Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 4 (1928)
- Issue
- 7 (17.2.1928)
- Date
- 1928-02-17
- Page
- Seite 136 (sequence 12)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/4795427-8800953-8800964--03079-4798345- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
7 זא ליטער*רישע בלעטער 136 פארליבסז דאס װארם איז װײס געװען פון םיר בײ דער דאזיקער באגעגעניש... אמתז מען האס זיך געקאנס םארליבן אין דער קלײנער .לין׳... עו סיד ד,אט זיך געטוליעט א ױנג װעזן. זי האט געגעבן ליבע, זי האט געגעבן אן אויפריכסיקן שמײכל, א גוטן בליק פון נאיװע, ױנגע, גאר ױנגע אױגן, אינגאנצן יוגנס. און מאס האט זי געהאס. קײן אײן שאבלאן אין איר האלסן זיך, קײן איין איבעריקע פראזע, קײן פרעםענזיע... זינ■ דיקז... שטראף מיך גאס, אױב איך װאלט ױ געקאנט באלײ• דיקן מיט א געדאנק אפילו. זינדיק... נײןז גיכער איז דאס געװען א ױנג לעבן. װאס האט זיך געריסן צום לעבן און דעם אמתן פלאץ נישט געפונען. געלטז די ערשסע צײס פלעגט זי בײ מיר א כאפ טון א הונדערט פראנק. האלטן עס, צעקנײטשן און אװעקװארפן אױפן ט־של. זי האט געהאס קאפריזן, א םך קאפריזן. װעגן דעם הןןט מען מיר פריער דערצײלט, אבער איך האב זײ נישט געםילט, זי האט עס באהאלטן, װי א קעצל באהאלט אירע נעגל, עם האט זיך אלײן באהאלםן. איך בין נישס געװען פארליבט אין איר. בײ א ליבע שטורעמט מען מער, בײ א ליבע איז מען אײפערזיכטיק און אומרויק. איך בין געװען רויק םאר איר, פאר זיך, איך װעל קײנמאל נישט פארגעסן די רױקײס פון יענע טעג. איך הןןב זײער פיל געארבעט, דאס לעבן מײנם איז אװעק, װי א שיף אױף א רויקן װאסער. אײנמאל בלױז אויפגעציטערט: זי האט באקומען א בריװל פון א באװוסטן מאלער, זי זאל קומען... ער מוז ענדיקן דאם בילד, פאר װעלכן זי האט פאזירט. זאל זי קומען, ער האם שוין גרײט געלט פאר איר. אין הארצן האב איך נישט געװןןלט, זי זאל גײן. ןןבער װירקן אויף איר האב איך נישט געװאלט. — װען גײםטוז — איך װעל נישט גײן, איך באדארף דןוך איצט נישט קײן געלט. איך בין געװען ציפרידן, איך האב נישט געװאלט טראכסן. פארװאס איך בין פון דעם צופרידן. זי האט געהאט אינםויציע און אינסטינקטיװ זיך צוגע■ פאסט צו מיר. געװארן א שותפכע צו מײנע שטימונגען. צו מײן האלבער מעלאנכאליע אין דער גרױםער פרעמרער װעלס■ שטאט. אײנם האב איך באמערקט אין איר כאראקטער, דאם שטארקסטע: זי האכ נישט געדולדעס, װען מען איז נישט גע■ װען אויפמערקזאם צו איר, א גלעט. א קוש, א װארס, א בליק. א שמײכל... עס האט שסענדיק געמוזט זײן פארינסערעסירונג מיס איר און אזוי איז עס טאקע געװען. רי קלײנע .