Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1928-01-20 · 3 (20.1.1928) · p. Seite 57

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
4 (1928)
Issue
3 (20.1.1928)
Date
1928-01-20
Page
Seite 57 (sequence 13)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/4795427-8800953-8800960--02996-4798266
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

57 ליסןר זריון נ ל ן ס ז ר 3 זא נײ־געפונענע אלטע אמתד) ק-ם. סטאניסלאװםקי / מאסקװע 6ון רוםיי ג. מ. ראלן,—און דןוך זענען זײ געװאקסן מיט יעדן מאל. םארװאס זשע איז מיס םיר—װאס עםטער איך חזר איבער מײנע ראלן. גײ איך אלץ מער אויף צוריק און װער אלץ סויטער אויף דער בינעי איך האב דורכקאנסראלירט מײן םארגאנגענהײט ״םריט בײ טרים, און מיר איז קלאר געװארן, אז דער אינער לעכער אינהאלט, װאס איך האב ארײנגעלײגט אין די ראלן בשעת זײער שאםן, איז אײן זאך, — און די אויסערלעכע פארם, װןןס די ראלן האבן אנגענומען אין משך פון דער צײס,—איז א גאנץ אנדערע זאך. און אם די צװײ זאכן זענען װײט אײנע פון דער אנדערער, װי הימל פון ערד. אמאל האט אלץ געפליםט םון א שײנעם, צאפלדיקן, איגערלעכן אמת. איצט זענען פון דעם אמת איבערגעבליבן נאר אויםגעהוילט שאלעכץ און מיםט, װאס האבן זיך טיף אײנגעװארצלט אין נשמה און גוף. פארגעקוםען איז עס א דאנק סארשײדענע אויסערלעכע םיבות, װאס האבן גזןרנישם צו טון מיט עכטער קונםט. אט, למשל, װען איך האב אנגעהויבן צו שפילן די ראלע פון דאקטאר שטאקמאן (אין איבסענס דראמע) בין איך בלב ונפש געשטאנען אויפן שטאנדפונקט םון א מענטשן מיט רײנע פװנות, פון א מענטשן, װאס זוכט אין די הערצער פון אגדערע נאר גוטס. און װאס איז בלינד צו אלע שלעכטע מידות און לײדנ- שאפטן פון דער קלײנלעכער, שסוציקער סביבה זײנער. די געפילן, װאס איך האב ארײנגעלײגט אין דער רןןלע פון שטאק־ מאנען. זענען נענומען געװארן פון לעבעדיקע זכרונות. אויף מײנע אויגן איז מען מײנעם א פרײנט, א העכםט־ערלעכן מענטש, א מין שטאקמאן, דערגאנגען די יארן, װײל ער האמ, לויט זײנע אינערלעכע איבערצײגונגען, נישם געקאנט טון דאס, װאס ,אויטאריטעטן״ הןבן געפאדערט פון אים. און אס די לעבע דיקע זכרונות האבן יעדן מאל אויף דער סצענע ארויםגערופן אין מיר א שעפערישן פראצעס. ןובער מיט דער צײט האב י איך די לעבעדיקע זכרונות ןנגעװוירן, און דורך דעם אויך אנגעװוירן די אנרעגונגסי מאמענטן, די מאטארן פון שטאקמאנס גײסטיקן לעבן — דעם רויסן סאדעם פון דער גאנצער פיעסע. בשעת איך בין געזעסן אויפן פעלז אין םינלאנד און אויפםנײ איבערגעלעבט מײנע אמאליקע שאסונגסיפראצעסן. האב איך זיך צופעליק אנגעשטויסן אויף די פארגעםענע גע פילן פון מײן שטאקמאן. װי האב איך זײ געקאנט פארלירןי װי האב איך זיך געקאנט באגײן אן זײז און פארװאס וזאב איך אלע אויםערלעכע מאמענטן, ד. ה. יעדער באװעגונג פון די מוסקולן, פון די םיס, הענס און קערפער, די מימיק פון פנים א. א. װ. אזוי גוט געדענקטז בשעת מײנע לעצטע גאסטרןןלן אין אויםלאנד און, פריער, אין מאסקװע, האב איך מעכאניש איבערגעחזרט די אויסגעאר בעםע ,קונצך פון דער ראלע, ד. ה. די מעכאנישע צײכנס סון דעם אפװעזנדן געפ ל. אין אײניקע שטעלן האב איך גע־ פרוװט זײן װי מעגלעך נערװעזער, עקזאלטירסער, און צוליב דעם צװעק געמאכט האסטיקע באװעגונגען. אין אײניקע שטעלן הןןב איך