבלינגס־ארט, אין אין די ביכער הערט ער נישט אויף בו לײענען, זוכנדיק אין זײ רמזים אויף נײע פראבלעמען און נײע ארבעטן. בײ אלעם דעם איז ער געװאלטיק דערפרײט מיט דער אםיםטענטן־שטעל, הגם ער םוז איבט פטרן בײט אויף די םטודענטן און קען אלײן נישט ארבעטן. ער טרײםט זיך מיט קלײניקײטן, שרײבט גוטע בריװ די עלטערן, נאר װען־נישט־װען רײםט זיך םארט ארוים א פארדרוס, װאם נאך דער אפגעטוענער אבליגאטארישער אר־ בעט םילט מען זיך פארמאסערט און מען קען נישט עפעס אויפטון פאר זיך. װען עם קומט די געלעגנהײט צו װערן פריװאס־דןןבענט אין א פראװינץ-אוניװערםיטעט, םילט ער, אז ער טאר נישט פארלאזן בערלין. .איך װעל נישט האבן אין םײן רשות לא• באראטאריעס, אפאראטן, ביכער אזוי סרײ, װי דןן. םון א גרויסער װעלט, צו װעלכער איך בין צוגעװוינם, װעל איך זיך מוזן אריבערטרןזגן אין אן אנדער װעלט, מסתםא זײער א קלײנע*. נאר מען דארף מאכן קאריערע, הגם צו לעבן פעלט אים נישט, און הערץ װערט פריװאט־דאצענט אין קיל. די ערשטע מאנאטן איז ער צוםרידן, נןןר באלד פילט ער די לאסט פון דעם קנעלן מיט די סטודענטן. סאר אײגענער אר• בעט קלעקט נישט קײן צײט, די לאבאראסןןריע איז ארעם, די סטודענסן סארשטײען נישט די לעקציעס. אגב איז די אר• בעט פון א פריװאט־דאצענט נישס מער װי א טרעפל צו דער פראפעםור, און העיץ סילט זיך נישט הײמיש אין קיל. װען זײן אמביציע װערט באסרידיקט און ער באקומט א קאטעדרע אין קארלםרוע. שפירט ער נאך שװערער די אומבאקװעמלעכקײטן פון דער קאריערע. ער הןןט פארדרוס איבער די זיצונגען און די אלערלײ קלײניקײםן, װאס עס קומט אים אוים צו באזארגן אלם פראפעסאר. צװײ מןןנאטן נאכן אנקומען אין קארלסרוע שרײבט ער א יאוש־בריװ צו די עלטערן, אז עס קען נאך װערן מיט אים ד$ס זעלביקע, װאס מיס אנדערע, װעלכע הערן־אױף צו שאםן, זינט זײ דערשלןןגן זיך צו א פרןזפעסארן־םיסל. די שרעק איז געװען אומזיסט. אין קארלםרוע מאכס הערץ זײן גרויסע אנטדעקונג, נאר װי אזוי קומט עס אים אן• ער האם נישס קײן פאסיק־גרויסן צימער פאר די עקספערימענטן. ער װארט געדולדיק אויף די קאניקול־צײט, װען ער איז פרײ פון די לעקציעם און םון דער גרויםער אוידיטאריע, און דעמאלט נעמט ער זיך צו דער ארבעט. די װינטער־פעריען לויפן אװעק, און קוים דערװארט ער זיך אויף די פרילינג־פעריען, כדי װידער צו ארבעטן אין גרויסן זאל. אין רעכטן גלאנץ־פעריאד פון עקספערימענטירן, קומען אינטערהאנדלונגען װעגן א בעםערער פרןןםעסור. ער װערס ארײנ־י געטון אין די אונטערהאנדלונגען, פארט קײן בערלין זיך פאר• צושסעלן דעם מיניססער, פירט א קארעםפןןנדענץ, באשרײבט אלץ אויספירלעך די עלטערן, פארס קײן באן זיך ארומצוקוקן אין דער נײער שטאט, זיך אויסצודינגען א בעסערן געהאלט, י. י א ש ו נ ס 3 םון איצט אן איז הײנריך הערצס לעבנסװעג א רײ םון גלענצנדע אויסערלעכע ערפאלגן. אקטאבער 1878 קומט ער