Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1928-01-27 · 4 (27.1.1928) · p. Seite 68

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
4 (1928)
Issue
4 (27.1.1928)
Date
1928-01-27
Page
Seite 68 (sequence 4)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8800953-8800961--03008-4798277
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

4 זא ליטערארישע נל ןסןר 68 אינדערד־זײכם ןן ןן י ןן ן| מײן םוסעד — נעװידפעם — איך בין איצט אביסל אפגעשטאנען פון דער סןןדער• נער ליטעראטור, — זאגט ער, — איך װײס נישט. װזןם עם טוט זיך דארט. איך בין אינגאנצן פארטון אין מײן ר.נ״ך■ ארבעט. און איך בין דעריבער אפגעריסן פון רער װעלם. גאר אין דערפרי טרעף איך שוין מײן סעטער בײ דער ארבעט. ארומגערינגלט מיט תנ״כן אין אלערלײ אױסגאבן. םון פארשײדענע פארמאטן,. און שפראכן. מיט װערטער־ביכער, צײט- שריפשן, מאנוםקריפסן און זשורנאלן, ײדישע און אין אנדערע לשונות, איז ער אזוי געזעסן יעדן פרימארגן, פון באגינען אן, פארטיפט אין זי־נע מאנוםקריפטן. פון צײט צו צײט פלעגט ער אויפשטײן, ארויסנעמען א בוך, און זיך באלד זעצן צו דער שרײב־מאשין, אויפצושרײבן א הערה. איך האב באמערקט, אז מײן פעטער ארבעט מיט גרוים פעדאנטישקײט: — צי האסטו זיך אמאל פארטראכט. — האט ער מיר אמאל געזאגט — פארװאס איך האב גענומען אויף זיך די איבערזעצונג פון תניךז איך בין א דיכסער און נישט קײן געלערנטער. מײן גאנצע צײט גיב איך אפ צו באטראכסן. װעלכעם װארט װעט בעסער פאסן פארן ביבלישן אויסדרוק. איך װאלט אפשר די ארבעט נישט אונטערגענומען, װען איך װאלט געװוסט. אז דאס װעט בײ מיר צונעמען צװאנציק יןןר פון מײן לעבן. אבער איצט בין איך ארײנגעצויגן אין דער ארבעט. יעדן טאג געפין איך אלץ נײע ערטער צו ענדערן און צו שלײםן, און איך בין שטארק באפרידיקס דערפון. — מיט םײן איבערצײגונג — זאגט ער װײטער, — האב איך געזאלס שאפן א תנ״ך־םטיל, װאם ז$ל װערן דער גרונט• סטיל פון ײדיש, װאס זאל געבן דער שפראך א רוקן־בײן. די אראבער האלטן דעם קאראן פארן חוט־השדרה פון זײער לשון, די אנגלא־זאקםישע פעלקער — שעקםפירן און תנ״ך. לוטערם דײטשע איבערזעצונג איז א מוסטער פון דײטשן סטיל. דער ײדישער ת׳נך דארף און װעט, האף איך, װערן אונזער חוט־ השדרה. דער תנ׳ך־םטיל װעט זײן דער גרעםטער ײדישער פאק־ טאר אינם שאפן פון א שײנעם און װירדיקן ײדיש, א שפראך דארף תמיד האבן א צופלוס פון פרישע װערסער און אויסדרוקן. ײדיש האט זײער פיל אנטװיקלונגס מעגלעכקײטן, זײער פיל מעלות. און די גרעסטע פון זײ, װאם זי איז מסוגל צו פארענ• דערלעכקי־ט. דאס איז אויך דער קװאל, װאם מאכט אזוי רײך ענגליש< דער ענגלישער .