זיך באםים צו זײן נאיװ, און צוליב דעם געמאכט קינדערש־נאיװע אויגן. און לםוף אין אײניקע שטעלן האב איך ,נעטון׳ מאכן זיך גײן. איך האב קאפירס נאיװיסעט, אבער בין נישס געװען נאיװ, איך ה$ב שנעל באװעגט מיכ די פים, א. פ. טשעכאװס טויט האם ןןפגעריסן בײם טעאטער א שטיק פון זײן הארץ. די קרענק און, שפעטער, דער טויס םון מאראזאװן האט פון דעם טעאסער ןןפגעריםן אצװײט שםיק הארץ. דער דורכסאל פון מעסערלינקס פיעסן האס ארויםגע־ רופן אן אוםרויקע און נישס־באפרידיקטע שטימונג. די סםודיע אויף פאװארסקע גאס האט זיך ליקװידירס. איך גופא בין געװען נישט צופרידן מיט זיך אין ארטיסטישן זין, און נישט געװוסט, װוהין װײטער צו גײן. דאס אלץ צוזאמען האט מיך נישט געלאזם צורו, צוגענוםען בײ מיר דעם גלויבן אין זיך. איך האב זיך אנגעהויבן באװעגן אויף דער סצענע װי א היל• צערנער, אן א שום פונק םון לעבן. אין דער לאנגער צײט פון מײן סצענישער ארבעט בין א־ך א סך דערגאנגען, א םך פארשטאנען און אויף א םך זאכן זיך צופעליק זןנגעשסויםן. איך האב אן אויפהער געזוכט עפעם נײס, הן אין דער אינערלעכער אקטיארישער ארבעט, הן א־ן דער רעזשי און הן אין די יםודות פון דעם אויםערלעכן טעאטראלישן לבוש. איך האב זיך געװארפן אין אלע זײטן. אפט פארגעסן װיכטיקע אנםדעקונגען און אװעק אויף א םאלשן װעג פון צופעליקע און נישט־ארגאנישע מאמענטן. אלס פועל־ יוצא פון םײן ארטיםטישער דערסארונג, האט זיך צו יענער צײס בײ םיר אנגעזאמלט א גאנצער פאק מים כלערלײ מא׳ סעריאלן אויםן געביט םון קונםט׳טעכניק, אבער אלץ איז גע׳ װען אנגעװארסן. .םארקנוילס, צענויפגעםישט און נישט םיסטע־ מאטיזירס. װען ארטיסטישע אוצרות געפינען זיך אין אזא מין צושטאנד, איז שװער זיך צו באנוצן מיט זײ. מען דארף מאכן אן ארדנונג, פאנאנדערקלײבן זיך אין דעם, װאם עם איז אנ־ געזאסלט, באטראכםן, אפשאצן און, אזוי צו זאגן, — צעלײגן דעם םאטעריאל אויף די נשמה׳פאליצעס. דעם סײל, װאס איז געבליבן נישט אפגעשליםן, האט מען^ געדארפט באארבעטן און סארװאנדלען אים אין פונדאמענט שטײנער צום יםוד םון שאפן. און יענעם טײל,. װאס איז שוין פון דער צײט געװארן אפגע־ נוצט. הןןט םען געדארפס ןןפפרישן. זון דעם איז דער װײסער׳ דיקער גאנג פארוים געװארן אוממעגלעך. אין אזא מין צושםאנר בין איך אװעקנעםארן אויף זומער אין םינלאנד. דארט. אין די םרימארגן־שפאצירן, בין איך גע׳ גאנגען צום ים, געזעםן אויף א סעלז און זיך נעגריבלט אין מײן ארסיסטישער סארגאנגענהײט. פריער פון אלץ האב איך געװזןלס פארשסײן, װוהין הןוט זיך אהינגעטון די פרײד סון שאפן. םארװאס איז םיר אמאל געװען אוםעטיק אין די טעג. װען איך האב נישט געשפילט, און איצט, פארקערט, סרײ איך זיך, װען מען באסרײם םיך פון א פארשטעלונג. מען זאגט, אז מיס פרןןסעםיאנאלן, װאם סרעסן טאג׳טעגלעך אויף אין אײנע און די זעלבע ראלן, מוז אזוי זײן. אבער דער תירוץ האט מיך נישט באפרידיקט. אזעלכע פראפעסיאנאלן האבן. אפנים, װײניק ליב זײערע רןולן. זײער קונסט. דוזע, יערמאלאװא, סאלװיני הןןבן א סך םער מאל פון מיר נעשפילס זײערע *) פראנטענט םון *וך .םװן לעבן און דןײ קונסש״, — די אינ- טןרעםאנטן ןרינןריננןן, װאם דןר באװוסםער רוסלשער רעזשיםעד און אנםירןר *ון םאסקװער קינסםלערישן םןאםןר ק. ס. םםאנים־ לאװסקי האט לעצםנס םארע*נטלע5ם. רעד.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.