לין׳, — לעם איר איז די װעלט מיט אונזערע גרויסע פארלאנגען גןןר קלײן געװארן... װאס האב איך דעמאלט באדארפטי װאס גע■ פאדערםז גארנישט... װען מען זאל שטארק װעלן יעדע זאך א נאמען געבן, װאלט איך געזאגט אויף מײן דעמאלסטיקן צו■ שטאנד-. איך בין רױק ביז גליק... די װעלט איז געװען אין מײן צימער, לעם מיר האט געקלאפט אנזשעלינעס הארץ, דער װעלטס הארץ איז נישט גרעסער, עס קלאפט נישס שסארקער, און נישס געסרײער. פארזיכםיק, קײנער זאל נישט הערן מײנע טריט. קײנער זאל מיך נישט זען אין אזא לאגע... אין זי, אזױ װי פארחלשט. א סאסע טראגט אויף די סרעפ זײן אײנגעשלאפענע סאכסער, א ברודער טראגט ארויף זײן שװעסטערל... קײם זיך ארײנגעגנבעט אין צימער. אנגעצונדן די ליכט. זי, די קלײנע. שטאמט פון עלזאס, דער פאטער א פראנצױז, די מיסער א דײטשין. א סראכט געגעבן: דארט אין אױטאמא־ ביל איז מיט מיר געװען די דײטשין... דא בײ מיר אין צימער—די פדאנצױזין. זי האט א װארף געגעבן דאם פעקעלע מיט די זאקן, נישט צוגעקוקט זיך אפילו, װו דאס איז אדאפ־ געפאלן און צונעשפרונגען צו מיר. אן װערטער געפאדערט א קוש, געפאדערט צערטלעכ־ קײםן... אויפגעכאפט זיך אין דערפרי... לעם מיר איז זי נישטא. עפן איך אן אויג אין זוך... אויפן טישל אנסקעגן שפיגל זיצט זי א נאקעסע און שפילט זיך מיט די זאקן, אײן פאר אויף די פיס און די צװײטע פאר אויף די הענט. קוקט אין שפיגל און לאכס צו זיך אלײן. מאכט גרימאסן, װי א צויבעדין... א סך זון אין צימער. זון אויף רער פאדלאגע. זון אויף איר קערפער, און דאם שפיגלט זעט אויס פון די שטראלן, װי צעפלאםענעם זילבער... — באן זשור• שטאט צו ענמפערן, פרעגס זי מיך: — האסט עפעס א םך געלטז — און אויב יאי — װעלן מיר פארן צוזאמען קײן אינדיען... — קינדז אינדיען איז אביסל צו װײט און מײן קאפי■ טאל איז צו קלײן... פארטרויערט זי זיך: — איך האב נישט קײן מזל, אלע מײנע פרײנט האבן קײן געלט נישם און די, װאס האבן געלס, האבן דערצו גרוי■ סע בײכער און שלעכםע כאראקטערן, פעז כ׳האב פײנס א מאן מיט א גרויםן בויך. נישס דאס איז אבער איצט דער עיקד: מען באדארף זיך אנטון. מען באדארף עםן פרישטיק און מען דארף מאכן דעם םדר פון טאג. װײל די קלײנע פארבלײבט בײ מיר. אויף װי לאנגז מיר טראכטן נישט פון דעם... זי איז בײ םיר אין צימער שוין נישט פון נעכסן. שוין פון לאנג קײן שום פרעמדשאפט נישט. זי האט מיר אויף איר אופן א נײעם נאמען געגעבן און זי רופט מיך מיסן נײעם נאמען, איך רוף זיך אפ. זי אליין הײםט אנזשעלינא. אביסל צו לאנג, קלויב איך אויס אײן פערטל פון איר נאמען, אײן זילב: ״לין׳. אין די משפחהלע איז פארטיק. מיר גײען צוזאמען עסן, מיר זענען צוזאמען כמעס דעם גאנצן טאג... די ערשטע צײס האס זי גארנישט געקארגט מיט מײן געלט: זײדענע שאלן, פערפום. דעם בעסטן װײן אין רעסטאראן. דערנאך האט זי זיך אינגאנצן געביםן. זי האט דערפילט אין מיר א פרײנט, אן אמתן פרײנט און א םרײנט מוז מען שאנע־ װען. זי האט זיך פשוט געזידלט מימן גארסאן. װען ער פלעגט מאכן א צו־גרויסן חשנון. זי האט איצט געפירט מײן װירט־ שאפט, געריםן זיך מיט דער װעשין, געהאט פרעטענזיעס צום אײגנטימער פון האמעל... די ״דײטשקע׳ םלעגט אפט ארויםשפרונגען. אבער דער גוטמוטיקער שמײכל פון דער פראנצויזין פלעגט אלץ פארטרײבן.