קײן בערלין און איז נושא־חן ב••־ דעם גרעסטן און אײנפלוס־ רײכסטן דעמאלטיקן םיזיקער אין דײטשלאנד, בײ העלמהאלצן. ם׳גײט אװעק א קנאפ יאד און ער באקומט אן אויסצײכנונג פאר א לאבאראטארישע ארבעט. אויסנאמװײז דערלויבט םען אים צו האלסן דאקסאר-עקזאמען נאך פיר סעמעססערם, און אין פעברואר 1880 איז ער דןןקסאר. דעם זעלביקן יאר װערם ער אםיםטענם בײ העלמהאלצן. אין א קורצער צײט פארעםנט• לעכט ער עסלעכע ארבעטן איבער פארשײדענע פראגן און װערט אן אנגעלײגסער מיטארבעטער אין די פאכמענישע צײט• שריפטן. 1883 איז ער פריװאט־דאצענט אין קיל. 1885 איז ער פראפעסאר אין קארלסרוע. סוף 1886 הויבן זיך אן זײנע עקס־ פערימענטן מיט די עלעקסרישע כװאליעס, און אין א יאר צײט ארום פארעפנטלעכט ער זײן געניאלע אנטדעקונג. זי װערט גלײך נאך דער פארעפנטלעכונג פארשטאנען און אפנע־ שאצט. און בשעת הערץ ארבעט װײטער ארום זײנע כװאליעם —שיטן זיך אויף אים אויסצײכנונגען פון אקאדעמיעס און גע־ לערנטע־געזעלשאםטן פון אלע לענדער. 1889 איז ער פראפעסאר אין באן. 32 יאר אלט, האט ער אין דער װיםנשאפסלעכער קאריערע דערגרײכט צו אזא שטאפל, װאס אנדערע דערגרײכן ערשט אויף דער עלסער. םון די איצט פארעפנטלעכטע מאטעריאלן זעט מען, אז הערץ איז געװען נישט גלײכגילטיק גו די אויםערלעכע ער־ פאלגן. זײן געמיט האט געפאדערט עפנטלעכע אנערקענונג, ער האט נישס געהערס צו די, װאס שפינען אין דער אײנזאמקײט דעם פאדעם פון זײער שאפן, און עם ארט זײ נישט, װאס םװעט זאגן די װעלט צו זײער לעבנסארבעט. װען העלמהאלץ האט אים אײנמאל פארגעלײגט אן ארבעט, װעלכע האט גע• דארפט דויערן דרײ יאר, האס אים אנגענוםען א גרויל. דרײ יאר ג ע ה י י מ ע ארבעט, — האט ער אויסגעגאסן זײן הארץ פאר די עלטערן, און ער אונטערשטרײכט דאס װארט, געהײמע*, — אזא געדאנק איז געװען פאר אים א גרויל. דער אויסער־ לעכער ערפאלג און די אנערקענונגען זענען געװען פאר אים א נויטװענדיקײט און אים אויסגעמונטערט. װען מען לײענט זיך בעסער ארײן אין די בריװ און טאגביכער, םילס מען, װי די סביבה האט פארט געדריקט הערצן און געפענטעט אים אויף שריט און טריט. לויט דעם סקארבאװן נוסח און לויס די אננענומענע פןןרשטע־ לונגען װעגן א װיסנשאפטלעכער קאריערע, איז הערץ געװען א בר־מזל. אויסגעהאדעװעט אין א ױסטער, פארמעגלעכער פאמיליע. איז ער געװאקסן מיט די אנגענומענע השגות פון זײן קרײז, און װי באלד ער האט אויםגעקליבן א װיסנשאפט• לעכע קאריערע. איז פאר אים קלאר געװען דער אויםערלעכער װעג. ער מ ו ז שטרעבן צו א דאקטאראט, דערנאך—צו א שסעל םון אן אסיסטענס, דערנאך מ ו ז ער װאס פריער באקומען א דאצענטור און װאס גיכער װערן פראפעםאר. מען מ ו ז אויך חתונה האבן, נעמען גדן, בויען א פאמיליע, פירן שטאט. אזוי איז אנגענומען, און הערץ האט נישט קײן פארלאנג און קײן חשק צו ברעכן אט דעם נוסח. ןןריגינעל און שעםעריש