סלענג״ קרעפסיקט און םרישס אפ דעם בוך־לשון. אײנמאל זאגט מײן פעטער צו מיר: — איך װעל דיר געבן אן ארבעט, װעסט װערן מײן סעקרעטארין, — און זעענדיק םײן פרײד און מײן גרײטקײס, װײזט ער מיר, װאס צו טון: — נעם די הערות, פארגלײך זײ מיט די אלטע נאטיצן, מעק אויס דארס פינטעלעך. דאס דארף זײער רײן און זארגעװ• דיק געסון װערן, נעם די דינע םעדער און דאם מעסערל. — אז דו װעסט זײ דורכלעזן, קענסטו אויך שסעלן די נקודות אויף די העברעישע װערטער, לײען זײ דו װעסט דער■ פון א סאך לערנען. מײנע באמערקונגען זענען למדנישע. יד־זראש בײ זיד ח ו ה ש א ל ה די שיף האס זיך לאנגזאם דערנענטערט צום נױיארקער ברעג. די מוזיק האס אנגעהױבן צו שפילן. מײן חלום האט געהאלטן בײם פארװירקלעכט װערן. אן אומרו האט מיך באהערשט, איך האב מורא געהאט פאר דער ערשטער באגעגעניש מיט מײן פעטער. איך האב גע־ נומען דאס פארגרעסער־גלאז און אים געזוכס צװישן די פאר־ זאסלטע בײם ברעג, אבער דארטן איז ער נישט געװען. מיר זענען אראפ כמעט די לעצטע, פלוצלינג דערזע איך פאר זיך דאם ליבע באקאנסע פנים, און איך הער, װי מײן מאמע שרײט אויס פון פרײד. א שמאלע, אײדעלע פיגור אין א גרויען, ברײטן מאנטל עטװאס אײנגעבויגן. א שמאל פנים מיט לעבעדיקע. ױגנסלעכע, צער-פולע אויגן, ארום מױל—אךאויסדרוק פון װײטיק. די ליפן שםײכלען פרײנטלעך. מײנע אויגן װערן פול מים טרערן. 1ין לינקם: יהןזויז, זײן כןנסער, ״*לקןװיסזי-ין-ווניגויר (זײן עוזןגער) *ין יה1אע?ס 6ר1י. דער פעסעד פירט אונז ארײן אין זײן װוינונג. קלײנע, זויבערע צימערלעך מיס א סאך פענסטער, אײנפאך מעבל, אויף אלצדינג ליגט עפעס א מין קדושה. די װענט פון מײן פעטערם צימער זענען באשטעלט מיט ספרים. אײן פאליצע מיט די זעלסנסטע, אנטיקװארישע ביכער, די אנדערע — מיט ביכער פון דער נײער ײרישער ליטעראטור. אויף די װענס הענגען צװײ בילדער, װאס שטעלן-פאר דערצײלונגען פון די אלטע צײסן. איך דערזע צװײ אראבישע אױפשריפסן. אײנע ״אסבאר מופטאך על פאראדזש׳—,געדולד איז דער שליםל פון פרײר׳. א צװײטער שריפט אנטהאלס א בריװ, װאם מחמד האט געשריבן צו אן אביסינישן פירשט, ער זאל איבערגײן צום איסלאם. דער בריװ איז געשריבן גע־ װןןרן אין 7־טן יארהונדערט. נעבן אײן פענסטער א שרײב־מאשין. נעבן א צװײסן — א טיש, אנגעלײגט מיט ביכער און צײטשריפטן. דער פעטער גיט אונז דערקלערונגען װעגן די ביכער. ער םרעגט זיך אויף נײע װערק, װאס זענען דערשינען אין פוילן. ער אינטערעםירט זיך שטארק מיט די נײע ליטערארישע דער■ שײנונגען. •) # מר*בםעגס 6ין #נרעכתרער אר*<ס *ינער יה1א*. חרה שאלקןװיטפ (די סןכסער םין סאלקןװיםש נן אבינדור) עיז יה1אסעס ןו שװעססער-סןכסער. זי הןס ניריק סים * 3-2 יןר 6*רבר#כם א לעבנערע *ייס אין נײ-יןרק נײ יה1אסן# אים םיסגעהןל6ן אין זײן מנ״ך׳ארנעס. רעי

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.